Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

א עיר פרענס פליגער מיט 228 פעלט...

מאנטאג יוני 01, 2009 6:00 am

עס איז ארויסגעפארן זונטיג נאכט פון בראזיל און מען האט פארלוירן רעדיאו קאנטעקט

פרטים יבואו

Advertisement

מאנטאג יוני 01, 2009 6:01 am

די בראזיליאנער עיר פארס האבן אנגעהויבן א זוך אקציע

מאנטאג יוני 01, 2009 6:40 am

לויט אלע ווארשיינליכקייטען האט די לויתן געהאט א גוטע פרישטיג אין האט געמאנגעלט אין א נאכשפייז האט מען אים פין הימעל ציגעשיקט א פליגער
לויט וויזוי מען שאצט אין די ק.נ.א. הויפטקווארטיר אין עיר פארס קרעטשמע העכערען אטלאנטיק איז לכאורה די זאך דערנאך אין די 228 זענען שוין ארויף למקור מחצבתם לאמיר נאר האפען אז עס איז נישט געווען קיין אידישע קרבנות
די פראגע וואס בלייבט יעצט איז צי וויסען ווי א גרויסע פלאטשקע די עראפלאן האט געמאכט אריינפלאצענדיג אינעם אטלאנטיק(האלאו וואסי די ליצנות דא מען רעדט דא פין מענטשליכע לעבענס "אוסטע קוטשע פייעט נעקי" )

מאנטאג יוני 01, 2009 9:30 am

קיין וואו האט עס געדארפט פארן?

מאנטאג יוני 01, 2009 9:39 am

קיין פאריז

מאנטאג יוני 01, 2009 10:02 am

פיצי אפדעיט: עיר פרענס פלייט נאמבער 447, ארויס געפארן פון בראזיל, געוואלט אנקומען אויף פאריז.

האט געהאט זייער א שטורעמישע וועטער, אויף זיין ראוט, און שטארקע טורבעלאנס, איידער עריז נעלם געווארן פונעם ראדאר, זיי רעכענען נישט אויף קיין סורווייווער'ס, און לויט די יעצטיגע נייעס, זענען געווען 216 מענטשן אן באורד. (ס'קען זיין אז דעי נאמבער איז אן די מאנשאפט, און מיט זיי איז די פריערדיגע נאמבער, אדער האבן זיי פלעין יעצט פארבעסערט די נאמבער'ס.)

מאנטאג יוני 01, 2009 10:27 am

אין בראזיל איז דאך דא די באקאנטע עמעזאן דזשאנגל, פילייכט דארף מען דאס דורכנישטערן.

מאנטאג יוני 01, 2009 10:28 am

דער עיר-פרענס פליגער א עירבאס 330-200 איז ארויסגעפארן פון בראזיל אום 7:30 אויפדערנאכט לאקאלער צייט אויפן וועג קיין פאריז.

דער פליגער האט געטראגן 216 פאסענדזשירן און נאך 12 מאנשאפט, אריינגערעכנט 3 פילאטן. דערפון זענען 126 מענער, 82 פרויען, 7 קינדער און איין פיצל קינד.

דער לעצטער קאמיוניקאציע וואס מ'האט געהאט מיטן פילאט איז געווען אום 10:33, דריי שעה נאכן ארויספארן ווען דער פילאט האט געמאלדן אז ער גייט אריין יעצט אין א געוויסער עיריע און לויט די בראזיליען לופט קאנטראלער איז דער פליגער דאן געפארן זייער נארמאל ביי א שנעלקייט פון 520 מ.פ.ש. און 35000 פיס העכער דער ערד.

"בערך א האלבע שעה שפעטער איז דער פליגער אריין אין אן עלעקטעראל שטורעם מיט זייער שווערע ווינטן" האט אן עיר פרענס ווארטזאגער געזאגט.

דער לעצטער קאמיוניקאציע פון דעם פליגער איז געווען בערך 14 מינוט שפעטער - אן אויטאמאטישער מעסעדזש פונעם פליגער צום לופט קאנטראל צימער אז דער פליגער האט אנגעטראפן מיט עלעקטעראנישע פראבלעמען. האט א פאריזער באאמטער געמאלדן.

אפציעלע באאמטע זאגן אז זיי האבן א חשבון בערך ווי דער פליגער איז נעלם געווארן און די עיר פארס פון בראזיל האט שוין געשיקט צוויי פון זייערע פליגער צו זיכן פארן פארלוירענעם פליגער.

פראנצויזשער פרעזידענט ניקאלעס סארקאזי האט אויסגעדריקט זיין באזארגטקייט איבער דעם פארלוירענעם פליגער און האט אראפגעשיקט זיין טראנספארטאציע מיניסטער און ערווייעמענט מיניסטער צום עירפארט ווי עס גייען אן די אויספארשונגען.

ביזדערווייל קומען אן צענליגער משפחה מיטגלידער און גוטע פריינד פון פאסענדזשירן צום עירפארט ווי זיי ווילן וויסן דער מצב מיט זייערע קרובים, עירפארט באאמטע האבן אפגעזינדערט א פלאץ פאר קרובים אונעם עירפארט ווי מ'וועט זיי האלטן אינפארמירט מיט די נייעס.

עס איז דאס ערשטע קראך פון א עירבאס 330-220 ביז היינט, עס איז דערווייל קיינמאל נישט באריכטעט געווארן קיין פאטאלע איצטידענטן פון די פליגער'ס.

דער פילאט פונעם פליגער איז לויט באריכטן זייער א גוטער פילאט מיט 11000 שעה פליען עקספיריענס און אזוי אויך 1100 שעה פון פליען מיט דעם עירבאס 330 פליגער.

דער פליגער איז ווארשיינליך אריינגעפלויגן אונעם אטלאנטיק און ווי אויספארשער זאגן וועט דאס נעמען א לאנגער צייט ביז זיי וועלן דאס האבן אינדרויסן.

דער אויספארשונג וועט ווערן אנגעפירט דורך פראנצויזישע און בראזיליען אויספארשער און ווי זיי זאגן וועלן אויך די אויספארשער פון די פאראייניגטע שטאטן ווערן אריינגעמישט וויבאלד די מאטארן פונעם פליגער זענען אמעריקאנער געמאכטע מאטארן.

ווי נאר עס וועט זיין מער נייעס וועט מען דא מעלדן.



צייטליך ביי די עראפלאן-קראכן טישל פון ק.נ.א.

מאנטאג יוני 01, 2009 10:30 am

אה, הייסט דאס אז מען קען אפרופן דעם זוכעניש אין עמעזאן(דזשאנגל).קאם... ווייל עס איז לויט אלע ווארשיינליכקייטן פארלוירן געגאנגען אינעם אטלאנטיק.

אפשר טאקע אינעם בערמיודא דריי-עק? וואס רש"י אין ברכות (ח.) שרייבט שוין אז א געוויסע שטח אינעם אוקיינוס שלעפט צו אלע אייזענעס ווי א מעכטיגע מאגנאט.

מאנטאג יוני 01, 2009 10:58 am

פויער, טענקס פארן מעלדן די נייעס..

גאלי.. טענקס פאר די שמייכל..

איכער, טענקס פאר די פיצי באריכט, און צייטליך פאר די לאנגע באריכט...

קרעמער, שיינע שפעקילאציעס, אבער צו וואס דארפסטע ברענגען א רשי' ווען ס'איז דא א בפירוש'ן שטערן/שפאקטיוו?..

מאנטאג יוני 01, 2009 11:18 am

טענקס עוורי וואן!

קרעמער! סארי..נישט א גוטע שפעקולאציע.

די טרייענגעל וואס רש"י זאגט ווייסט מען ווי ס'איז, און לויט ווי זיי זאגן איז דאס אינטער פלארידע לעבן קיובע, און בכלל נישט און יענע געגענט ווי דער פליגער האט געקראכט.

דיס איז ליסטי עט די בב אינטערנעט טעבל.קאם

מאנטאג יוני 01, 2009 1:31 pm

שכוח צייטי פארן ריפארט.

וויכי, האסט מיך צושמייכעלט.

מאנטאג יוני 01, 2009 1:35 pm

די זיכערהייט מיניסטוריעם פון פראנקרייך האט יעצט געמאלדן אז זיי האבן געבעטן הילף פון די אמעריקענער מיליטער פאר זייער זוך אקציע נאכן פארלוירענעם פליגער.

לויט ווי א באאמטער האט געמאלדן האבן זיי געבעטן פון די אמעריקאנער מיליטער אז זיי זאלן נאכקוקען אויף זייערע פולע שפיאנאדזש סאטילעטן און אינטערהער קומיוניקאציע אפארטן אויב זיי זעהן עפעס אן אנדייטונג ווי דער פליגער קען זיך מעגליך אפגעפינען אדער ווי ער האט אריינגעקראכט.

דינסטאג יוני 02, 2009 9:05 am

סווערט באריכטעט איבער איין יוד וואס איז געווען אויפן פליגער ר' שלמה בן לוי פון חבד בראזיל

דינסטאג יוני 02, 2009 12:54 pm

פריער אונעם טאג איז באריכטעט געווארן אז מ'האט געטראפן עטליכע חפצים וואס קוקען אויס אז זיי קומען פונעם פארלוירענעם פליגער.

דריי קאמערציאלע שיפן זענען יעצט ארויסגעפארן צום אנגעגעבן פלאץ ווי מ'האט געזעהן א זיץ פון א ערעפלאן, א רעטונגס וועסטעל, און אויל אונעם וואסער.

"ס'איז נישט גענונג באווייזן אז מ'זאל שוין עמטליך דערקלערן אז מ'האט געפינען פלייט 447" זאגט בראזיל'ס עיר פארס ווארטזאגער דזשארדזש אמאראל.

לויט א צווייטער באאמעטער פון די בראזיל עיר פארס האט מען געפינען די שטיקער ארום 50 מייל אפגעריקט פונעם ארגינעלן ראוט ווי דער ערעפלאן האט געזאלט פארן.

די בראזיליאנער עיר פארס איז יעצט פארנומען און פירן אן מיט די זוכענישען נאך דעם פארלוירענער פליגער און לויט באריכטן וועט אן אמעריקאנער נעווי P -3C אריען פליגער זיך באטייליגן היינט נאכמיטאג און צוהעלפן מיט די זיכענישן. דער פליגער מיט אירע 21 מאנשאפט דעראויף זענען אנגעקומען קיין בראזיל היינט אינדערפרי.

מער נייעס וועט אי"ה נאכפאלגן.


צייטליך פאר די ק.נ.א.


נ.ב. פאר די אלע משפחה מיטגלידער וואס לאזן מעסעדזש'ס אין אינזער גענעראלע וואויס-מעיל באקס איבער אינפארמאציע פון זייערע נאנטע, ווילן מיר זאגן אז מיר קענען גארנישט ארויסגעבן אזוי לאנג עס ווערט נישט אפציעל געמאלדן דורך די עיר פרענס פירמע.

מיט אנטשולדיגונג - צוות העובדים בק.נ.א.

דינסטאג יוני 02, 2009 2:14 pm

צייליך, די ריפארט איז וואויל.. אבער די אנטשוליגונג, פארדעם קענעך נישט טרעפן קיין בעסערע קאמפלימענט ווי, 'טיפיקל צייטליך'...

דינסטאג יוני 02, 2009 2:23 pm

די נ.ב. איז נאך בעסער ווי די רעפארט...

דינסטאג יוני 02, 2009 3:09 pm

ווי די חב"ד ארגענעזאציע האט געמאלדן יעצט נאכמיטאג געפינען זיך צוויי אידן אויף דעם פליגער, (זיי געפינען זיך יא אדער געפינען זיך נישט? ווייל איך ווייס אז מ'זיכט עס נאך) איינער איז א טאטע פון 3 קינדער.

דינסטאג יוני 02, 2009 3:34 pm

איך האף אז זיין ווייב וועט מעגן נאכאמאל חתונה האבן.

דינסטאג יוני 02, 2009 4:11 pm

עס איז קאנפירמט אז מען האט געטראפן די ברוכווארג פונעם פליגער

בעק טו יו צייטליך

פויער עט ק.נ.א.

דינסטאג יוני 02, 2009 10:00 pm

ס'איז יעצט אריין געקימען נאך אפדעיטס איבער די קראך, ס'איז גארניש אזוי פשוט.
די ערעפלאן קאמפעני האט באקימען א 'באמבע סטראשע' א נאכט בעפאר דורך א אנאנאמיס ריפער...
יעצט פאנגט זיך אן די שפעקעלאציע דרייעניש

מיטוואך יוני 03, 2009 1:47 pm

לכאורה ןןעט מען קיינמאל נישט וויסען דעם אמת וואס דא האט פאסירט

מיטוואך יוני 03, 2009 4:56 pm

אז מ'וועט טרעפן דעם "בלעק באקס" וועט מען ווארשיינליך אלעס הערן ביז די לעצטע מינוט.

מיטוואך יוני 03, 2009 5:04 pm

אויב סוואלט אויפגעריסן פין א באמבע וואלט מען עס געזען אויף די סעטילייטס

כנלע"ד

פרייטאג יוני 05, 2009 4:26 am

יעצט קומט אריין די נייעס אז די בראזיליאנער עיר פארס טענה'ט אז די ברוכווארג איז נישט פון די עיר פרענס פלייט 224

פאר פולע אינפארמאציע קוקט דא
שרייב א תגובה

Advertisement