באריכטן און אנאליזן
מיטוואך יוני 10, 2009 6:19 pm
אינזער געעערטער פרעזידענט יורעם הודי האט היינט ווידער אויפגערעגט די ישראלים, ס'היינט ארויס געקימען א פיקטשער ווי מ'זעהט די פרעזידענט רעדען מיט ביבי אויפען טעלעפאון, דאס אז ער רעדט אויפ'ן טעלעפאון רעגט נאך קיינעם נישט אויף, אבער די פראבלעם איז אז ער האט געהאלטען די שיך אויפ'ן טיש בשעת'ן רעדען.
די פרעזידענט האט זיך היינט אפגערעדט פאר ריפארטערס אז ער ווייסט באמת נישט וואס מ'וויל פין אים, וזעלשון קאדשוי: איך ווייס נישט וואס די איזרעליס ווילען פין מיר זיי האלטען אז איך וואלט יעצט געדארפט גיין מיט באטס?? וואסי ראנג צי גיין מיט שיך??
- עטעטשמענטס
-

- s_up_12445830990.jpg (22.17 KiB) געזעהן געווארן 990 מאל
Advertisement
מיטוואך יוני 10, 2009 6:58 pm
א גוטס
מיטוואך יוני 10, 2009 7:01 pm
ס'הייסט? ער ווייסט נישט? זיי טענה'ן אז ער האט געוואלט ווארפן די שוך אויף ביבי...
מיטוואך יוני 10, 2009 7:09 pm
די איזראעלים האבן געמאלדן אז ביבי איז געזעצן אין בית הכבוד בשעת'ן שמועס...
מיטוואך יוני 10, 2009 8:50 pm
די איזרעליס גייט שוין נישט צופיל אן וואס די שמועס אליין איז געווען דער עיקר ווי זיין פיס האט זיך דעמאלס אנגעלאנט...
דא פאסט טאקע דער אויסדריק: קליינע קינדערלעך
דאנערשטאג יוני 11, 2009 8:06 am
יוי זאגט מיר נישט אז איר ווייסט נישט אז געלעגער איז אונזער נייער קאמיק ריפארטער, ער נעמט א נארמאלע (???) נייעס און מאכט דערפון א קוגעל.
דאנערשטאג יוני 11, 2009 8:21 am
ניין, כ'זאג עס טאקע נישט...
איך וואלט געזאגט אז געלעגער איז אויך "ק.נ.א.'ס" נייע קראספעדאנט צום ווייסן הויז... (האט ער נישט לעצטענס באריכטעט עפעס א מעשה מיט א אראפגעפאלענע בוים ביים ווייסן הויז?...)
דאנערשטאג יוני 11, 2009 9:28 am
געלעגער, טענקס אגעין.
אגב, איך האב געליינט איבער דעם שטורעם, גיי ווייס, פשוטע משוגעים, וואס נאך איז א פראבלעם?
פון געוויסע קעוועלער הער איך אז דער פרעסע סעקרעטאר גיבס האט איבערגעפרעגט דעם פרעזידענט און לויטן פרעזידענט האט ער כלל נישט גערעדט צו ביבי דאן, דער בילד איז גענומען געווארן ווען ער האט אויסגעהערט טעל-מי. (ענגלישע ווערסיע פון קול מבשר)
דאנערשטאג יוני 11, 2009 11:51 am
איך זעי נאכנישט די פראבלעם
דאנערשטאג יוני 11, 2009 11:53 am
וואס פארשטייט א פשוט'ער דארפסמאן?
דאנערשטאג יוני 11, 2009 11:54 am
דאנערשטאג יוני 11, 2009 12:06 pm
איך_הער האט געשריבן:וואס פארשטייט א פשוט'ער דארפסמאן?
א פושוטע דארפסמאן האט היינט מער טשענס צי ווערן פרעזידענט ......................
דאנערשטאג יוני 11, 2009 1:27 pm
די ווארט איז נישט צו מ'מעג אדער נישט, ס'איז נאר מ'זעט ווי ערנסט ער נעמט עס
דאנערשטאג יוני 11, 2009 1:52 pm
יעדער ווייסט אז ער איז א שווארצע לאו לייו
דאנערשטאג יוני 11, 2009 2:18 pm
טאקע דא שטעקט די פראבלעם, ער ווייסט נישט ווי איין און ווי אויס, ער מיינט אלעס איז א דשאוק
דאנערשטאג יוני 11, 2009 2:21 pm
חוץ דעם וואס ער לעבט אין פאנטאזיע וועלט ער מיינט אז וואס ער טראכט וועט געשעהן און די וועלט גייט זיך טוישן דורך זיינע דרשות
דאנערשטאג יוני 11, 2009 4:09 pm
שטרויזאק האט געשריבן:די איזראעלים האבן געמאלדן אז ביבי איז געזעצן אין בית הכבוד בשעת'ן שמועס...
איז וואס? ער האט עפעס גערעדט דברי תורה?....
דאנערשטאג יוני 11, 2009 4:48 pm
מיללער האט געשריבן:שטרויזאק האט געשריבן:די איזראעלים האבן געמאלדן אז ביבי איז געזעצן אין בית הכבוד בשעת'ן שמועס...
איז וואס? ער האט עפעס גערעדט דברי תורה?....
טאקע נישט קיין דברי תורה, אבער עס איז גיט
דאנערשטאג יוני 11, 2009 5:03 pm
ביים קאמפיין האט זיך ארימגעדרייט א בילד ווי אמאבא זיצט מיט זיינע ראטגעבער אין דייט איבער א רעדע אין ער זיצט מיט די פיס אויפן טיש קיקט אוי ער קען זיך נישט אפגעויינען דערפין
דאנערשטאג יוני 11, 2009 7:27 pm
א שטורעם אין א גלעזל וואסער
דאנערשטאג יוני 11, 2009 7:40 pm
די פראבלעם איז אז יעדער וויל נעבעך טרינקען פון דעם גלעזל..
דאנערשטאג יוני 11, 2009 7:44 pm
טענקס געלעגער פאר די ריפארט, און צייטליך, דער עולם דא האט נישט אזוי געכאפט, אבער איך האב געשמייכלט..
פרייטאג יוני 12, 2009 8:58 am
די מוסלומענע משוגעים פרייען זיך מיט די נייעס, ווי באקאנט אין די מוסלומענע וועלט איז ווייזן די שיך די ערגסטע זאך, מקען דיך נאך אראפ שיסן דערפאר.
זיי זאגן אז אבאמא האט געוואלט דערמיט פארשעמען ביבי, נעבעך....נעבעך......איינער מער משוגע פונעם צווייטן.
פרייטאג יוני 12, 2009 1:49 pm
ס'דערמאנט מיך פון - להבדיל - מרדכי הצדיק וואס האט געוויזן די שיך פאר המן. אפשר האט אבאמא א שטר חוב פון ביבי?
פרייטאג יוני 12, 2009 5:37 pm