באריכטן און אנאליזן
זונטאג יוני 14, 2009 10:55 am
ס'ארא התגרות, ס'כאפט א פחד...
דאס איז אויף
פאקס ניוז היים זייטל היינט.
- עטעטשמענטס
-

Advertisement
זונטאג יוני 14, 2009 12:20 pm
שרעקליכע התגרות !!!!!!
זונטאג יוני 14, 2009 1:11 pm
צו דער אבאמא איז אן אנטיסעמיט איז א שטארקע פראגע, אבער דאס איז אמאל זיכער אז זיין ווילן צו געפעלן פאר די אראבישע וועלט וואס לויט איהם האט בוש פארנעפלט אמעריקא'ס אויסזעהן אין די אראבישע וועלט שטייט פאר אלעם און זיין שכל לאזט איהם נישט טראכטן איבער די אמת'ער פאקטן, צו מען איז פון די קנאי'שער חדר אדער נישט מוז מען אבער מודה זיין אז זיין פלאן צו צוטיילן ירושלים אין צווייען איז א סכנה גדולה פאר די אידן היושבים בארץ ישראל, כ'רעד שוין נישט פון דעם אז נאך דער 6 טאקיגער מלחמה האט א ספעציעלער קאמיטע מצד אמעריקא איבער געקוקט אלע שטחים און ארץ ישראל און פארצייכנט וועלכע ס'איז א סכנה אויב די אראבער וועלן דאס באקומען צב"ש די גולן אא"וו, אבער אז מען קוקט אין די עזה פאס געביטן ווי די אראבער האבן אטאנאמיע וואספארא הריגות עס גייען דארט פאר צווישן זיך און יעדער שרייט אנא אמלוך, קען מען זיך שוין פארשטעלן וואס ס'וועט זיין ווען זיי וועלן וואוינען מיט די אידן זייט ביי זייט, זיי וועלן נישט דארפן האבן קיין 20 מייליגע מיסילס נאר מיט קליינע צוריק געשטאנענע אבדזשעקטן וועלן זיי ר"ל קענען אטאקירן די אידן ה"י, און ווער וועט זיין דער פירער פון די נייער פאלעסטינער לאנד? וויפיל קאפ וויי וועט די וועלט האבן איינצושטעלן די לאנג יעריגער פארצווייגטער ברודער קריגן וואס גייען דארט פארקומען? זאגטס דעם פראזידענט ה' יר"ה אז אויב וויל ער קוקן אויף די וואויל זיין פון די איזראעלי אראבער דאן זאל ער עס לאזן ביי די יעצטיגע רעגירונגען פון מדינת ישראל ווייל אז נישט וועלן זיי ווערן אויסגעשחט'ן פון זייערע אייגענע ברודער.
זונטאג יוני 14, 2009 1:56 pm
פיין געזאגט, והדברים עתיקין.
זונטאג יוני 14, 2009 2:02 pm
יעהופעץ (סארא סארט נאמען???!!!....) דיין הודעה איז אביסל פארקראכן פון די נושא, דאס איז זיכער אז די פאקס ניוז העדליין פון היינט איז א שרעקליכע התגרות באומות, אפשר קען איינער מסביר זיין וואס די כוונה דערפון איז, און ווער עס שטייט אינטער דעם?
זונטאג יוני 14, 2009 4:31 pm
טראק דרייווער, נישט פאקס איז היתגרות באומות, נאר דער וואס האט דאס געמאכט און ארויסגעהאנגען דער באגייט אן עוון פלילי בל יכופר וואס אידן האבן זיך שוין פון די זאכן אפגעליטן די אלע יארן ביז היינט און דער מדינה און זייערע רעכטע עקסטראמיסטן האבן זיך נאכנישט אויסגעלערנט אז זיי וועלן דערמיט גארניקס אויפטוען.
ס'איז א שרעקליכער בילד!
אגב, יעהופץ, ביסט ווייט פארקראכן פונעם נושא, אבער אין פאקט האט מען די שטחים אוועקגענומען פון די פאלעסטינער, זיי האבן דארט געוואוינט און מדינת ישראל ברויך זיי צושטעלן א נייער לאנד פאר א געהעריגער רעגירונג און ווי צו וואוינען. מ'קען אריינגיין אין דעבאטע'ס ווי און וועלעכע שטחים עס באלאנגט מער אדער ווייניגער פאר די אראבער, - איך גלייב אז די ביסט נישט נאר אויסגעשפראכן קעגן צוטיילן ירושלים, נאר קעגן בכלל צוריקגעבן שטחים - אבער עס באלאנגט פאר זיי און מ'דארף זיי דאס צוריקגעבן. דאס איז מענטשליך. ווידעראום תורה'דיג טאר בכלל נישט עקזעסטירן אזא מדינה זינט משיח איז נאכנישט געקומען און מיר זענען אין גלות.
זונטאג יוני 14, 2009 8:07 pm
צייטליך גיט געזאגט, איין זאך איז זיכער אז אזעלכע פראוואקאציעס ברעננגען נישט קיין שום תועלת, אין די היסטאריע האט שוין אזעלכע סארט זאכן אנגעמאכט גרויסע פראבלעמען והדברים עתיקין
מאנטאג יוני 15, 2009 12:54 am
ווי פלעגט קני זאגן? ימח שמם אלע ציונים !!
מאנטאג יוני 15, 2009 2:55 pm
צייטליך האט געשריבן:אגב, יעהופץ, ביסט ווייט פארקראכן פונעם נושא, אבער אין פאקט האט מען די שטחים אוועקגענומען פון די פאלעסטינער, זיי האבן דארט געוואוינט און מדינת ישראל ברויך זיי צושטעלן א נייער לאנד פאר א געהעריגער רעגירונג און ווי צו וואוינען. מ'קען אריינגיין אין דעבאטע'ס ווי און וועלעכע שטחים עס באלאנגט מער אדער ווייניגער פאר די אראבער, - איך גלייב אז די ביסט נישט נאר אויסגעשפראכן קעגן צוטיילן ירושלים, נאר קעגן בכלל צוריקגעבן שטחים - אבער עס באלאנגט פאר זיי און מ'דארף זיי דאס צוריקגעבן. דאס איז מענטשליך. ווידעראום תורה'דיג טאר בכלל נישט עקזעסטירן אזא מדינה זינט משיח איז נאכנישט געקומען און מיר זענען אין גלות.
וואס הייסט מען האט אוועק גענומען פון זיי שטחים און מ'דארף עס צוריק געבן? דו קענסט אביסל היסטאריע? וועלכע לאנד האט נישט געהאט מלחמות און על לא עול בכפם האט מען אוועק גענומען שטח? וואס איז געווען דער אנהויב פונעם צווייטער וועלט קריג אויב נישט וועגן אוועק גענומענע שטחים? לאמיר לייגן דעת תורה אין א זייט און לאמיר דאס קוקן פון מר. אבאמא'ס אויגן א פאלנער גוי וועלכע ווייסט נישט פון סאטמארער רבי'נס שלש סעודות תורה, האט איינער אוועק גענומען שטח פון די פאלעסטינער אראבער? האבן זיי אמאל געהאט בעלות דערויף? אפשר איז דער מעשה פארקערט, מ'האט געהאלטן אין איין ציפן פון די ישראלים שטיקער? מ'מעג זיין פון קנאי'ש חדר געשניטן אבער פאקטן טאר מען נישט פארדרייען, דער לאנד אויף וועלכע עס הערשט היינט די מדינת ישראל האט באלאנגט פאר די ענגלענדער, און אויב ווילן די ענגלענדער זאלן זיי פארלאנגען פון די ישראלים אז זיי זאלן עס צוריק געבן, וואס אנבאלאנגט די אראבער זיי קענען גערן צוריק קומען קיין ארץ ישראל און אויב ווילן זיי זיין פרידליכע בירגער קענען זיי דארט רוהיג וואוינען מיט אלע בירגערליכע רעכטן ווי שטומען וכדו', אזעלכע מעשיות ווי וואס די ישראלים האבן געהאט מיט די ענגלענדער האבן די ירדן'ער אויך געהאט און די וועלט שרייט נישט, דער ירדנ'ער לאנד האט דאס זעלבע באלאנגט פאר די ענגלישער מאנדאט וועלכע האט עס אוועק גענומען פון די טערקישער אטאנאמישער רעגירונג אזוי ווי ארץ ישראל, דאס וואס די אראבער פארלאנגען א פאלעסטינער לאנד דאס איז ווייל זיי זענען נישט צווילעזירט, ווען זיי וואלטן זיך ווען געוואלט צוויליזירן וואלטן זיי אנערקענט די מדינה אלס א פאקט און אויף געגעבן זייערע געצעלטן און נישט מקיים געווען דעם על חרבך תחי' נאר געארבעט ווי מ'ארבעט און נארמאלע לענדער און נישט געפירט א גאנץ לעבן בירגער קריגן.
מאנטאג יוני 15, 2009 3:17 pm
יהופעץ,
די פאר מעטער אין ירושלים וועט נישט קלענער מאכען די מעגליכקייט פון די רוצחים, געדענקסטו אפשר ווי ווייט זענען די מיסילס פון עזה אנגעקימען, איבער פערציג קילאמעטער!!! ביז באר שבע.
יעצט אפי' לויט די איזראעלי פלאן וועט ירושלים זיין ארימגענימען דריי זייטן מיט אראבער

- ירושלים ארימגענימען מיט אראבער
- jerusalem_map.bmp (224.65 KiB) געזעהן געווארן 681 מאל
די שאלה איז נאר אויף אפאר מעטער ארויף אדער אראף, (סתם פארן כבוד פון האבן גאנץ ירושלים פאר הויפטשטאט, קיין שייכות מיט סעקיוריטי).
יעצט דא האסטו 40 ק"מ רעדיוס פון ראמאלאה (פאלעסטינער הויפטשטאט)
נעמט אריין ירושלים, בית שמש, בני ברק, לוד אירפארט,

- פערציג ק"מ רעדיום פון ראמאללאה
- ramallah_map.bmp (233.12 KiB) געזעהן געווארן 680 מאל
אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר
לעצט פאראכטן דורך
אלד וויליאמסבורג אום דינסטאג יוני 16, 2009 10:51 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג יוני 15, 2009 4:58 pm
הופעץ די קענסט אביסל היסטאריע? עס קוקט נישט אויס, די ענגלישע מאנדאט וואס האט געהערשט דארט האט נישט מער געהאט ווי די אויטאריטעיט דארט, אינטערסיר דיך אביסל וויאזוי די זאך איז צוגעגאנגען, חוץ מזה האבן די אראבער אלע יארן דארט געהערשט שוין הונדערטער יארן און די אידן האבן אין די אלע יארן נישט געהערשט דארט [על פי ציווי השי"ת וואס האט פון אונז אוועקגענומען דאס לאנד ווייל מיר האבן געזינדיגט ביז די רעיון הציונות איז אויפגעקומען מיט א נייע געדאנק אז עס האט נישט מיט דעם גארנישט, מען איז פארטריבן געווארן ווייל מען האט נישט געהאט גענוג א גיטע מיליטער... היינט אז מען האט יא... קען מען צוריקגיין חלילה וחס מהאי דעתא, און דאס האט נישט מיט סאטמאר גארנישט... עס איז אלעמאל געווען פון די פשוט'ע זאכן אז נישט קיין חילוק וויפיל יארן עס איז שוין אדורך אין דעם גלות ווארט מען נאך אלס מיט געדולד אויף דעם מקבץ נדחי עמו ישראל]
אבער אפגערעדט פון דעם איז דאס יא געווען פאליטיש אויסגעהאלטן פראסט צו פארטרייבן בערך א האלב מיליאן אראבער פון דיפלאץ ווי זיי וואוינען שוין הונדערטער יארן?
די שרייבסט אפגערעדט פון די דעת תורה" אנטשולדיגט עס איז נישט דא אזא זאך, אין די דעת תורה וואס די ליינסט יעדן טאג שטייט אז אויב מען וועט זיך נישט אויפפירן כרצון השם וועט זיין "ואבדתם מהרה מעל הארץ הטובה וגו" אידן האבן טאקע געהערשט אין ארץ ישראל בזמן שבית המקדש הי' קיים אבער דער אייבערשטער האט אונז פארשיקט אין גלות ווי עס איז אלעמאל געווען פשוט פאר אלע אידן צו ווארטן און האפן יעדן טאג אז משיח זאל קומען און זאל אונז צוריקברענגען קיין ארץ ישראל ותוליכינו מהרה קוממיות לארצינו
מאנטאג יוני 15, 2009 6:54 pm
אנטשולדיגט יעהופעץ אבער די יו. ען. האט צוטיילט ארץ ישראל צווישן די ציונים און די אראבערס.
רוב וואס מדינת ישראל האט היינט איז אוועק גענומען געווארן פון די אראבערס.
דינסטאג יוני 16, 2009 10:33 am
ב"ה
עפל קאמפאוט האט געשריבן:די שרייבסט אפגערעדט פון די דעת תורה" אנטשולדיגט עס איז נישט דא אזא זאך, אין די דעת תורה וואס די ליינסט יעדן טאג שטייט אז אויב מען וועט זיך נישט אויפפירן כרצון השם וועט זיין "ואבדתם מהרה מעל הארץ הטובה וגו" אידן האבן טאקע געהערשט אין ארץ ישראל בזמן שבית המקדש הי' קיים אבער דער אייבערשטער האט אונז פארשיקט אין גלות ווי עס איז אלעמאל געווען פשוט פאר אלע אידן צו ווארטן און האפן יעדן טאג אז משיח זאל קומען און זאל אונז צוריקברענגען קיין ארץ ישראל ותוליכינו מהרה קוממיות לארצינו
איך האב כלל נישט געזאגט אז מיר זאלן נישט רעדן פון דעת תורה, איך האב געזאגט אז מצד מר. אבאמא וועלכע לערנט נישט יעדע וואך ויואל משה און איז נישט דוקא באהאוונט אין די שלש סעודות תורה פונעם סאטמארער רב ז"ל, ווי אזוי ער דארף צו קוקן אויף די זאך, דאס וואס דו שרייבסט מהפסוק ואבדתם וכו' דאס גייט ארויף אויף יעדער איד דאס האט גארנישט מיט ג' שבועות, ולשיטתך טאר קיין איד נישט דארט וואוינען, ס'זעהט אויס ווי דו ביזט פון אבאמאס פארטיי....
קעלנער האט געשריבן:אנטשולדיגט יעהופעץ אבער די יו. ען. האט צוטיילט ארץ ישראל צווישן די ציונים און די אראבערס.
רוב וואס מדינת ישראל האט היינט איז אוועק גענומען געווארן פון די אראבערס.
כך הוא דרכו של מלחמות, במשך די יאהרן איז מדינת ישראל געווארן אנגעגריפן דורך אירע אראבישע שכינים און דער סדר פון א מלחמה איז אז ווען מען שטופט צוריק דער שונא צוריק אין איר טעריטאריע נעמט מען מיט מיט זיך א באדייטנדע חלק וואס מען האט איינגענומען, צו פאר זיכערהייטס אדער פאר אנדערע אינטערעסן, מדינת ישראל איז נישט מחוייב צו זיין אנדערש ווי אנדערע לענדער.
און בנוגע דאס וואס איינער שרייבט אז מ'האט פארטריבן אנדערט האלבן מיליאן אראבער פון ארץ ישראל, ווער האט זיי פארטריבן? עד היום וואוינען נאך און ארץ ישראל אומצאליגע אראבער וועלכע געניסן פון בירגערשאפטליכע רעכטן און ווילאנג זיי פירן זיך אויף גוט 'פארטרייבט' זיי קיינער נישט, איי וועסטו זאגן, אז מ'האט זיי טערארעזירט, ראשית זיי האבן געטוהן דאס זעלבע נאך פאר תש"ח, ווי דער שחיטה אין חברון, און ביים כותל וכו', זיי זענען רוצחים און מ'האט זיי צוריק געגעבן, צווייטנס זייט ווען אנטלויפן די אראבר ווען מ'טערארעזירט זיי, זיי וואוינען שוין אין געצעלטן פאר די לעצטע 60 יאהר, און ס'דא הריגות ביי זיי אין גרויסן און קיינער אנטלויפט נישט, אלא מאי? די אראבער זענען עגאאיסטן, זיי זענען גרייט פאר זייער עגא צו וואוינען אונטער אוממענטשליכע אומשטענדן אין פליטים לאגערן אהן וועלן געהעריג ווערן פלאצירט, און זיי זענען אנטלאפן פון ארץ ישראל נאר צו ווייזן פאר די וועלט אז מ'פאר טרייבט זיי, וואלטן זיי ווען געווען נארמאלע מענטשן וואלטן זיי זיך פיין איינגעארדענט און געלעבט פריינדליך מיט זייערע נייע בעלי בתים,
דאס אלעס איז געשריבן געווארן מצד פאקטן, דעת תורה בין איך נישט אויסן צו פראדאצירן
דינסטאג יוני 16, 2009 10:57 am
יעהופעץ האט געשריבן:איי וועסטו זאגן, אז מ'האט זיי טערארעזירט, ראשית זיי האבן געטוהן דאס זעלבע נאך פאר תש"ח, ווי דער שחיטה אין חברון, און ביים כותל וכו', זיי זענען רוצחים און מ'האט זיי צוריק געגעבן
אויב איך האב נישט קיין טעות, זענען אצ"ל מיט לח"י געווען די צוויי ערשטע טעראר גרופעס.
דינסטאג יוני 16, 2009 4:29 pm
מען דארף זיך זייער היטן וואס מ'שרייבט! די זאכן זענען זייער זייער הארב א מחשבת מינות רח"ל איז נישט אזאך וואס א אידן וויל זיך שפילן מיט.
ע"כ חכמים הזהרו בדבריכם. ודי בזה.
מען קען נישט אפטיילן פאקטן פונעם דעת תורה, נאר די תורה שטעלט די פאקטן וזה ברור, ואכמ"ל.
וועגן דעם עצם ענין שרייב איך נישט אריין. עס איז צו א האקעלע אישו, איך דארף זיין מער אויסגעקאכט אינעם ויואל משה זיך צו קענען גע'טרויען אריינצורעדן. וד"ל
דינסטאג יוני 16, 2009 9:26 pm
עד מתי תשתכרין וויפיהל איז די שיעור זיך נאריש צומאכן מערבב זיין ענינים וואס האט קיין שייכות נישט, וליתר שאת איז מען מוסיף אפאר ראשי תיבות ווערטער פארדעם און נאכדעם.
ניין אבאמא האט קיין חיוב ערבות זיכער צומאכן אז מיר גייען בדרכי התורה, און דאס גאנצע וואס ער און די גאנצע וועלט [און ליידער טוען אויך אזוי אחב"י וואס זענען לעת עתה ווייט פון תו"מ] דארפן זיך רעכענען איז פון מענטשליכען און פאליטשין שטאנדפונקט.
און ניין מען דארף נישט זיין קיין בריסקער תלמיד אפצוטיילען די צוויי וועגען פון קוקען אויף די נושא.
דינסטאג יוני 16, 2009 9:59 pm
משה קארנפעלד האט געשריבן:יעהופעץ האט געשריבן:איי וועסטו זאגן, אז מ'האט זיי טערארעזירט, ראשית זיי האבן געטוהן דאס זעלבע נאך פאר תש"ח, ווי דער שחיטה אין חברון, און ביים כותל וכו', זיי זענען רוצחים און מ'האט זיי צוריק געגעבן
אויב איך האב נישט קיין טעות, זענען אצ"ל מיט לח"י געווען די צוויי ערשטע טעראר גרופעס.
צו שטעלן זאכן אויפן ריכטיגן פלאץ.
איינער פון די חשובע שרייבער דא האט מיר מעורר געווען אין פריוואט, אז די מעשה אין חברון אין געווען נאך פאר די צוויי גרופעס זענען געגרינדעט געווארן.
אזוי ווי איך בין נישט קיין גרויסע היסטאריקער, האב איך אויף זיין פארלאנג געמאכט א שטיקל זיכעניש, וואס האט מיר געברענגט די פאלגענדע רעזולטאטן, וואס מסתם פאר די יודעי דבר וועט עס נישט זיין קיין חידוש.
אצ"ל איז געגרינדעט געווארן יאר 1931, תרצ"א-ב, לח"י איז געגרינדעט געווארן יאר 1940, וועלכע זענען שוין ביידע געווען שפעטער.
אבער אז מען רעדט שוין יא פון חברון, וועל איך לינקן צו א רעדע פון ר' ברוך קאפלאן זצ"ל, ווי ער רעדט פון די
פאגראם אין חברון.
מיטוואך יוני 17, 2009 12:07 pm
שוטה האט געשריבן:עד מתי תשתכרין וויפיהל איז די שיעור זיך נאריש צומאכן מערבב זיין ענינים וואס האט קיין שייכות נישט, וליתר שאת איז מען מוסיף אפאר ראשי תיבות ווערטער פארדעם און נאכדעם.
ניין אבאמא האט קיין חיוב ערבות זיכער צומאכן אז מיר גייען בדרכי התורה, און דאס גאנצע וואס ער און די גאנצע וועלט [און ליידער טוען אויך אזוי אחב"י וואס זענען לעת עתה ווייט פון תו"מ] דארפן זיך רעכענען איז פון מענטשליכען און פאליטשין שטאנדפונקט.
און ניין מען דארף נישט זיין קיין בריסקער תלמיד אפצוטיילען די צוויי וועגען פון קוקען אויף די נושא.
אבאמא אלץ גוי דארף טאקע נישט זיכער מאכן אז מיר גיין בדרכי התורה, אבער מיר דארפן היטן וואס מ'רעדט (שרייבט)! עס איז גאר א האקעלע ענין, "זיך נאריש צומאכן" איז בכלל נישט א פאסיגע ווארט דא.