Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אבאמא נעמט אינטער נסיעה צו די מוסלומענער וועלט

דינסטאג יוני 02, 2009 5:20 pm

מיטל מזרח - דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן באראק כוסאין אבאמא לאזט זיך ארויס אויף א באזוך אין די מיסלאמענישער וועלט בכדאי צו פארהיילן די וואונד צווישן די אמעריקאנער און די מוסלומענער. א זאך אויף וואס ער ארבייט שוין זינט דעם ערשטען טאג אין אוועל אפיס.

"מיין ארבייט איז צו קאמיונאקירן מיט די נארמאלע פון די מוסלומענער וועלט און אונזער מעסעדזש צו זיי זאל זיין מיט רעספעקט" האט אבאמא געזאגט אין א אינטערוויו מיט "על ארביע" - א מוסלומענער טעלעוויזיע סטאנציע - "איך האב מוסלומענער אין מיין משפחה און איך האב געוואוינט אין מוסלומענער לענדער" האט אבאמא געזאגט.

אין א דרשה צו די טערקישער פארלעמענט האט אבאמא עס פראבירט מער ארויסצוברענגען זאגענדיג "לאז מיך אייך מאכן קלאר דאס; די פאראייניגטע שטאטן איז נישט און וועט קיינמאל נישט זיין אין א מלחמה מיט אוסלאם" האט ער געזאגט.

לויט אפשאצונגען וואוינען אריבער א ביליאן מוסלאמענער אויף די וועלט אוןס'רוב פון זיי ווילן זיין א חלק פון ציווילעזאציע און האבן חלק אונעם נארמאלן לעבנס שטייגער.

אבאמא זאגט אז די ציל פון די דרשה וואס ער וועט האלטן אין קיירא, עגיפטן דעם קומענדיגער דארנעשטאג - און זייינע לעצטערע באמיאונגען צו האלטן א קשר מיט די מוסלאמענער - איז צו "עפענען א דייעלאג" מיט זיי.

אבאמא וועט צוערשט פארן קיין סאדא אראביא אן אמעריקאנער פריינד אין די געגענט חוץ די חילוק אין גלויבן, פון דארט וועט ער אפפארן קיין דייטשלאנד דערנאך וועט ער פארן קיין פראנקרייך פאר א די-דעי געדענקעניש צערעמאניע.

צו די זעלבע צייט ווארטן די אראבער בעיקר צו הערן א קלארן מעסעדזש מיט א פלאן פון אום איבער די קאנפליקט צווישן מדינת ישראל אין פאלעסטינע.

"ער ברויך אונז פארזיכערען אז מיר זאלן גלייבן אז ער זיכט שלום אין די מיטל מזרח, א יושר'דיגע און באלאנצירטע שלום צווישן אונז אין די ישראלים" האט געזאגט א מענטש אין ראמאלא. (ברענג אום א שירעם און אביסל פאלאפעל, ווייל ער האט נישט אויף וואס צו ווארטן)

דזשעיס זאגבי, א שרייבער פאר די אראב-אמעריקען אינסטעטוציע שרייבט אז די סיבה פארוואס אבאמא גייט קיין עגיפטן האלטן זיי דרשה איז וויבאלד די עגיפטישע איינוואוינער זענען טאקע ציוועזעלירט אבער שטארק קעגן די אמעריקאנער פאלעסיס און ער וויל טאקע דארט האלטן די דרשה זיי איבערציווייזן.

דער צווייט-ראנקיגער על קיידא פירער איימאן על זאווארי איז ארויסגעקומען מיט א נייער טעיפ (לכבוד די שמחה :wink: )און וועלכער ער זאגט אז אבאמא איז נישט וועלקאם אין עגיפטן און "די פרייע מענטשן פון עגיפטן וועלן אום ארויסווארפן צוילב זיינע קרימענאלע פאלעסיס".

ווי באריכטעט איז דאס דער סיבה פארוואס אבאמא אז אין די לעצטערע וואכן געווארן אביסל הארט-נעקיג קעגן מדינת ישראל בכדאי צו קענען שטיפן זיין אגענדע מיט די מוסלאמענער.

אבער לויט אנעליסטן וועט אפילו א וואונדערבארער דרשה - וואס דער פרעזידענט קען געבן - נישט אויסמאכן קיין גרויסע חילוק אין די באציאונגען מיט די מוסלאמענער וועלט.

Advertisement

דינסטאג יוני 02, 2009 5:59 pm

איך בין מעגליך נאאיוו, אבער איך זעה שוין שפאלטענס אין די דיקע אייז צווישן אמעריקע און די אראבישע וועלט, און טאקע אינעם סטעיטמענט פון איימאן (גארנישט מיט די באס פירמע וואס פארט קיין מאנטריאל) על זאוואהירי, וואס האט שלא כדרכו נאר פארלאנגט מען זאל "ארויסווארפן" אבאמא פון עגיפטן, און נישט אז מען זאל אים צושטיקלן און פיטערן פאר די הונט.

דינסטאג יוני 02, 2009 7:05 pm

שכח צייטליך פאר די באריכט!

דינסטאג יוני 02, 2009 7:34 pm

שכח צייטליך פארן באריכט..

(וואו קען מען הערן א פריוויא פון די נייע טעיפ.. :P )

דינסטאג יוני 02, 2009 8:30 pm

טענקס צייטליך

איך וואל געטוישט דעם קעפל
"פרעזידענט כוסעין פארט אהיים נאך באזוך אין אמעריקא"

דינסטאג יוני 02, 2009 9:03 pm

קרעמער, איך נעם נישט אן דיין באהויפטונג. עס איז נישט קיין נפקא מינה מיט וואס פאר א ווערטער דער בהיימען האט זיך אויסגעדרוקט
לעצט פאראכטן דורך service אום דאנערשטאג יוני 18, 2009 10:59 am, פאראכטן געווארן 4 מאל בסך הכל.

דינסטאג יוני 02, 2009 11:48 pm

שערקועך.. צייטליך פארן באריכט.

אלף בית: אן אמת ווארט, סהאט מיר געקאסט אן אויספלאץ..(ניסוך קרעטשמע..) 

מיטוואך יוני 03, 2009 8:33 am

;l;p- יישר כח צייטליך קרמער און וויכי פארן מאכן לאכן.

מיטוואך יוני 03, 2009 10:24 am

סינאך דא איינער וואס לאכט דא? ווען איך זעה דא כסדר אז אבאמא גייט אינטער ברענגן די וועלט :wink:

מיטוואך יוני 03, 2009 1:22 pm

צייטליך, טענקס

#

קרעמער, ביסט לכאורה ראנג

#

אלף בית, .... ווען ס' גיט איז גיט

#

משה קארענפעלד, א אמת טיעף ווארט

מיטוואך יוני 03, 2009 6:32 pm

איך ווייס נישט צי מ'מעג עס זאגן, אבער איך האף אז איינער וועט זיך אויפרייסן דארט, און מיטנעמען אסאמא'ן.

מיטוואך יוני 03, 2009 6:45 pm

איך ווייס אז מען מעג דאס נישט זאגען, און אפילו נישט טראכטן. הוי מתפלל בשלומה של מלכות (דער מפרש דארט אויפן 'געפעלט דיר נישט' פלאץ לייגט צו: אפילו שחור).

מיטוואך יוני 03, 2009 6:51 pm

סטיוו שמידט האט געשריבן:צייטליך, טענקס

#

קרעמער, ביסט לכאורה ראנג

#

אלף בית, .... ווען ס' גיט איז גיט

#

משה קארענפעלד, א אמת טיעף ווארט

פיר שורות צו וועלכע איך שטים מיט הונדערט פראצענט.

מיטוואך יוני 03, 2009 7:23 pm

איך וויל ארויסברענגן א קליינע פוינט פארוואס אבאמא קען לעת עתה נישט אוסויפירען זיינע פלענער פאר א שלום צווישן אמעריקא אין די מוסלים וועלט

אויסער די פאקט אז מיט קיין חיות קען מען נישט לעבן בשלום, א גרויס חלק אראבער זענענן נישט מער ווי צוויי פיסיגע הינט, אזוי אויך זענענן די יונגווארג אנגעגעסן מיט האס און שנאה קעגן די אומגלויבליכע, מילא אפילו אז אבאמא וועט אפשר פויעלן ביי די עלטערע באזעצענע אראפצילייגען די געווער, וועט ער עס אבער נישט פויעלן ביי די יונג היציגע ראדיקאלן, וואס זענענן מקיים ועל חרבך תחיה, זיי וועלן שרייען "רבינו סר מן הדרך" און זיי וועלן זיך נישט לאזן,
עס איז אבער דא נאך איין קליינע פראבלעם, וואס וועט לכאורה קיין שלום נישט צילאזן, די פראבלעם הייסט איראן,
ממה נפשך אויב לאזט ער אז איראן זאל האבן נוקעראלע וואפן, קענענן די דעמעקראטן ע"פ דרך הטבע פארגעסן פון זייער מערהייט אין קאנגרעס-סענאט און א יאר פון איצט, און מיט ראמני, קען שוין אויסמעסטן דו פירהאנגן פארן ווייסן הוין פאר 4 יאר פון איצט, אויב לאז ער זיי נישט האבן קיין נוקעראלע וואפן קען ער פארעגסן פון שלום, איראן וועט זיך קיינמאל נישט צושטלען

#
ד"א, אפשר קען עס מיר איינער מסביר זיין דא, ווי אזוי דערוואגט זיך אבאמא צי גיין אזוי שארף קעגן ארץ ישראל, האבן די דעמעקראטן נישט מורא פאר די אידישע וואטס?
וועלן די אידן סיי ווי וואטען וויטער פאר דעמעקראטן, אדער אפשר איז עס נישט אזוי וויכטיג פאר די דעמעקראטן???

דאנערשטאג יוני 04, 2009 8:39 am

סטיוו שמידט האט געשריבן:ד"א, אפשר קען עס מיר איינער מסביר זיין דא, ווי אזוי דערוואגט זיך אבאמא צי גיין אזוי שארף קעגן ארץ ישראל, האבן די דעמעקראטן נישט מורא פאר די אידישע וואטס?
וועלן די אידן סיי ווי וואטען וויטער פאר דעמעקראטן, אדער אפשר איז עס נישט אזוי וויכטיג פאר די דעמעקראטן???

אביסעלע גרינס וועט אלעס פארענטפערן, כנהוג מקדמת דנא.

דאנערשטאג יוני 04, 2009 8:48 am

farshlufen האט געשריבן:
סטיוו שמידט האט געשריבן:ד"א, אפשר קען עס מיר איינער מסביר זיין דא, ווי אזוי דערוואגט זיך אבאמא צי גיין אזוי שארף קעגן ארץ ישראל, האבן די דעמעקראטן נישט מורא פאר די אידישע וואטס?
וועלן די אידן סיי ווי וואטען וויטער פאר דעמעקראטן, אדער אפשר איז עס נישט אזוי וויכטיג פאר די דעמעקראטן???

אביסעלע גרינס וועט אלעס פארענטפערן, כנהוג מקדמת דנא.


פארשלאפן פיין גענטפערט, איך וועל צולייגן נאך.

אבאמא האט נאך צייט, עס איז דערווייל נאך נישט קיין גאנצע יאר אין אפיס און דערווייל איז ער נאך פאפולער, און דא דארף מען מאכן א ממ"נ און דרייען מיט די פינגער, וועט געלונגן פאר אבאמא עפעס צו מאכן אין איזרייל, איז דאך אוודאי גוט דאן קומט זיך אים ריזיגע קרעדיט, ווע אים נישט געלונגן, איז נאך דא דריי יאר צייט, און זיין צונג קען זיך נאך געבן א דריי אויפן אנדערן זייט, און זיכער מאכן צו באקומען די אידישע שטימעס, ביז ער געווינט נאכאמאל, און דאן קען מען שוין ווייטער דרייען מיטן צינג, כמנהג כל האמעריקאנע פרעזידענטן.

ועוד, עס איז דא גאר אסאך לינקע אידן אין אמעריקא, ועוד, און זיין יעצטיגע שטאפעל דארף ער נישט אזוי ווייט צוקומען צו די אידישע שטימעס, אבער דאנט ווארי, ער וועט נאך זיכער מאכן עס צו האבן.

דאנערשטאג יוני 04, 2009 9:06 am

http://www.c-span.org/Watch/Media/2009/ ... Cairo.aspx

דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:00 am

איך זיץ יעצט, און איך קוק איבער א ריפלעי פון די דרשה, אויף CNN, זיי ווייזן שטיקל ביי שטיקל, און זיי אנאלאזירן יעדן שטיקל..

איך קען זאגן איין זאך.. פוי!!! ס'איז א שעים, ווי א פרעזידענט שטעלט זיך אויף, אראפרייסן זיין אייגענע לאנד, מיט זיין פארגייער... נאך איין מאל פוי!!..

דאנערשטאג יוני 04, 2009 1:12 pm

פאר די אלע ווי וויכי וואס שרייען פוי, קוקטס דעם בילד, עס וועט זיין צי ענקער הנאה.........

בילד

Palestinian militants Thursday watching the televised speech of U.S. President Barack Obama at a training base in Gaza.
(AP)

דאנערשטאג יוני 04, 2009 1:14 pm

אזויפיל האט ער אויפגעטאן אז די פאר מינוט האבן זיי נישט גע'הרג'ט קיין אידן.

דאנערשטאג יוני 04, 2009 7:18 pm

קרעמער גיט!!!

פרייטאג יוני 05, 2009 8:38 am

http://edition.cnn.com/video/flashLive/live.html?stream=stream2

פרייטאג יוני 05, 2009 8:44 am

וויכיטיג מאכער, איך ווייס נישט וואס דו שרייסט, די דרשה איז א מעכטיגע דרשה. ער האט מורא'דיג קלאר ארויסגעברענגט אז אמעריקע איז נישט אין מלחמה מיט איסלאם, ער האט שיין ארויסגעברענגט אז די אידישע פאלק איז אויך געבויט אויף שלום. ער האט ארויסגעברענגט אז אין אמעריקע איז דא איבער 7 מיליאן ארבעס אויף גוטע באצאלטע דשאבס. עס איז א מעסעדזש וואס די ארבישע וועלט האט געבמעגט און געדארפט הערן. א שאד אז בוש האט נישט געהאלטן די דרשה גלייך נאך סעמפטער 11, אטון ער וואלטזיכער באקומען די שטיצע פון פיל ארבישע לענדער.

די ווייסע הויז און אלע מידיא אגענטורן האבן שוין איבערגעטיישט די דרשה אויף 13 שפראכן. און ווי זייערע קוועלער זאגן הערט מען עס מיט גרויס אינטערסע איבער די גאנצע וועלט. יעדער זאגט אז די דרשה איז געווען גאר א פאזיטייוע שריט פון אמעריקע.

איך האב אויך נישט געשטמיט פאר אבאמא, אבער נישט יעדע זאך פון אים איז פוי. טו מיר א טובה, זוך אויף כאטשיג איין גוטע זאך אויף אבאמא, רייס אים נישט שטעדיג אראפ.

פרייטאג יוני 05, 2009 8:47 am

געדולד. איך בין מיט דיר 100% ;l;p-

פרייטאג יוני 05, 2009 8:48 am

הער איבער די דרשה, און חלומ'ט דיך אז בוש זאגט עס, עס וואלט קיין האר נישט גערירט זיין שטרענגקייט קעגן טעראר, נאר עס געמאכט אסאך גרינגער און ביליגער.

אלץ די איזרעילי חלק, ווען ער גערעדט מיט נתנ' און געשניטן שטיקער פון אים, איז געזיצן דארט ראם עמנעל, כמיין איזריעל האט שוין לאנג נישט געהאט אזא הייסער שטיצער אזוי הויך. און ער האט צו אלעם צוגעשטימיט.
שרייב א תגובה

Advertisement