באריכטן און אנאליזן
מיטוואך יוני 10, 2009 9:53 am
אנטשולדיגט מיר פארן אויפמאכן א נייע אשכל, אבער איך האב געהאט צוויי אינטרעסאנטע קליפס וואס איך האב נישט געטראפן די פאסיגע אשכל פאר זיי און דאס האט מיר באוואויגן צו עפענן דער אשכל.
דער אשכל איז געמאכט צו פאוסטן און דעבאטירן קליפס און ארטיקלן וואס זענען:
1)רעלעווענט (נישט קיין אלטע נייעס)
2)אינטרעסאנט און קאנווינסינג
3)א נושא וואס קען גוט דעבאטירט ווערן
4)פאני (אבער נאר עכט פאני, נישט סתם שטותים און קארטונס - און איך פארלאז מיך אז די עולם איז גענוג קלוג צו וויסן די חילוק)
נאכן פאוסטן די קליפס זאל די עולם לאז הערן די מיינונג, און דאס וועט גורם זיין אז נייע נושאים זאלן האלטן אין איין צוגעלייגט ווערן.
צום לעצט, היות עס וועלן מן הסתם געלייגט ווערן ארטיקל אדער קליפס איינס נאכן אנדערע אן א סדר, איז ווען איר דעבאטירט, טענה'ט זיך אדער שרייבט סתם א באמערקונג, ביטע צייכנט אן פונקטלעך צו וואס איר באציט זיך.
יישר כח למפרע פארן מיטארבייטן.
Advertisement
מיטוואך יוני 10, 2009 9:55 am
צום ערשט וויל איך פאוסטן א קליפ פון ראש לימבאו אויף די שאן הענעטי שאו אויף פאקס ניוז.
זיי באציען זיך דא צו א מימרא פון די פרעזידענט וואס ער האט געזאגט ביי זיין לעצטע מיטל מזרח רייזע אז אמעריקא טאר נישט ארויף צווינגען אירע שיטות אויף אנדערע.
איך ווייס אז עס וועלןו גלייך אויפשפרינגען חברה דא און שרייען אז די צוויי זענען עקסטרעמיסטן און פיער מאנגערס. צו די אלע פארלאנג איך נאר איין קליינע זאך, און אויב איר פירט דאס אויס וועל איך מסכים זיין מיט אייך. די קליינע פארלאנג איז "פארענטפערט זייער שווערע קשיא".
http://www.mahnishmah.com/system/script ... cgi?p=8311
מיטוואך יוני 10, 2009 9:59 am
גלען בעק (מיין נייע שטערן

, נישט ווייל איך בין איבערצייגט אז ער איז גערעכט, נאר פשוט ווייל ער ווייסט וויאזוי צו צונעמען עני נושא אויף שטיק שטיקער און ער איז זייער קאנווינסינג), רעדט איבער די נייע איינפירונג פון פרעזידענט אבאמא (בעצם איז ער נישט געווען די ערשטע עס צו טון) מיטן שטעלן 16 צאר'ן אין די רעגירונג. דאס טוט אונטערברעכן די לעגיסטלאטיווע און דזשודישעל חלקים פון די רעגירונג, און עס גיבט שטארקע און אומשטערבארע כוחות פאר די עקזעקיוטיוו איינהייט. איז עס אויסגעהאלטן לויט די קאנסטיטוציע?
http://www.foxnews.com/video/index.html ... d=playlist
מיטוואך יוני 10, 2009 10:11 am
גלען בעק (נאכאמאל? יא! ער איז אייזן

) רעדט מיט דעיוויד הארוויץ איבער די ראדיקאלקייט פון די עיקארן קאמיוניטי ארגעניזאציע. זיי טענה'ן אז עיקארן האט אן איטערעסע אז די אמעריקאנער עקאנאמיע גייט צוגרונד, און אז פארדעם איז דער ארגעניזאציע געגרינדעט געווארן.
די מערסטע האב איך הנאה וואס ער זאגט צום סוף (א זאך וואס איך האב שוין געשריבן כמה פעמים - און פארדעם האב איך טאקע הנאה דערפון) אז כאטש אפילו די ליבעראלן טוען נישט גוטע זאכן פאר די לאנד און פאר די פיוטשער, מיינט עס נאך נישט אז אמעריקא וועט אויסזעהן אזוי ווי סאמאליע, אדער אוקראינע אין 15 אדער אפילו דרייסיג יאר פון יעצט.
http://www.foxnews.com/video2/video08.h ... 68,00.html
לעצט פאראכטן דורך
לעווי אום מיטוואך יוני 10, 2009 8:00 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מיטוואך יוני 10, 2009 1:18 pm
לעווי האט געשריבן:גלען בעק (מיין נייע שטערן

, נישט ווייל איך בין איבערצייגט אז ער איז גערעכט, נאר פשוט ווייל ער ווייסט וויאזוי צו צונעמען עני נושא אויף שטיק שטיקער און ער איז זייער קאנווינסינג), רעדט איבער די נייע איינפירונג פון פרעזידענט אבאמא (בעצם איז ער נישט געווען די ערשטע עס צו טון) מיטן שטעלן 16 צאר'ן אין די רעגירונג. דאס טוט אונטערברעכן די לעגיסטלאטיווע און דזשודישעל חלקים פון די רעגירונג, און עס גיבט שטארקע און אומשטערבארע כוחות פאר די עקזעקיוטיוו איינהייט. איז עס אויסגעהאלטן לויט די קאנסטיטוציע?
http://www.foxnews.com/video/index.html ... d=playlist
זייער אן אינטערסאנטע קליפ. ער האט מיר געעפענט די אויגן איבער די באגריף פון א "צאר" (דיקטאטור) אין א דעמאקראטישע רעגירונג.
מיטוואך יוני 10, 2009 1:20 pm
לעווי האט געשריבן:גלען בעק (נאכאמאל? יא! ער איז אייזן

) רעדט מיט דעיוויד הארוויץ איבער די ראדיקאלקייט פון די עיקארן קאמיוניטי ארגעניזאציע. זיי טענה'ן אז עיקארן האט אן איטערעסע אז די אמעריקאנער עקאנאמיע גייט צוגרונד, און אז פארדעם איז דער ארגעניזאציע געגרינדעט געווארן.
די מערסטע האב איך הנאה וואס ער זאגט צום סוף (א זאך וואס איך האב שוין געשריבן כמה פעמים - און פארדעם האב איך טאקע הנאה דערפון) אז כאטש אפילו די ליבעראלן טוען נישט גוטע זאכן פאר די לאנד און פאר די פיוטשער, מיינט עס נאך נישט אז אמעריקא וועט אויסזעהן אזוי ווי סאמאליע, אדער אוקראינע אין 15 אדער אפילו דרייסיג יאר פון יעצט.
http://www.foxnews.com/video/index.html ... d=playlist
איך באקום די זעלבע קליפ ווי די פריערדיגע (מיט די צארס).
מיטוואך יוני 10, 2009 2:28 pm
קרעמער האט געשריבן:לעווי האט געשריבן:גלען בעק (נאכאמאל? יא! ער איז אייזן

) רעדט מיט דעיוויד הארוויץ איבער די ראדיקאלקייט פון די עיקארן קאמיוניטי ארגעניזאציע. זיי טענה'ן אז עיקארן האט אן איטערעסע אז די אמעריקאנער עקאנאמיע גייט צוגרונד, און אז פארדעם איז דער ארגעניזאציע געגרינדעט געווארן.
די מערסטע האב איך הנאה וואס ער זאגט צום סוף (א זאך וואס איך האב שוין געשריבן כמה פעמים - און פארדעם האב איך טאקע הנאה דערפון) אז כאטש אפילו די ליבעראלן טוען נישט גוטע זאכן פאר די לאנד און פאר די פיוטשער, מיינט עס נאך נישט אז אמעריקא וועט אויסזעהן אזוי ווי סאמאליע, אדער אוקראינע אין 15 אדער אפילו דרייסיג יאר פון יעצט.
http://www.foxnews.com/video/index.html ... d=playlist
איך באקום די זעלבע קליפ ווי די פריערדיגע (מיט די צארס).
איך אויך.
מיטוואך יוני 10, 2009 8:02 pm
איך האב פארראכטן די צווייטע קליפ פון גלען בעק און דעיוויד האראוויץ. (ביידע זענען מן הסתם אידן).
מיטוואך יוני 10, 2009 9:38 pm
הרב לעווי יש"כ פארן עפענען דעם אשכול, ווי עס שיינט וועט עס זיין העכסט אינטערעסאנט, אויסהערן אלע קליפס וואס דו האסט דא אראפ געברענגט בין איך נאך נישט אנגעקומען, אבער מוועט נאך אנקומען דערצו.
איין זאך נאר, איך זעה אז דו ברענגסט גלען בעק אלץ די נייע שטערן, אין מיינע אויגן נאכן אים הערן עטליכע מאל, איז ער א וויסטע משוגענער, אביסל צו שארף, אבער לאמיר עס אנרופן א ווילדער צודרייטער.
מיטוואך יוני 10, 2009 9:52 pm
ער מאכט זיך גוט משוגע, אבער וואס טוט מען נישט פאר פרנסה?
זיין באגלויבטקייט איז ביי מיר געפאלן אביסל ווען ער האט שיין צוגעפיצט א מעשה מיט א באגעגעניש וואס ער האט געגעבן אויפן עמטרעק באן מיט עטליכע רעדנער פון די 'וויו', ווי ער האט זיך זעלבסט מודה געווען אויף די 'וויו' פראגראם.
דאנערשטאג יוני 11, 2009 7:59 am
משה, אזוי ווי אך האב שוין פריער געשריבן, ער איז נישט מיין שטערן ווייל איך בין מסכים מיט אים! איך ווער פשוט משוגע וויאזוי ער צונעמט א זאך. ער צולייגט עס אויך שטיק שטיקער אז דו זאלסט מיינען אז ער איז זיכער גערעכט, בקיצור איך האב ליב זיין שטארקע רעדערישע כאראקטאר.
דאנערשטאג יוני 11, 2009 11:06 am
האלט מען שוין נאכן אויסהערן די אלע דריי זאכן דא, דע ערשטע וואס דו ברענגסט האב איך שוין געהאט געהערט פארדעם, און איך זעה נישט קיין גרויסע ענינים דערביי, די צווייטע איבער די צארס, איז אינטערסאנט, אווי קרעמער זאגט, עס האט אים געפענט די אויגן.
די דריטע איבער עיקארן, מה נאמר ומה נדבר, וואס דארף מען טון מער ווי הערן די נאמען, און פארשטאפן די נאז.