Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מדינת ישראל ברענגט אום גרויסן כאמאס פירער.

דאנערשטאג מאי 28, 2009 10:09 am

א ספעציעלע קאמאנדא איינהייט אינאיינעם מיט מדינת ישראל פאליציי האבן היינט אומגעברענגעט א הויכן חאמאס מיליטאנט וועלכער איז שולדיג אין עטליכע זעלבסט מארד אטאקעס אין מדינת ישראל.

מיליטערישע קאמאנדא'ס און ספעציעלע מדינת ישראל פאליציי זענען אנגעקומען צו די הויז פון אבאד על-מאדזשעד דובין אין די מערב ברעג און דאס ארומגענימען און אויסגעריפן מיט הויכהילכער'ס אז ער זאל זיך אינטערגעבן און ארויסקומען.

דובין האט געפענט פייער קעגן די מיליטערישע קרעפטן אויף וואס זיי האבן גלייך צוריקגענטעפרט און אום אומגעברענגט אויפן פלאץ.

אויך האבן זיי גענומען אין ארעסט א צווייטן מיליטאנט אכמוד ע-פאטא כוסאין, א פינף און פערציגער יעריגער כאמאס אנפירער.

דובין, 45 יאר אלט איז פאראנטפערטליך אויף א 1995 באס באמבע אין ירושלים וועלעכער האט אומגעברענגט 4 מענטשן און אויף נאך א באמבע אין רמת גן אונעם זעלבען יאר וועלעכער האט אומגעברענגט 6 מענטשן ה"י.

דובין האט פאברענגט עטליכע יאר אין א פאלעסטינער טורמע פון וועלעכער ער איז ארויס ביים לעצטען אינטיפאדא אויסברוך.

מדינת ישראל באאמטע האבן אויסגעלויבט דעם אקציע זאגענדיג "מיר וועלן אנקומען צו יעדען טעראריסט וואס האטאומגעברענגט ציווילע ישראלים, מיר וועלן אנהאלטן מיט אינזער קאמף קעגן טעראר און אובאכט געבן אויף אונזערע בירגער".

קיינער פון די מדינת ישראל סאלדאטן זענען נישט געשעדיגט געווארן אין די אקציע.

Advertisement

דאנערשטאג מאי 28, 2009 10:16 am

פארוואס האבן זיי גענומען אונטער ארעסט א צווייטן מיליטאנט? כדי ווען מען וועט ווילן באפרייען די טויטע קערפער פון איינער פון די איזרעלי סאלדאטן זאל מען אים קענען באפרייען?

עניוועי צייטליך טענקיו פאר די באריכט.

דאנערשטאג מאי 28, 2009 10:25 am

שומר ישראל שמור שארית ישראל! ווייל נאר ער קען!

דאנערשטאג מאי 28, 2009 10:26 am

אין נאכדעם, מפטירין כדאתמול.

דאנערשטאג מאי 28, 2009 10:30 am

וואדען האט עטס ערווארטעט פון דעם עקסטרעמען ביבי?

ווער ווייסט וואס נאך ער וועט דא אנדרייען?

דאנערשטאג מאי 28, 2009 11:45 am

יישר כח פאר די נייעס (השי"ת זאל ווייטער האלטן די רעכטע האנט אויף אחינו בני ישראל בכל מקום שהם, ובפרט בארץ הקודש).
שרייב א תגובה

Advertisement