Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ענגלישע רעוואלוציע ? !

מיטוואך מאי 27, 2009 5:16 pm

מיט דעם הייבן מיר אן דעם זומער קאמפיין . . .

*

עס איז קאמיש און אומגלויבליך, אבער ענגלאנד פלאנט א רעוואלוציע קעגן אמעריקע צוליב די לעצטע אמעריקאנע שטייער געזעצן!

נישט פונקט א רעוואלוציע, אבער ענליכס. ענגלישע בענק און סטאק בראוקערס האבן געזאגט אז זיי וועלן מער נישט האנדלען מיט אמעריקאנע קליענטן אויב די נייע אינטערנאציאנאלע שטייער געזעצן וואס אבאמא האט פארגעשלאגן, וועלן אדורכגעפירט ווערן.

אויב עס זאל זיך פארווירקליכן, דאן וועלן אמעריקאנע בירגער נישט קענען עפענען קיין באנק קאנטעס אין ענגלאנד, אדער האנדלען שעירס, וויבאלד עס וועט זיך פשוט נישט לוינען פאר ענגלישע בענק און בראוקערס אכטונג צו געבן אז די אמעריקאנע קליענטן האלטן איין זייערע שטייער געזעצן.

אלס טייל פון אבאמא'ס ערשטע בודזשעט, וועט מען באקעמפן פרואוון פון אמעריקאנע בירגער זיך ארויסצודרייען פון באצאלן שטייערן באהאלטנ'דיג זייערע פארמעגנס איבער'ן וועלט. אבער די בענק אין אויסלאנד זאגן אז עס וועט זיי קאסטן צו טייער צו דינען אלס שטייער איינמאנער פאר די אמעריקאנע רעגירונג, און דערצו זיין אויסגעשטעלט צו געריכטליכע קלאגעס אויב די אמעריקאנע קליענטן וועלן נישט אויספאלגן זייערע אייגענע שטייער געזעצן.

אבער דאס איז נישט אלעס. "די קאסטן פון די אמעריקאנע שטייער געזעץ וועט פירן דערצו אז ענגלישע פירמעס זאלן איבערקלערן אויב צו אינוועסטירן אין אמעריקאנע שעירס פאר זייערע קליענטן. דאס איז נישט פראקטיש, און דינט אלס באווייז אז איינפירן א שטרענגע אינטערנאציאנאלע שטייער געזעץ שאדט דירעקט פאר די זעלבע עקאנאמיע וועלכע עס פרובירט צו באשיצן," זאגט דער ווארטזאגער פון APCIMS – (אסאסיאציע פון פריוואטע קליענט אינוועסטמענט מענעדזשערס און סטאקבראוקערס) א גיגאנטישע קערפערשאפט מיט 25,000 ארבעטער וועלכע פארפיגט אויף 400 ביליאן פונט פון ענגלישע פארמעגנס.

אן עקזעקיוטיוו פון א גרויסע ענגלישע באנק זאגט אז אונטער די איצטיגע סיסטעם איז זיי גענוג שווער מיט אמעריקאנע קליענטן. "די געפאר פאר אונז איז, אויב די איי-אר-עס וועט זיך פלוצלונג נעמען צו אונזערע ביינער צוליב א קליענט וועלכע האט נישט געהעריג געצאלט שטייערן. די קאסטן פאר די אודיט'ס וועלן מיר נאך מעגליך אויסהאלטן און צאלן. אבער איך קען גענוג קלענערע שפילערס (בענק) וואס וועלן נישט."

די 'בריטיש בענקערס אסאסיעישאן –BBA' און APCIMS האבן געהאט א מיטינג פאר צוויי וואכן מיט זייערע אייראפע'אישע קאלעגעס איבערצושמועסן דעם "קריזיס". אן אייראפע'אישע דעלעגאציע וועט זיך טרעפן מיט די איי-אר-עס יוני 16 און פאדערן אז זיי זאלן נאכלאזן די לעצטע רעפארמען.

*

ייש"כ פאר ר' יודל מענדלזאהן, פאר ערלויבן צו קאפירן פון זיינע ווערק.

-----

ווער איז אונזער קאנדידאט ?
עס איז נאך נישט באשטימט ?

Advertisement

עס האט זיך אפיציעל אנגעהויבן!

מאנטאג יוני 15, 2009 12:45 pm

Banking group drops American customers in UK ahead of costly proposals to stamp out tax evasion


את אשר יגורנו בא...

Lloyds Banking Group is ditching American customers based in Britain pending a crackdown on international tax evasion planned by President Barack Obama.

This week American private client account-holders at Lloyds's received letters informing them of an "important change in policy regarding clients who are resident, domiciled or linked to the United States by property or asset holdings". They were told the bank had "no choice" but to "cease acting as your investment manager."

שווייץ באצאלט מדה כנגד מדה

מאנטאג יוני 29, 2009 6:39 am

די וועלט בארימטע שווייצער בענק ווילן שוין אויך נישט אננעמען קיין אמעריקאנע קליענטן, און פארשפּאַר'ן גאר די קאנטעס פון זייערע לאנג יעריגע קליענטן, אלס א דאנק די נייע IRS געזעצן.
די איי-אר-עס זוכט צו פארשטאפן די לעכער אין די שטייער-געזעץ שיף, אבער צוברעכן דערביי די הויפט מאטאר, בלייבנדיג אליין אינמיטן ברויזנדן ים....

אזוי דערציילט אונז די בלומבערג ניוז ארטיקל, און נאכמער. לייענט און האט נישט הנאה...

די IRS האפט צו פארדינען מיט די געזעצן $50 ביליאן. זענען זיי צו נאריש פאראויסצוזעהן וויפיל זיי וועלן דאדורך דערלייגן in the long run ?
שרייב א תגובה

Advertisement