געדולד קאלם דאון, די האסט בכלל נישט אנאלזירט די דרשה ווייל ווען יא וואלט נישט בייגעפאלן צו זאגן אז בוש וואלט געזאגט די זעלבע זאך, קודם כל קיין ווארט פון די שוידערליכע טעראריזם וואס די איסלאמער דארפן סטאפן (יא יא נישט יעדער עס איז אבער א מציאות וואס דער אבאמא האט נישט ארויפגעברענגט) האט ער בכלל נישט דערמאנט, אנשטאט האט ער זייער "שיייייייייןןןןן" גערעדט אז זיי דארפן סטאפן די....ווייעלענס וואס ער האט קלארגעשטעלט אז יעדער מאכט "ווייעלענס" אביסל די אראבישע וועלט, און אביסל די מערב וועלט, (אזוי שטעלט זיך ארויס פון זיין דרשה וואס ער האט צוזאמגעשטעלט די פראבלעמען פון די אראבישע וועלט מיט די מערב וועלט בחדא מחתא)
דאס נישט צו דארמאנען און זיך אומוויסנדיג מאכן איבער די שוידערליכע טעראריזעם פראבלעים, נאר פאר דעם ווייל ער וויל זיין "נייס"און מאכן א גיטן רושם ביי די אראבישע וועלט, איז נאך א באווייז אויף זיין נאיאיווקייט אין פאליטיק און ווי רוי ער איז דערין, מיינענדיג אז מיט זיידענע הענטשעך וועט ער אסאך אויפטוהן, (יא יא אויפטוהן דאס וואס קארטער- וואס האט שוין אויסגעטרייט מער ווייניגער זיינע טריקס- האט אויפגעטוהן...)
מען קען אויך ארומרעדן איבער די גרין לייט וואס דער האט געגעבן פאר איראן צו האבן נוקלעארע וואפן פאר פרידליכע צוועקן (אוי דער טי..ש פארשטייט נישט -בעסער געזאגט- ער מאכט זיך ווי ער ווייסט בכלל נישט וואס די צוועק פון איראן איז מיט די "פרידליכע וואפן" וואס קען בין יום ולילה ווערן איבערגעדרייט צו א מלחמה וואפן, (די שאק דערפון האט זיך שוין אנגעהויבן צוויי דריי טעג פריער ווען ער האט זיך שוין צולאזט מיט'ן זאגן אז עס איז נישט געפערליך אז איראן האט די נוקלעארע וואפן פאר..... "פרידליכע צווועקן" (כהאב אמאל געמיינט אז ער האט יא אביסל שכל)
בכלל איז נאך דא אסאך צו אנאליזירן איבער זיין דרשה איבער די חלקים וואס "ער האט נישט געזאגט" וואס ווען א עכטע פירער וואס פארשטייט אן עסק וואלט געהאלטן די רעדע וואלט ער נאך וויכטיגע זאכן דערמאנט.
לעצט פאראכטן דורך
חידוש נפלא אום פרייטאג יוני 05, 2009 9:30 am, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.