באריכטן און אנאליזן
מיטוואך יוני 17, 2009 12:44 am
מורי ורבותי, בין איך דען א מגיד עתידות? פון וואנעט זאל איך וויסן וואס דא גייט זיך אויסקאכן?
געווענליך וואלטן מיר א בליק געטוהן אויף די היסטאריע פון אזעלכע רעזשימען און רעוואלוציע'ס, פרובירט מעסטן די היצן אין די גאסן פון איראן, און לויט דעם אויסגעדרינגען א מיינונג. אבער יעדער ווייסט דאך אז לא ראי זה כראי זה. יעדע לאנד איז אנדערש, און יעדע רעוואלוציע איז אנדערש. איין זאך איז אבער זיכער: די "איסלאמישע רעפובליק" וועט שוין מער קיינמאל נישט זיין די זעלבע. די יסודות זענען דארט אויפגעשאקלט געווארן. אזש מען הערט שוין היינט רופן - כאטש שטילערהייט - "אראפ מיט קהאמעיני", דער איאטאלע. שטעלט אייך פאר! ממש כפירה...
לכאורה איז גאליציאנער גערעכט מיט זיין אנאליז. עס ווילט זיך נישט גלייבן פאר די ריכטיגע פירער אין לאנד אז די מאסן וויל זיך מער נישט לאזן פירן ביי די נאז. אבער כדרכם פון די וואס זיצן אויפ'ן בענקל, ווילן זיי נישט פארשטיין אז זייער טערמין איז שוין אפגעלאפן, און זיי וועלן פרובירן צו דערשטיקן די ראיאטן, און\אדער ווייטער פארדרייען דעם קאפ פאר'ן פערסישן עולם-גולם.
צו די איראנער פאלק וועט זיך לאזן? ווייסט נאר איין באשעפער.
לעצט פאראכטן דורך
יודל מענדלזאהן אום מיטוואך יוני 17, 2009 12:32 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
Advertisement
מיטוואך יוני 17, 2009 1:07 am
שכויח צייטי פארן קאמענטירן איבער דעם אנגייענדן פראבלעם אין ק.נ.א...
מיר אינטערעסירט נישט איראן, איין זאך וויל איך וויסן: וואס טוט זיך מיט איבראהים טארזשאני ? איז ער סעיף ?
מיטוואך יוני 17, 2009 8:53 am
יודל;
אויך אין טיבעט און מיאנמאר/בורמא זענען פאראיאר פארגעקומען ערנסטע גאסן פראטעסטן דורך מאסן רעוואלוציאנערן, דאס איז אלעס אבער דערשטיקט געווארן מיט אפאר קוילן אדער מער, און מען קען גערישט זיין אז דאס וועט אויך זיין דער גורל פון די יעצטיגע 'טוויטער' רעוואלוציע אין טעהראן.
מיטוואך יוני 17, 2009 8:54 am
וואס הייסט "טוויטער רעוואלוציע"?
מיטוואך יוני 17, 2009 8:59 am
דאס איז די צונאמען פון די יעצטיגע רעוואלוציע, צוליב דעם פאקט וואס אלע דזשורנאליסטן זענען פארבאטן געווארן פון דעקן די נייעס, און דאס איראנער פאלק האט זיך גענומען מפרסם זיין די נייעס אויף טוויטער.קאם.
דאס איז אזוי ווייט געגאנגען, אז ווען טוויטער האט נעכטן געוואלט דורכפירן רענאוואציעס אויף זייער סייט, האט די אמעריקאנער "סטעיט דעפארטמענט" זיך געבעטן (און גע'פועל'ט) אז דאס זאל אפגעשטופט ווערן אויף די נאכמיטאג שעות ווען אין איראן איז נאכט, כדי נישט צו שטערן די טומלער פון קענען טוויט'ן!!!
מיטוואך יוני 17, 2009 9:34 am
קרעמער האט געשריבן:יודל;
אויך אין טיבעט און מיאנמאר/בורמא זענען פאראיאר פארגעקומען ערנסטע גאסן פראטעסטן דורך מאסן רעוואלוציאנערן, דאס איז אלעס אבער דערשטיקט געווארן מיט אפאר קוילן אדער מער, און מען קען גערישט זיין אז דאס וועט אויך זיין דער גורל פון די יעצטיגע 'טוויטער' רעוואלוציע אין טעהראן.
היסטאריע חזר'ט זיך איבער, איראן האט שוין געהאט א רעוואולוציע, און דעמאלט איז געווען מער וואו "אפאר קוילן אדער מער" ס'איז געווען אסאך טויטע, און ס'איז געלונגען ס'איז געווארן א איסלאמישע רעפאבליק...
מיטוואך יוני 17, 2009 10:24 am
שוועמל האט געשריבן:מיר אינטערעסירט נישט איראן, איין זאך וויל איך וויסן: וואס טוט זיך מיט איבראהים טארזשאני ? איז ער סעיף ?
קיינער אויסער איך און דיר טוען נישט דערינען?
בד"וו, ער הייסט שוין נישט איבראהים טארזשאני......ביסט נישט גענוג פלייסיג.
מיטוואך יוני 17, 2009 12:02 pm
משה קארנפעלד האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:מיר אינטערעסירט נישט איראן, איין זאך וויל איך וויסן: וואס טוט זיך מיט איבראהים טארזשאני ? איז ער סעיף ?
קיינער אויסער איך און דיר טוען נישט דערינען?
בד"וו, ער הייסט שוין נישט איבראהים טארזשאני......ביסט נישט גענוג פלייסיג.
מיר האבן אויך פיין גע'שמייכעל'ט.
פאר ווער ס'ווייסט נישט... און די שאפער'ס ראט (היינט קומט עס טאקע ארויס) לויפט א פארזעצונג וועגן א אידיש קינד וואס איז נעבאך געווארן א דיפלאמאט אין איראן. ער האט זיך געטוישט זיין נאמען צו איבראהים טארזשאני.
מיטוואך יוני 17, 2009 12:34 pm
רויטערס שפעקולירט וואס עס
גייט געשעהן...
גאנץ א כמעשה'דיגער אנאליז, כאטש נישט פולקאם.
מיטוואך יוני 17, 2009 7:57 pm
די מצב אין איראן שטילט זיך נישט איין
די מושלים בכיפה דארטען ווערען ווילד זיי שלאגען אין הארגענען
זיי האבען טאקע פארמאכט פאר די פרעסע אז מען זאל נישט זעהן זייערע מעשים תעתועים
אבער דורעך טוויטער אין דורעך אנדערע אינטערנעט וועגען קומט די נייעס ארויס צי די וועלט
די אינטערדריקטע געפילען פין די איראנער פין אזוי פיהל יארען הייבט אן ארויסקומען מען קען נישט אויף אייביג אינטערדריקען מענטשען,
לאמיר האפען אז עס וועט אראפברענגען די פארשאלטענע רעזשים פין די שונאי ישראל אין זאלען זיי זיך ארום שלאגען צווישען זיך וויפעל ס'גייט אין צירוה לאזען די אידען
אראפ מיט כאמעיני !!!
אראפ מיט אכמאדינידשאד !!!
דער עולם דארט איז זייער ווילד אזוי ווי יודל זאגט מען קען נישט וויסען וויזוי עס גייט זיך אויסלאזען אבער זיי זענען ווילד אין לאמיר האפען אז די יסודות פין די איסלאמישע רעפובליק וועלען גוט אויפגעשאקעלט ווערען אין זיי זאלען פאלען אין אזוי אויך אלע שונאי ישראל
זיי פרובירען יעצט מיט זייער אלטע טעקניק צי באשולדיגען די גרויסע שטן אמעריקע אין אלע זייערע פראבלעמען, אז אמעריקע איז שילדיג אין זייערע פראבלעמען אין אז אמעריקע האט אינטערגעשטעלט די ראיאטען, האלאו כאמעיני הער זיך צי די קינדערלעך זענען שוין גרויס די קענסט זיי שוין נישט אינרעדען אז אלעס איז אמעריקע שילדיג, נישט אמעריקע איז שילדיג די ביזט שילדיג די אין דיינע מאכט גייציגע נאכשלעפער רעד דיר נישט איין אז מוחאמאד גייט דיר העלפען ווייל ער איז אליין געווען א מאכט גייציגע גארנישט, ער איז א גארנישט הערסט א פלעינע גארנישט, סאו יעצט ביסטע אין טראבעל אין אויב די וועסט שטויסען ווי א קליין קינד אין עס דערשטיקען מיט איבערגעטריבענע מאכט וועט עס ארויס שפראצען אין א פאר יאר ארום מיר א שטארקערע קראפט,
איז יעצט אזוי כאמעיני, הער צי צי די עצה וואס כ'געב דיר כ'האלט די מיט אכמאדינידשאד זאלען ווערען מארטירער טוטס ענק אן אויפרייס מאטריאל אין רייסט ענק אויף אינמיטען מארק אין גייטסט טרעפטס ענק מיט ענקער אפגאט מוחמאד דארט אין די צואה רותחות אין פארטיג דער עולם האט שוין נישט קיין געדולד צי אכמאדינישאד'ס זויערע וויצען אין צי דיין רעזשים גייטס פרובירען ענקער מזל אין שאול תחתית נו געגאנגען א שאד די צייט איינס צוויי דריי נו ........
מיטוואך יוני 17, 2009 8:41 pm
גאליציאנער פון דיין מויל אין די אויערן פון די איראנער
דאנערשטאג יוני 18, 2009 10:29 am
מ'דארף עס איבערשרייבן אויף טוויטער... אבער ארויסנעמען די מעכאמעד שורה.
דאנערשטאג יוני 18, 2009 10:42 am
די נעקסטע צוויי טאג לויט די פרעסע וועלען זיין די מערסטע קריטיקעל אין די ווענדונג פון די פראטעסטען
דער גייסטליכער פירער האמעני גייט מארגען פרייטאג אדרעסירען די אומריען, אין אויב וועט דאס נישט אויפהערן וועט דאס לכאורה ווערען באטראכט ווי אן עמטליכער ווידערשטאנד אנקעגען זיין אויטאריטעט אין ווי די שאצער זאגען וועט ער מער נישט קענען בלייבען פאסיוו דערצי ווייל דאס וועט ווייזען אז ער איז שוואך אין העזעטענט וואס פון דארט ביז א פולער רעוועלאציע קען מעגליך נישט זיין מער ווי א קורצער שפרינג.
דאנערשטאג יוני 18, 2009 11:07 am
גאליצי פיין
דאנערשטאג יוני 18, 2009 5:07 pm
יישר מר' גאלי, זייער שיין.
פרייטאג יוני 19, 2009 4:11 am
כומעיני האט זיך געשטעלט מיט אחמעדאיניזשאד פולקאם
יעצט העמיר זעהן צו די פראטעסטן וועלן ווייטער אנגיין אויב יא מיינט עס א שטארקע קלאפ פאר כומעיני
פרייטאג יוני 19, 2009 8:32 am
איראן'ס הויפט פירער האט פאנאטיש פארטיידיגט די וואלן פון לעצטע וואך פאר די פרעזידענטשאפט היינט פרייטאג, רימענדיג פרעזידענט ''מאכמוד אכמעדינדזשאד''ס ערוועלונג אלס א ''זיכערע געווינס'', און אפווארפענדיג די קלאגעס פון פעלשונגען.
איאטאלא עלי כומעיני האט אדרעסירט א פארזאמלונג אין די טעהעראן יונעווערסיטי ביי די פרייטאגדיגע געבעט צערעמאניע, זיין רעדע איז שטארק נאכגעפאלגט געווארן צוליב די מאסיווע פראטעסטן דורך שטיצערס פון די אפאזיציע פירערס א שטייגער ווי מאסאווי, וואס האט געטענה'ט אז די איבערוויגענדע געווינס פון אכמעדינדזשאד איז געפעלשט.
און די צייט וואס כאמעיני האט גערופן צו די וואס גלייבן נישט אין די רעזולטאטן פון די וואלן צו נוצן די ריכטיגע לעגאלע וועגן, צום ביישפיל ווי פארלאנגן א איבערציילונג אויף די וואלן וואס זענען שוין אפגעגעבן געווארן, האט ער אבער נישט ערווענט א רוף פאר פרישע וואלן.
ער האט אויך קריטיקירט די גאסן פראטעסטן זאגנדיג אז די וואס האבן צוברענגט צו די ווילדע אומרוען וועלן אפגעבן דין וחשבון.
דער הויפט פירער האט זיך גענומען האקן אויף די וואס ער פאררעכנט אלץ פיינט פון איראן- אמעריקע, ענגלאנד, מדינת ישראל, און אויך אויף די וואס וואוינען אין איראן- פארן אונטערמינעווען די פראצעדור פון די וואלן. ער האט אויך קריטיקירט די אינטערנאציאנאלע נייעס אגענטורן פארן אפמאלן אז די וואלן האבן אפגעשפיגלט די צוטיילונג צווישן די מענטשן וואס זענען און שטיצע פאר די איסלאמישע פירערשאפט אקעגן די מענטשן וואס זענען קעגן דעם. ער האט געזאגט אז אלע פיר קאנדידאטן- אחמעדינדזשד, מוסאווי, מאשען רעזעי און מעכדי קאראבי- שטיצן די איסלאמישע רעוואלוציע.
כאמעיני האט ארויסגעהויבן די פאקט אז 85 פראצענט שטים בארעכטיגטע זענען ארויסגעקומען וועלן וואס דאס באטרעפט 40 מיליאן מענטשן, ער האט אבער געזאגט אז געוויסע קריטיק ''האבן דיר געוואלט געבן א שלעכטע טעם אין מויל, זיי האבן נישט געקענט זען אז העכסטע ראטע פון ארויסקומען וועלן אין די וועלט איז פארגעקומען ביי אונז, אבער דאס האט פאסירט. עס איז רעקאדירט אין היסטאריע אויף דיין נאמען. זיי קענען עס מער נישט צוריקדרייען'' האט ער אויסגערופן מיט פאטאס.
'' 11 מיליאן וואוטס א חילוק? אמאל מאכט זיך אז ס'איז דא א דיפערענץ פון 100.000 אדער 200.000 אדער מערסטנס א מיליאן. דעמאלט קען מען זיך דינגען צו ס'איז געווען שווינדלערייען, אבער דא איז דא א דיפערענץ פון 11 מיליאן. וויאזוי קען דאס זיין אומלעגאל?'' האט ער געפרעגט.
איבערזיכטער אויף זיין רעדע האבן אנגעוויזן אז ער האט בעיקר געמיינט ארויסצוברענגן א ווארענונג אז דאס איז עס! און ווער ס'וועט נישט גיין אין שפאן וועט ליידן קאנסקווענצן. וואס דאס קען מיינען שחיטות אין הריגות, אבער פון די אנדערע זייט קען זיין אז ער האט געמאכט א טעות מיט דעם וואס ער האט נישט דערמאנט א ווארט איבער די אנגייענדע פראטעסטן, וואס דאס קען נאכמער אויפרייצן די מאסן צוליב דעם פאקט אז מען רעכנט זיך ניטאמאל מיט זיי.
עס איז דא געוויסע מיינונגען דא אין אמעריקע וואס האט אנגעברענגט די אויפוואכונג פון די איראנער באפעלקערונג, ווארשיינליך וועלן די דעמאקראטן געבן די קרעדיט פאר אבאמא מיט זיין רעדע, וואס האט ארויסגעברענגט פאר די אראבער די שיינקייט פון די פרייע וועלט. ווייטער מאנכע רעפובליקאנער וועלן אנווייזן אז די פאקט אז זייער שכן איראק לעבט היינט א פרייע לעבן האט זיי אויפגעוועקט פון זייער שלאף. און לכאו' זענען אין ביי דא א געוויסן פראצענט פון אמת.
און אנדערע נייעס איז געווארן א גאנצע טומל מיינסטנס אין די רעפובליקאנער לאגער מ'האט זיך ארויפגעכאפט אויף דעם וואס אבאמא האט נישט גענומען קיין שטעלונג דערווייל, טענה'נדיג אז דער פירער פון די פרייע וועלט וואלט זיך געדארפט זיך ארויסשטעלן מער פאר די פרייהייט באוועגונג. אבער פון די אנדערע זייט דארף ארויסגעברענגט ווערן אז אבאמא איז דאך דא אינמיטן א שפיל פרובירענדיג אראפצוזעצן אכמאדינדזשאד צום פארהאנדלונגס טיש, וואס א ענדארסמענט פאר מאסאווי וועט אים נישט שטארק צוהעלפן דערצו. און פון די אנדערע זייט האט ער שוין אין זיין רעדע אין עגיפטן גענוג קלאר ארויסגעברענגט זיין שטעלונג. און ווייטער ווען ער קומט ווען ארויס אין שטיצע פאר די אפאזיציע ווי דזשאן מעקעין וואלט געטון, וואלט עס קלענער געמאכט די שאנסן אז כומעיני זאל זיך רעכענען מיט זיי, און וואלט מער אויפגערייצט די גלויביגע צו ארויסגיין אין א שחיטה קעגן זייערע ברידערס.
אויף דעם פאל איז געזאגט געווארן סיג לחכמה שתיקה.
פרייטאג יוני 19, 2009 9:27 am
bailout האט געשריבן:עס איז דא געוויסע מיינונגען דא אין אמעריקע וואס האט אנגעברענגט די אויפוואכונג פון די איראנער באפעלקערונג, ווארשיינליך וועלן די דעמאקראטן געבן די קרעדיט פאר אבאמא מיט זיין רעדע, וואס האט ארויסגעברענגט פאר די אראבער די שיינקייט פון די פרייע וועלט. ווייטער מאנכע רעפובליקאנער וועלן אנווייזן אז די פאקט אז זייער שכן איראק לעבט היינט א פרייע לעבן האט זיי אויפגעוועקט פון זייער שלאף. און לכאו' זענען אין ביי דא א געוויסן פראצענט פון אמת.
אז די רעדסט וועם עס קימט זיך קרעדיט,
טאמאס פרידמאן א פוליצער פרייז געווינער אין שרייבער אין די נוי יארק טיימס וואס איז געווען פון די הויפט קריטיקירער פון דעם געוועזענעם פרעזידענט בוש, האט אנפאנג די וואך ציגעטיילט די קרעדיט פון די פרייהייט באוועגונג אין איראן פארן געוועזענעם פרעזידענט, ער שרייבט אז דאס איז א פועל יוצא פון זיין כוחות וואס ער האט אריינגעלייקט צי פארשפרייטען דעמאקראטיע אין יענעם ראיאן.
פרייטאג יוני 19, 2009 10:54 am
א ריזיגען יישר כח רב בעילאוט. זייער גוט אראפגעשריבן.
פרייטאג יוני 19, 2009 12:39 pm
יישר כח בעילאוט, דו ביסט דער ערשטער מקור וואו איך זעה די איינצלהייטן, נאכדערצו אזוי שיין און פונקטליך געשילדערט.
אגב, דזשאן מעקעין האט היינט פארגעלייגט א ביל אין סענאט אינאיינעם מיט יוסף ליבערמאן, צו שטיצן די אפאזיציע אין איראן (אזוי שרייבט ער אליינס אין טוויטער, וואו איך בין צווישן זיינע 800,000 נאכפאלגער).
פרייטאג יוני 19, 2009 3:06 pm
bailout האט געשריבן:
און אנדערע נייעס איז געווארן א גאנצע טומל מיינסטנס אין די רעפובליקאנער לאגער מ'האט זיך ארויפגעכאפט אויף דעם וואס אבאמא האט נישט גענומען קיין שטעלונג דערווייל, טענה'נדיג אז דער פירער פון די פרייע וועלט וואלט זיך געדארפט זיך ארויסשטעלן מער פאר די פרייהייט באוועגונג. אבער פון די אנדערע זייט דארף ארויסגעברענגט ווערן אז אבאמא איז דאך דא אינמיטן א שפיל פרובירענדיג אראפצוזעצן אכמאדינדזשאד צום פארהאנדלונגס טיש, וואס א ענדארסמענט פאר מאסאווי וועט אים נישט שטארק צוהעלפן דערצו. און פון די אנדערע זייט האט ער שוין אין זיין רעדע אין עגיפטן גענוג קלאר ארויסגעברענגט זיין שטעלונג. און ווייטער ווען ער קומט ווען ארויס אין שטיצע פאר די אפאזיציע ווי דזשאן מעקעין וואלט געטון, וואלט עס קלענער געמאכט די שאנסן אז כומעיני זאל זיך רעכענען מיט זיי, און וואלט מער אויפגערייצט די גלויביגע צו ארויסגיין אין א שחיטה קעגן זייערע ברידערס.
אויף דעם פאל איז געזאגט געווארן סיג לחכמה שתיקה.
יא יא דאס איז דאך דער פראבלעים פון אבאמא אז ער חלומ'ט נאך זיך מיט זיי אראפצוזעצן צום טיש און פארהאנדלען, וואלט ער אביסל געקוקט מיט אויגן פון א געריבענער פירער וואלט ער בכלל אנדערש אנגעקוקט די זאך,
פרייטאג יוני 19, 2009 4:02 pm
בעילאוט, הערליך שיין אראפגעלייגט..
יאסל, איך רייב מיר די אויגן, דו געסט קרעדיט פאר בוש?.. נייס אוו יו.. זיי געזונט, טשאבעס..
שבת יוני 20, 2009 9:05 pm
שכוח בעילאוט.
עס איז דא וואס זאגן אז עס האלט שוין ביי 150 טויטע, באשטעטיגט איז 19 טויטע.
זונטאג יוני 21, 2009 5:00 pm
גאנץ א גוטע עצה, מ'גייט אראפרוקן פון וועג עטליכע מליאן מענטשן, דערנאך איבערמאכן וואלן, און אלעס וועט שטימען..
זונטאג יוני 21, 2009 6:13 pm
ייייגגגגררררר