באריכטן און אנאליזן
דינסטאג יוני 02, 2009 9:55 am
לאנדאן, ענגלאנד - אין אן אינטערוויוא מיט מיט BBC האט פרעזידענט אבאמא געזאגט אז איראן האט רעכט צו האבען נוקעלארע ענערגי פאר פרידליכע געברויכען.
זעהט דא די גאנצער באריכט
Advertisement
דינסטאג יוני 02, 2009 10:07 am
עס הייבט זיך אהן!!!
דינסטאג יוני 02, 2009 10:56 am
פארוואס בין איך נישט סורפרייזד.
דינסטאג יוני 02, 2009 10:59 am
אבער נאר אין אמעריקע דארף מען זיכן אלטערנאטיווע ענערגיע
מארגן גייט ער זאגן אז יעדער איז בארעכטיגט צו לייקענען די האלאקאוסט
לעצט פאראכטן דורך
אלף בית אום דינסטאג יוני 02, 2009 11:00 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג יוני 02, 2009 11:00 am
לאמיר נאר זעהן וואו די מידיא וועט אים ווייטער לעקן. פוי!
דינסטאג יוני 02, 2009 11:04 am
מען פארגעסט אז טיף טיף איז ער א מוסעלמענער
דינסטאג יוני 02, 2009 11:04 am
פון די מידיא ערווארטסטו עפעס, נישט קיין חילוק וואס ער טוט אדער זאגט אויב איז ער א ליבעראלער וועלן זיי אים לעקן עד גועל נפש.
דינסטאג יוני 02, 2009 12:03 pm
איך גלייב נישט וואס איך הער, עס איז דאך 10 מאל א שרעק, דער אבאמא איז נישט עפעס אנדערש ווי א מאנסטער פארן זאגן אזעלכע זאכן, די נארישסטע ווארט אין דיקשאנערי דריקט נישט גענוג אויס וואס ליגט אינטער די ווערטער, איך קען נאך נישט גלייבן אז דער אזויגערופענער פרעזידענט פון אמעריקע האט דאס געזאגט (במחילת כבודו הרמה)
דינסטאג יוני 02, 2009 12:17 pm
די אמת איז אז קיינער האט נישט געזאגט אז נישט
וואס מען האט מורא איז אז עס איז א צודעק פאר די ריכטיגע צוועקען
סאו כ'ווייס נישט ווואס דער עולם שפרינגט
דינסטאג יוני 02, 2009 12:42 pm
אידן וועקטס ענק אויף, אבאמא איז א מוסולמענער, מיט יעדע שריט זיינע באגראבט ער אמעריקא נאך אביסל און נאך אביסל....עס איז דא ראיות די והותר ווי מיט א יעדע תנועה זיינע האט ער אינזין צו באגראבן אמעריקא בכלל און אידן בפרט....
איך האב יעצט נישט קיין צייט אפצוגעבן א פונקטליכע באריכט דערוועגן אבער קוקטס אביסל צוריק מיט אלע זאכן וואס ער האט "אויפגעטוהן" וועט איר זעהן וואס איך מיין דערמיט (איך בין נישט די איינציגסטע וואס האלט אזוי)
דינסטאג יוני 02, 2009 12:54 pm
איין זאך איז זיכער, דער איראנער ראלט זיך פאר געלעכטער פון דער אבאמא'ס צוגעזאגאכטס אז פון היינט און ווייטער גייט שוין אמעריקע זיין זייער וואויל צו איראן... און "נאמאר טשעפענען" נאר זיי זאלן "פליז" אויפגעבן די נוקלארע וואפן (היינט בעט ער שוין דאס אויך נישט), דער אבאמא ווייזט ארויס זיין פחדנות צו איראן זיך צושטעלנדיג צו וואס זיי זאגן נאר,
און אכמאדינזשאד רייסט זיך די בויך פון געלעכטער.............

יא יא ליידער א ביטער געלעכטער.. רבותי עס איז נישט דא וואס צו טוען נאר תשובה קען נאך העלפן
דינסטאג יוני 02, 2009 1:00 pm
נאך א צייכן פון ימות המשיח.
"די אראבער וועלן איבערנעמן רוב וועלט" (כ'האב עס געזעהן אמאל כ'דענק נישט ווי..)
דינסטאג יוני 02, 2009 2:27 pm
דער עולם רעדט דא ווי ציונים...
דינסטאג יוני 02, 2009 2:36 pm
מיר וואונדערט עפעס. דאס אז די מידיא וועט עס פארווישן, אדער אין בעסטן פאל איגנארירן, איז קיין שאלה. אבער וואס גייט פאר מיט רעפאבליקאנער? איז זייער פאבליק רילעישנס טאקע אזוי שלעכט? ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלטן זיי געקענט איבערדרייען א וועלט..... זיי וואלטן געקענט אפאטשן די דעמאקראטן אז יעדע סענעטאר אדער קענגרעסמאן וואס לויפט אין די יעצטיגע מיד טורם וואלן וואלט זיך געדארפט אפשאקעלען פון אבאמא. פארוואס קענען זיי נישט טון דאס וואס טשעיני האט געטון מיט אבאמא לגבאי די טורמע אין קובא?
דינסטאג יוני 02, 2009 2:55 pm
פארגעס פון רעפובליקאנער, א פארגאנגענהייט. זיי לעבן אין א פחד פון די מידיע און האסט נישט צו וועם צו רעדן.
וועסטו זעהן אז די ניגון גייט זיין עפעס ווי: נו, אפשר טאקע ? ווער זאגט ס'איז א פראבלעם, אז זיי זאגן אז זיין וועלן עס נאר נוצן פאר פרידליכע צוועקן פארוואס זאל מען זיי נישט גלייבן... אבאמא איז נישט בוש, ער קען זיך דורכקומען און פאר אים האבן זיי דרך ארץ...
דינסטאג יוני 02, 2009 3:04 pm
דער אמת איז - האקט מיך נישט אן די ביינער - קיינער האט נישט געזאגט קיינמאל אז איראן טאר נישט מאכן קיין נוקלארע ערנעגיע פאר פרידליכע צוועקן. דער פראבלעם איז נאר אז פון פרידליכע ביז נישט-פרידליכע איז ניטאמאל א קאצן שפרינג.
דאס וואס מ'האקט אזוי אויף איראן איז דאס אז אמעריקע און אנדערע לענדער האבן אנגענומען - און ווייסן פון שפיאנאדזש - אז דער גאנצער "פרידליכע צוועקן" איז נאר א תירוץ און באהאלט די אמת'ע סיבות וואס ער זיכט און צו וואס ער וויל דערגריייכן, און דאס איז שוין זייער שרעקעדיג.
אלזא, פאר פרידליכע צוועקן זענען אסאך מודה אז ער מעג האבן פונקט ווי אנדערע און דאס האט אבאמא געזאגט אז איראן מעג האבן נוקראלע ערנעגיע פאר פרידליכע צוועקן.
איי, די אבאמא ווייסטאך יא ווער דער משוגענער אכמידאנידזשאד איז, און אויב קומט ער אין בארירונג מיט נוקלארע באשטאנדיילן וועט ער דאס ניצן פאר זיינע צוועקן ווי עס געפעלט אום און דייקא נישט פאר די פרידליכע און פרייער וועלט.
צו-וואס גיט מען אום א פרייער פאס צו האנדלן מיט די דאזיגע שעדליכע כעמיקאלן??
דינסטאג יוני 02, 2009 3:15 pm
איך האב אבער אן אנדערע קשיא צו אבאמא (שוין ערווענט)
פארוואס דאהי אין אמעריקא פארפירסטו אזוי אז מ'מוז טרעפן אלטענאטיווע מיטלען פאר ענערגיע, און איראן מעג יא האבן א נעקולארע ענערגיע סיסטעם?
היפיקטריטיזם האט קיין הסבר.
דינסטאג יוני 02, 2009 3:28 pm
אלף בית האט געשריבן:איך האב אבער אן אנדערע קשיא צו אבאמא (שוין ערווענט)
פארוואס דאהי אין אמעריקא פארפירסטו אזוי אז מ'מוז טרעפן אלטענאטיווע מיטלען פאר ענערגיע, און איראן מעג יא האבן א נעקולארע ענערגיע סיסטעם?
היפיקטריטיזם האט קיין הסבר.
בעצם האב איך נישט געוואלט שרייבן אין דער אשכל ווייל איך האב נישט געוואלט אז מען זאל מיינען אז איך בין מסכים מיט די אויבן געשריבענע תגובות, און פון די אנדערע זייט האב איך נישט קיין צייט אריין צו גיין פארוואס טאקע איך בין נישט אזוי שטארק מסכים דערמיט, וויל איך דאס טאקע נאר מוסר מודעה זיין.
און יעצט צו אלף בית וויל איך יא קאמענטירן, דו האסט געמאכט א גוטע פוינט. אבער איך וויל נאר גיין אטיין טריט ווייטער אין די היפאקריטיזם פון די אדמיניסטראציע.
פארוואס דארפן מיר נאכמאכן פראנקרייך מיט זייער סאציאליסטישע עקאנאמיע, און זייער ליבעראלער עטיקס, פארוואס דארף אמעריקא נאר נאכמאכן פראנקרייכ'ס העלט קאווערידזש און סאשעל פראגראמען, אבער ווען עס קומט צו ענעריגיע, דא פלוצלינג איז פראנקרייך נישט א גוטע וועג ווייזער? פראנקרייכ'ס ענערגיע לויפט דאכצעך אכציג אדער אפילו ניינציג פראצענט אויף נוקלארער ענערגיע. פארוואס דא קען זיך אמעריקא נישט אפלערנען פון פראנרייך? דאס הייסט היפאקריטיזם!!! בעצם קען מען שרייבן גאנצער ארטיקלן אויף די היפאקריסי פון די ליבעראלן, ספעציעל וואס אנבאלאנגט צו ענערגיע און ענוויראמענט, ועוד חזון אי"ה.
דינסטאג יוני 02, 2009 3:31 pm
שרייבערס: מען ברויך האלטן פאר די אויגן אז די אויסדרוקס-פרייהייט איז א לעגאלע רעכט און נישט שטענדיג אידיש ערלויבט אדער הילפבאר.
דינסטאג יוני 02, 2009 3:59 pm
לעווי האט געשריבן:בעצם האב איך נישט געוואלט שרייבן אין דער אשכל ווייל איך האב נישט געוואלט אז מען זאל מיינען אז איך בין מסכים מיט די אויבן געשריבענע תגובות, און פון די אנדערע זייט האב איך נישט קיין צייט אריין צו גיין פארוואס טאקע איך בין נישט אזוי שטארק מסכים דערמיט, וויל איך דאס טאקע נאר מוסר מודעה זיין.
בעצם וויל איך אבער יא הערן דיינע מיינונגען דא, נו, אפשר שרייבסטו יא?
לעווי, פאר מיר..
דינסטאג יוני 02, 2009 4:13 pm
אויך פאר מיר.
דינסטאג יוני 02, 2009 4:21 pm
צייטליך האט געשריבן:בעצם וויל איך אבער יא הערן דיינע מיינונגען דא, נו, אפשר שרייבסטו יא?
לעווי, פאר מיר..

אז צייטליך בעט זיך מיט טרערן אין די אויגן קען מען דען אפזאגן?
איך האב נישט יעצט קיין צייט אריין צו גיין אין א לענגס און א ברייטס, סאו איך וועל נאר ציטירן אפאר פון די קאמענטארן מיט וואס איך בין נישט מסכים (איך האב דאך א רעכט, ניין?).
קודם כל, בעיקרון האלט איך אויך אז אבאמא טוט נישט ריכטיג מיט זיין צוגאנג צו איראן, און איך האב אויך נישט געקענט גלייבן ווען איך האב געליינט איבער די אויבן דערמאנטע קאמענטארן אויף די דראדזש רעפארט היינט צופרי, איך בין געווען שאקד!!!
אבער געדענקט צוויי זאכן:
איינס, פאר ער רעדט מיט BBC שמועסט ער אדורך פונקטלעך וואס ער גייט זאגן מיט זיינע סעקיוריטי אדווייזערס, סי איי עי דיירעקטאר, וכו' וכו'. א יעדעס ווארט איז געמאסטן און האט א כוונה. איר קענט קיינמאל נישט וויסן צו ער האט דאס נישט געזאגט פשוט אפצואווארפן איראן אז זיי זאלן נישט חושד זיין און חלומ'ן איבער די גרויסע אטאקע וואס אמעריקא גרייט זיך יעצט מעגליך צו צו אטאקירן איראן. איך זאג נישט אז אזוי גייט טאקע זיין, אבער איך בין זיכער אז איראן און אנדערע שפיאנאזש אגענטורן נעמען דער מעגליקייט אין באטראכט, אלס איינער פון די צוואנציג מעגליכקייטן. אונטערשטע שורה, נישט אלעמאל וואס די פרעזידענט זאגט איז עס ממש אזוי. ליינט נאר אביסל היסטאריע.
צווייטענס, געדענקטס אז די פרעזידענט האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער וועט לאזן איראן האבן א ציווילע נוקלארער פראגראם, ס"ה האט ער געזאגט אז ער פארשטייט אז איראן קען דארפן נוקלארער ענערגיע, דאס מיינט אבער נאך נישט אז זיי מעגן עס מאכן. פרעזידענט בוש אליינס האט דאך געאפפערט פאר איראן אז רוסלאנד זאל זיי פראוויידען מיט נוקלארער ענערגיע.
וואס איך האלט? איך האלט נאכאמאל אז אבאמא'ס צוגאג צו איראן איז א פאטאלער טעות, איך בין אזוי אויפגעוויזן נאכן שטודירן די געלונגענע דיפלאמאטישע אפמאכן מיט צואווילדעוויטע רעזשימען אין די פארגאנגענהייט, און איך האב איינגעזעהן אז אלע דיפלאמאטישע אפמאכן זענען נאר געלונגען צוליב די שווערע קלעפ וואס זיי האבן געכאפט פאר דעם.
אבער איך בין נישט מסכים מיט די פאלגענדע.
אלף בית האט געשריבן:מארגן גייט ער זאגן אז יעדער איז בארעכטיגט צו לייקענען די האלאקאוסט
Joba האט געשריבן:מען פארגעסט אז טיף טיף איז ער א מוסעלמענער
חידוש נפלא האט געשריבן:איך גלייב נישט וואס איך הער, עס איז דאך 10 מאל א שרעק, דער אבאמא איז נישט עפעס אנדערש ווי א מאנסטער פארן זאגן אזעלכע זאכן, די נארישסטע ווארט אין דיקשאנערי דריקט נישט גענוג אויס וואס ליגט אינטער די ווערטער, איך קען נאך נישט גלייבן אז דער אזויגערופענער פרעזידענט פון אמעריקע האט דאס געזאגט (במחילת כבודו הרמה)
שמיי_דריי האט געשריבן:אידן וועקטס ענק אויף, אבאמא איז א מוסולמענער, מיט יעדע שריט זיינע באגראבט ער אמעריקא נאך אביסל און נאך אביסל....עס איז דא ראיות די והותר ווי מיט א יעדע תנועה זיינע האט ער אינזין צו באגראבן אמעריקא בכלל און אידן בפרט....
לוסטיג האט געשריבן:די אראבער וועלן איבערנעמן רוב וועלט"
פויער האט געשריבן:
פויער האט געשריבן:דער עולם רעדט דא ווי ציונים...
און איך זאג אז די עולם איז פשוט אומוויסנד.
כ'האף אז דאס וועט דיר צופרידנשטעלן, צייטליך.
דינסטאג יוני 02, 2009 4:33 pm
יעדער איז אומוויסנד ? קען איך אומוויסענדער זאגן עפעס פאר זיין וויסענדער מייעסטעיט ?
דיין ערשטע אפשאצונג איז פשוט צום לאכן און איז נאך עני טיים אזוי נאריש ווי די תגובות פון די אומוויסענדע... יא אבאמא האט כיטעריש בדרך אפשר צוגעפאכעט איראן... כדי זיי זאלן נישט שמעקן די מעכטיגע אטאקע וואס אונזער מוסעלמענער פרעזידענט גייט אנהייבן, מארגן פארן ארויס באמבאדיר קאמפס עראפלאנען און טעהראן וועט זיין אפגעווישט... דאס לייגט זיך אויפן שכל...
פון איך אומוויסענדער...
דינסטאג יוני 02, 2009 4:39 pm
לעווי, יישר כח פאר דיין ערקלערונג.
עס קען טאקע זיין אז די ביסט גערעכט און אבאמא האט אינטער דעם באהאלטענע כוונות וכדו', אבער די נארמאלער וועלט ווערט געפלעפט דערפון, אדער ווי די ביסט געווארן היינט ביים ליינען דראדזש "שאקד".
מענטשן ווער ברוגז אז ער נעמט גאר א פארקערטן ריכטונג ווי עס איז געגאנגען ביז היינט. אמעריקאנער איינוואוינער זענען אויפגעצויגן געווארן און אנגעזאגט געווארן די לעצטע פאר יאר איבער די שענדליכקייט פון איראן צו האבן נוקלארע מאכט. און פלוצליג דא, אזא יו-טוירן. (הגם עס איז נישט קיין יו-טוירן ווי איך האב אויבן געשריבן) דאס מאכט מענטשן בייז אויף אבאמא בכלל.
(לעווי, האסט מיך דערווייל צופרידען געשטעלט, אבער מיין נישט די קענסט יעצט אנטלויפן)
----
אפפפ, איזאק האט אריינגעהאקט.
איזאק, למעשה ווי מוסלאמעניש ער זאל נישט זיין האט ער א גאנצער סטעף מיט וועמען ער רעדט וואס זענען נישט קיין מוסלאמענער, נאר זאגאר אידישע געהילפן. די זאכן ווערן פון פאראויס אויסגעארבייט, דאס איז קיין שאלה נישט.
מ'קען טראכטן אסאך סיבות, אדער וויל ער האנדלן מיט זיי דיפלאמאטיש אז ער זאל קענען זיי נאכדעם אפהאלטן פון מאכן נוקלארע וואפן, וואטעווער די ריזען איז, איך וואלט נישט געזאגט אז די סיבה איז וויבאלד ער איז א מוסלאמענער וויל ער אז דער צווייטער אראביש לאנד זאל האבן נוקלארע מאכט.
דינסטאג יוני 02, 2009 5:37 pm
איזאק, מיין נישט פאר קיין רגע אז איך האלט אז די טעאריע וואס איך האב געשריבן איז ריכטיג (כאטש איך בין גענוג אפען מיינדעד צו וויסן אז עס איז גאר מעגליך אז די פשט איז אנדערש ווי מיר פארשטייען), אבער פון דארט ביז צו מיינען אז די אמעריקא אדער מדינת ישראל גייט מארגן אונטערגיין איז א ווייטער גאנג. עס מיינט נישט אז גיין אין די ריכטונג פון די אמעריקאנער דיסטראקשען איז אויסגעהאלטן נאר ווייל די מהלך איז א ווייטע.
און יא, איך און דו, און אלע אנדערע מגיבים דא זענען זייער אומוויסנד אין צושטעל צו עני פרעזידענט אדער הויכע שטאב געהילף פון די ווייסע הויז. מיר ווייסן היינט נישט קיין הונדרטסטעל פון וואס רוזוועלט האט געוואוסט בשעת די צווייטע וועלטס קריג, און מיר ווייסן נאך ווייניגער פון וואס בוש און טשעיני האבן געוואוסט ווען זיי האבן געמאכט די באשלוס צו פייניגן די מוסלמענער, און מיר ווייסן נאך ווייניגער פון וואס פרעזידענט אבאמא ווייסט איבער די היינטיגע וועלטליכע מצב.
דאס אלעס וועט מיר אבער ווייטער נישט צוריק האלטן פון קריטיקירן די פרעזידענטס באשלוסן, ווייל מיט די נאלעדזש וואס איך ווייס זעט עס אויס גאר שלעכט. למעשה זענען דאך געווען פרעזידענטן וואס האבן מיט אלע וויסנשאפט וואס זיי האבן געהאט געמאכט גרויסע חרבנות, און פארדעם זענען מיר די פאלק דאך דא אים ארויס צו וועלן ביי די נעקסטע וואלן און אריין וועהלן א נייע פרעזידענט וואס וועט אויפרוימען די שמוץ.