Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פרייטאג יוני 05, 2009 9:26 am

שוין, מ'האלט ווייטער ביי אל"ף.

די מיליטער פון בראזיל זאגט אז דאס וואס מ'האט געטראפן אין וואסער איז א פשוטער האלצערנער "פעללעט" וואס מ'ניצט געווענליך ביי טראנספארט פליגער'ס און אויף דעם פליגער האט זיך נישט געפינען אזא חפץ.

אויך די אויל וואס איז אויסגעגאגסן אין וואסער איז נישט פון דעם פליגער.

אלזא. גיימער ווייטער זיכן.

Advertisement

פרייטאג יוני 05, 2009 12:45 pm

קיינעק קען נישט וויסן וואס דא האט פאסירט

איך קלער נאר, דער עולם געדענקט ווען מען האט געכאפט אין לאנדאן איינעם ארויפטראגן א באטל וואסער וואס דאס וואלט ער ווען געדראפט לייגן ביים פענסטער העכערן אטלאנטיק און אזוי אום ווארפן די פליגער אין וואסער אריין.

איך טראכט אז דאס איז וואס דא איז געשעהן...

פרייטאג יוני 05, 2009 1:46 pm

לעניית דעתי.. איז לויט ווי זיי זאגן אז די פארבלעים איז ווארשיינדליך געווען אז די עלעקטעריק קאמיוניקאציע געצייג איז געגאנגען שלאפן, סוי לויט דעם מיינט אז דער עראפלעין אליין האט געקענט ווייטער פילען אן קיין פראבלעימען, איז ווער זאגט אז ס'האט געקראכט דארט אין יענע שטח? אפשר? אדער גאר זעכער! איז ער ווייטער געפלויגן און געטרייט אנצוקימען ווייסעך ווי, אין אפילו ער האט טאקע געקראכט קען זיין אז ער האט שוין געהאט אפגעפארן א גיטע פאר טויזענט מייל, סוי מ'האט נישט וואס צו זיכן נאר אין יענע פלאץ... און ווער ווייסט צו ס'איז אפילו מעגליך יעצט צו גיין זיכן און אזא גרויסע שטח? וואס איז מעגליך (לעניית דאדשיק..!) אוועקגעקומען..?
(ווער ס'קען זאלעס איבערגעבען פאר די בראזילע..)

שבת יוני 06, 2009 8:48 pm

סי ען ען מעלדט אז מען האט געטראפן צווי קערפער קאנפירמד צי זיין פון די געקראכטע עיר פראנס פליגער

זונטאג יוני 07, 2009 12:03 am

2 אט אויף 228 איז ניטאמאל א פראצענט, אבער אפשר וועלן זיי דורכדעם אנקומען צו מער,
(אין ברענגען די צוויי אידן צו קבר ישראל)

פאטאקי, טענקס פאר די אפדעיט.

מאנטאג יוני 08, 2009 7:54 am

אין א פאראייניגטע זוך אקציע צווישן די נעווי פון בראזיל און פראנקרייך האט מען שוין געפונען 17 קערפער, 9 דורך בראזיל און 8 דורך די פראנצויזישער נעווי.

צווישן די זאכן וואס זענען שוין געפינען געווארן איז א חלק פונעם פליגעל פונעם געקראכטן ערעפלאן, א ריקן זאק פון איינע פון די פאסאנדשירן, א לעפ טאפ און א טיקעט פאר דעם פלייט.

דער זוך אקציע גייט אן אויף א ריזיגער שטח פון בערך 70 טויזענט סקווער מייל אונעם שטורעמישן אטלאנטיק ווי די קרבנות פונעם פליגער שווימען שוין ארום אריבער א וואך צייט און זענען שוין צושפרייט איבער לענגערע מיילן שטרעקעס פונעם וואסער.

אגב לוסטיגער, די אמעריקאנער רעגירונג האט זיי צוגעשטעלט אינפארמציע (ווי געמאלדן פארגאנגענע וואך) גענומען פון די סטאטעליטן אין די הויכע ספערען וואס האבן מיטגעהאלטן ווי דער פליגער פארט און קראכט. אלזא ווייסן זיי אין וועלכער געגענט צו זוכן.

אויב האט גענומען א וואך און מ'האלט ביי 17 פאסאנדזשירן קומט יעצט די שווערע און הארבע שאלה, ווילאנג וועט נעמען צו געפונען 228 פאסאנדזשירן?!

שוין נאכן געפינען איז א עקסטערע שווערע ארבייט דאס אידענטעפעצירן די קערפער, לאמיר האפן אז דער איד וואס האט זיך דארט געפינען וועט ווואס שנעלער געפינען ווערן און קענען קומען צו זיין אייביגע רוה צו קבר ישראל.

מאנטאג יוני 08, 2009 5:01 pm

צייטליך האט געשריבן:אויב האט גענומען א וואך און מ'האלט ביי 17 פאסאנדזשירן קומט יעצט די שווערע און הארבע שאלה, ווילאנג וועט נעמען צו געפונען 228 פאסאנדזשירן?!.


בערך 13 וואכען

דינסטאג יוני 09, 2009 5:45 am

עס האלט ביי 24 קערפער לויט סי ען ען

קודם האבן זיי גערעדט פון די אמעריקאנע מאטארן וואס די פליגער האט, צי ראטעווען די עירבאס קאמפעני, למעשה האט די טריק נישט געארבעט, און דערווייל טייטעלט מען די פינגער אויפען עירבאס קאמפעני, מיט זייערע פעלערהאפטיגע סענסארס...

מיטוואך יוני 10, 2009 7:51 pm

פארוואס האט מען אזוי מורא צו רעדן פון די מעגליכקייט אז עס האט צו טוהן מיט טעראריזעם, דערנאך וואס ער פרענס האט טאקע באקומען צוויי וואכן צוריק א דראונג פון א באמבע, און היינט העראך אויך אויף קאל מיין וואסער אז עס איז היינט באריכטעט געווארן אז אויף די פליגער האבן זיך געפינען טאקע צוויי מענטשן וואס זענען אויף די שווארצע ליסטע פון פראנקרייך און זיי האבן געהאט פארבינדונגען מיט טעראר, בקיצור ווי עס קוקט אויס איז דאס א מעגליכע זאך נאר מען וויל נישט מאכן אומזינסט פאניקן דעם עולם פאר עס ווערט קלאר

מאנטאג יוני 15, 2009 12:07 pm

These photos were found in a digital Casio Z750, amidst the remains
> in Serra do Cachimbo. Although the camera was destroyed, the
> Memory Stick was recovered. Investigating the serial number of the
> camera the owner could be identified, as Paulo G. Muller, an actor
> of a theatre for children known in the outskirts of Porto Alegre.It
> can be imagined that he was standing during the impact with the
> Embraer Legacy, and during the turbulence he managed to take these
> photos, seconds after the tail loss the aircraft plunged, so the
> camera was found near the cockpit. the structural stress probably
> ripped the engines away, diminishing the falling speed, protecting
> the electronic equipment but not, unfortunately, the victims. Paulo
> Muller leaves behind two daughters, Bruna and Beatriz, from a
> previous relationship.







> The two photos attached above were apparently taken by one of the
> passengers in the B737, after the collision and before the aircraft
> crashed.. The photos were retrieved from the camera's memory
> stick. You will never get to see photos like this. In the first
> photo there is a gaping hole in the fuselage through which you can
> see the tailplane and vertical fin of the aircraft.
In the second
photo one of the passengers is being sucked out of the gaping hole.
Photos taken inside the plane.
עטעטשמענטס
image002.jpg
image001.jpg

מאנטאג יוני 15, 2009 12:13 pm

א שרעק צו קוקן, די פליגער איז אפן פון די בעק??? און דאס וואס טראסקעט דארט איז א מענטש? (איך פארשטיי נישט אזוי גיט ענגליש)

מאנטאג יוני 15, 2009 12:16 pm

אינטערעסאנט, לויט מיין חשבון איז די גאנצע קראך פארגעקומען ביינאכט ארום 11:00, איז ווי קומט אז דא צו זיין הערליך שיין לעכטיג?

עפעס שטימט נישט.

מאנטאג יוני 15, 2009 12:38 pm

דער בילד איז נישט פון די יעצטיגע קראך, עס איז פון א צווייטע פליגער וואס האט געקראכט אין יאר 2006, אין די ווערטער זעט מען אז מען רעגט פון א בואינג פליגער, און דא איז עס געווען א עירבאוס.

מאנטאג יוני 15, 2009 12:49 pm

משה גערעכט B737 איז א בואינג 737 פליגער

ביי די וועי וועלעכע פליגער איז יענע

מאנטאג יוני 15, 2009 12:50 pm

עס איז א שרעק!

מ'זעט נישט אזעלעכע בילדער קיינמאל! איינער מיטן קאפ אויפן פלאץ (כ'הער זאגן..) ער גייט דאס טאקע נישט איבערלעבן כאטש זאלן אנדערע דאס זעהן.

עס קען נישט זיין פון דעם קראך ווארום זיי זענען נאכנישט אנגעקומען צו די אלע חלקים פונעם פליגער ווי זיי לייגן דא אראפ.

לא דובים ולא יער...

מאנטאג יוני 15, 2009 1:25 pm

זייט מיר מוחל פאר'ן אריינרעגענען אויפ'ן חתונה... אבער די בילד איז נישט געשטויגן און אוודאי נישט געפלויגן...


Analysis: Hoax. The images above are video captures from the pilot episodes of the ABC television series Lost

די עקסידענט האט טאקע פאסירט, אבער די בילדער זענען נישט פון דארט.

זעהט דא און דא...

מאנטאג יוני 15, 2009 3:38 pm

יודל, יישר כח פאר די לינקס.

איינער האט מיר שוין געשריגן היינט אינדערפרי אין מקוה אז "די נאר זאל ארויסגיין פון מקוה" און איך ווי א פערד בין דארט געבליבן.... שוין, אזוי קוקט מען אויס ווען איינער ווערט פאר'נאר'ט.

מאנטאג יוני 15, 2009 7:45 pm

יא יא, כ'קען (ליידער) אלע מיטרייזענדע....

דינסטאג יוני 16, 2009 9:49 am

יאנאש האט געשריבן:יא יא, כ'קען (ליידער) אלע מיטרייזענדע....

זיי לעבן נאך למעשה? :wink: :wink: :wink:

דינסטאג יוני 16, 2009 9:54 am

מאנכע יא, מאנכע נישט.

דינסטאג יוני 16, 2009 11:35 am

די פרוי אויף די לינקע זייט האט הענדקאפס!!!

דינסטאג יוני 16, 2009 11:37 am

איינער זאגט מיר אז ס'איז פון א מאווי מיט די נאמען LOST
כ'ווייס נישט וואס דאס מיינט איך שרייב נאר וואס יענער (אוי ווער איז דער יענער.....) זאגט.

דינסטאג יוני 16, 2009 12:33 pm

געדענק האט געשריבן:די פרוי אויף די לינקע זייט האט הענדקאפס!!!


נובאדעי אזוי דאס איז דאך קעיט...
שרייב א תגובה

Advertisement