באריכטן און אנאליזן
דאנערשטאג יוני 18, 2009 10:28 am
ווער עס האט מער פרטים איז געלאדענט
CNN
Advertisement
דאנערשטאג יוני 18, 2009 10:30 am
א קאנטנענטאל פליגער וואאס קומט פון בראסולס קיין נוארק עירפארט און ניו דזשערזי האט זיך דער פילאט אפגעפעקלט אינמטן פליען און איז מער נישט בין החיים.
דער פליגער וועט לאנדן ביז עטליכע מינוט דורכן קא-פילאט.
שטייט אנגעדרייט, עס קען פאסירן נייעס. ל"ע. דער אייבישטער זאל האלטן זיין רעכטער הענט.
דאנערשטאג יוני 18, 2009 10:33 am
מיר ווארטן אויף נייעס.
דאנערשטאג יוני 18, 2009 10:34 am
מיר האפן עס זאל לאנדן בשלום, דער ראוט איז געווענליך פיל מיט אידן.
דאנערשטאג יוני 18, 2009 10:37 am
ברוך השם דער פליגער האט געלאנדעט בשלום.
דאנערשטאג יוני 18, 2009 10:38 am
יישר כוח קרעמער, יא, אזוי ווי דו זאגסט, דער פליגער איז געווענדליך מיט אידן דערינען. אלזא, גלויבט איז גאט.
דאנערשטאג יוני 18, 2009 10:40 am
ברוך השם יום יום, ווער ווייסט וויפיל אידישע קינדער האבן זיך דארט געפונען
דאנערשטאג יוני 18, 2009 10:42 am
הרב דראדש האט צוגעברענגט א לינק אז איינע פון די פאסאזשירן האבן צוגעהאלפן דעם קא-פילאט
דאנערשטאג יוני 18, 2009 10:54 am
הודו לה' כי טוב!
געהערט אז ס'איז געווען געפלאנט אז דער פליגער זאל מאכן אן עמערדזשענסי לאנדונג ערגעץ ווי (כ'מיין אין כעלעם..) בכדי ארויפצונעמען אן ערפארענע פיילאט וואס זאל איבערנעמען און לאנדן דעם פליגער סוקסעספול...
דאנערשטאג יוני 18, 2009 10:56 am
חחח
למעשה האט זיך בהשגחה פרטית אפגעפונען א צווייטער ערפארענער פילאט אויפן פליגער, וועלכער האט אינאיינעם מיטן קא-פילאט אראפגעברענגט דעם פליגער אפאר מינוט פריער ווי געפלאנט (זיי זאגען אז דאס איז נאך די גרעסטע חידוש... א פליגער זאל לאנדן אין ניו יארק פריער ווי געפלאנט).
דאנערשטאג יוני 18, 2009 11:00 am
יא יא אהער דערמיט ביטע
אוטש אריין געבאמפט
דאנערשטאג יוני 18, 2009 11:06 am
די בואינג 777, קאנטינענטאל פלייט נומער 61 מיט 247 פאסאנדזשירן דעראויף האט געלאנדעט בשלום אום 11:49 אין נוארק עירפארט.
עס האבן אפגעווארט צענדליגער רעטונג קרעפטן אין פאל עס פאסירט עפעס נישט גוט.
דער 61 יעריגער פילאט (נאמען נאכנישט ארויסגעגעבן) איז געשטארבן פון "נאטירליכע אורזאכן" האט געזאגט א דאקטאר אויפן פלאץ. ער האט געארבייט פאר די פורמע 21 יאר און געווען באזירט אין נוארק.
ער איז געשטארבן צווישן 3 און 4 שעה אינמיטן פליען און דער פליגער איז ווייטער געפלויגן מיט די הילף פון אנדערע צוויי פילאטן. איינער אן ערפארנער פילאט וואס איז פונקט געווען אויפן פליגער.
דאנערשטאג יוני 18, 2009 11:34 am
צייטליך האט געשריבן: און דער פליגער איז ווייטער געפלויגן מיט די הילף פון אנדערע צוויי פילאטן. איינער אן ערפארנער פילאט וואס איז פונקט געווען אויפן פליגער.
ווען דער ערפארענער וואלט נישט געווען, וואלטן די פוירסט אפיסער נישט געקענט לאנדן דעם פליגער? לכאורה יא.
כ'גלייב אז זיי זענען טרענירט געווארן פאר דעם אויכעט.
דאנערשטאג יוני 18, 2009 12:42 pm
כפארשטיי נישט! פאר דעים טאקע איז דאך דא דער קא-פיילעט? וואס פעלט אויס א ערפארנע מיטרייזענדער פאר דעים?
דאנערשטאג יוני 18, 2009 12:49 pm
הייסטעס אזוי, ס'איז געשען א (וועכענטליכער..) פליגער קראך, איינער זיכער טויט, באריכטעט...
דאנערשטאג יוני 18, 2009 2:06 pm
ווען נישט די אנדערע פיילאט דארט אויפען פליגער וואלט די קא פיילאט ארויס א גאנצע הירא פין אזא מעשה
יעצט איז ער נאר א שטיקעל הירא
(אפשר וועט ער באקימען א האלבע שליסעל פין מעיאר בום-בערג)
דאנערשטאג יוני 18, 2009 2:38 pm
די פאסענדזשירן האבן נישט געוויסט אז עפעס גייט פאר די גאנצע וועג.
דאנערשטאג יוני 18, 2009 2:54 pm
נייעס (כאב געוואלט שרייבן אינטערסאנט אבער עס איז פארט נישט אזוי מעכטיג, פאני איז עס נעבעך אויך נישט, שוין בלייב איך ביי נייעס).
די נאכפאלגענדע תגובות זענען 'פיינע נייעס'.
דאנערשטאג יוני 18, 2009 3:09 pm
יאנאש איז דא
דאנערשטאג יוני 18, 2009 4:55 pm
עס איז געווען א כהן אפען פליגער ? אדער א גוי איז נישט מטמא
דאנערשטאג יוני 18, 2009 5:04 pm
און אז יא, העטער געמוזט אראפטאנצן?
דאנערשטאג יוני 18, 2009 5:26 pm
און ווער זאגט אז עריז א גוי? האסט געפרעגט זיין מאמע?
דאנערשטאג יוני 18, 2009 7:30 pm
מיין חבר'ס פעטער א היימישע איד פון אנטווערפן איז געווען אויף די פליגער, ער זאגט אז די פאסאנדזשירן האבן די גאנצע צייט גארנישט געוויסט ביז ווען מען האט געלאנדעט און עס זענען געקומען צו לויפן אמבולאנסען מיט אנדערע רייסערס, דער אייבערשטער זאל שטענדיג האלטן די רעכטע האנדט
דאנערשטאג יוני 18, 2009 10:03 pm
אז די פאסאזשירן האבן נישט געוויסט דערפון, טא וויאזוי האט דער פאסאנזשיר-פילאט יא געוויסט אז עפעס איז געשען און געקומען צולויפן אנבאטן זיין ערפארענהייט?
יישר כח געלעגער פאר דיין לצה'לה..
דאנערשטאג יוני 18, 2009 10:46 pm
סי ען ען זאגט אויך בשם די פאסאזשירן אז מען האט נאר אויסגערופן אויב עס איז דא א דאקטער אויפן פליגער, אבער אויסערדעם האבן זיי פון גארנישט געוואוסט ביז דער פליגער האט געלאנדעט.
דער דאקטער האט געזאגט אז ביים אריינקומען איז שוין דער פילאט געווען קליניש טויט און מען האט אים גארנישט געקענט טאן צו ראטעווען.
ווייזט אויס אז דער אנדערער פילאט איז געווען איינגעשטעלט ביי קאנטינענטל און זיי האבן געוואוסט אז ער געפונט זיך דארט, האט מען נישט געדארפט זוכן צופיל.