באריכטן און אנאליזן
זונטאג מאי 31, 2009 4:35 pm
ברעיקינג!!!
מיר האבן יעצט אריינבאקומען א רוף פון אן אנאנימער רופער, אז א פייער האט אויסגעבראכן אין ק"י אויף איהעל קארט..
ווייסט איינער מער פרטים?..
- עטעטשמענטס
-

- FIRE.jpg (11.22 KiB) געזעהן געווארן 878 מאל
Advertisement
זונטאג מאי 31, 2009 4:42 pm
אקעי.. די ק.נ.א. האט אראפגעשיקט א ריפארטער צום סצענע, דערווייל האטער נאר באשטעטיגט אז ס'ברענט, דעטאלן וועלן נאכפאלגן..
זונטאג מאי 31, 2009 5:32 pm
מיר האבן זיך יעצט פארבינדן מיט איינע פון אנפיהרער פון די מצילי אש, (ער איז נישט אויפן סצענע..) ער זאגט אז די פייער ברענט נאך, אבער איז שוין אינטער קאנטראלל..
- עטעטשמענטס
-

- 1 FIRE.jpg (10.99 KiB) געזעהן געווארן 778 מאל
זונטאג מאי 31, 2009 5:33 pm
נאך א בילד..
- עטעטשמענטס
-

- 1 1.jpg (12.71 KiB) געזעהן געווארן 776 מאל
זונטאג מאי 31, 2009 5:51 pm
זונטאג מאי 31, 2009 7:51 pm
שכויעך מיין קאלעגע וויכי פארן מעלדן די נייעס היינט נאכמיטאג בעת עס האט פאסירט.
ק.נ.א. האט זיך אין די יעצטיגע מינוטן אויפדערנאכט פארבינדען מיט איינע פון אונזערע קוועלער איבער דעם היינטיגער פייער צו וויסן אביסל מער פרטים פון אינסייד.
ס'האצעך אנגעפאנגען נישט-אזוי-גוט ווען איך האב אום אריינגעהאקט אינמטן איינע פון ס'מערסט-באוויסטע געים'ס אויפן טרייבל וועלכער ער האט געמיזט איבערהאקן הערענדיג אז ק.נ.א. איז אויף דער אנדערער ליין. איך וויל אום דא איבערבעטן.
דער פייער האט פאסירט אונעם הויז פון מו"ה יעקב מנחם דייטש אויף 4 איהעל קאורט אין קרית יואל היינט נאכמיטאג, ווען עטליכע ארבייטער פון א היימישער לאקאלער צענטרעל עיר קאנדישאן פירמע האבן געארבייט אונעם הויז דארט און צוזאמגעשמאלצן עטליכע אייזענעס.
א פינק איז ארויס פון דעם שמעלצער (האט גארנישט מיט ליפא, אפשר מיט זושא, אבער אויך נישט זיכער..) און עס האט אנגעכאפט זייער נישט גוט, וועלכער עס האט אנגעמאכט דעם גרויסן שריפה פון וועלכער דער הויז איז מער-ווייניגער פארניכטעט געווארן.
דאס איז די נייעס אין קורצן, צייטליך פאר די ק.נ.א.
זונטאג מאי 31, 2009 8:14 pm
צייטליך... ישר כח... לץ איינער... נעמט א מעשה מיט פייער און מאכט מיך לאכן.... ווי האסטו א הארץ...
זונטאג מאי 31, 2009 9:36 pm
פשיהא. דאס קען זיין אן ערנסטע שאדן פאר די עיר-קאנדישאן פירמע. (די וועלט זאגט אז נאך א שריפה ווערט מען נתעשר).
מאנטאג יוני 01, 2009 6:56 am
דער פייער האט זיך בליץ שנעל צושפרייט אזוי ווייט אז ווען דער ערשטער פיייער לעשער איז אנגעקומען איז די גאנצע בוידעם שוין געווען אין פלאמען.
מאנטאג יוני 01, 2009 7:34 am
מאנטאג יוני 01, 2009 1:38 pm
וואס האט געשריבן:צייטליך... ישר כח... לץ איינער... נעמט א מעשה מיט פייער און מאכט מיך לאכן.... ווי האסטו א הארץ...
אויך זיין לינקע זייט
מאנטאג יוני 01, 2009 2:01 pm
די מעשה איז אזוי פינעם וועלדן האט זיך אנגעכאפט די געשפריצטע פאום איסעלעישאן אין סהאט אנגעהויבן ציברענען אינעוויניג אין די וואנט . פאום אינסעלעישאן ברענט זייער שנעל אין קיינער האט נישט געוויסט אז עס ברענט ביז מען האט אנגעהויבן שמעקן פייער דעמאלט האט שוין די גאנצע וואנט ביז די דאך געברענט .סנישט שייך געווען אפילו צישפריצען קיין וואסער דעמאלט ווייל מקען נישט שפריצן אויף סיידינג ווען עס ברענט אינעוויניג אין די וואנט