באריכטן און אנאליזן
מאנטאג מאי 18, 2009 9:47 am
מען קען יעצט מיטהאלטן לייוו ווי די אסטראנאטן ארבעטן אין די הויכע ספערן [אין די עכטע אידיש:רוימען]
http://www.nasa.gov/multimedia/nasatv/index.html
Advertisement
מאנטאג מאי 18, 2009 10:31 am
יישר כח חידוש
מאנטאג מאי 18, 2009 11:48 am
שכוח
מאנטאג מאי 18, 2009 2:13 pm
אסטראנאטן האבן ענדע וואך אינסטאלירט א נייע הויך-טעכנאלאגישע געצייג אויפ'ן "האבעל ספעיס טעלעסקאופ', און דאן אויך באוויזן צו פארריכטן א צובראכענע קעמערע, א גאר קאמפליצירטע שטיק ארבעט.
די האבעל ספעיס טעלעסקאופ איז א גרויסע, ספעיס באזירטע אבזערוואציע טעלעסקאופ, וועלכע האט רעוואלוציאניזירט אסטראנאמיע, צושטעלנדיג טיפע און קלארע בילדער פון גאר הויכע ספערן. די טעלעסקאופ וועלכע הייסט נאכ'ן אמעריקאנער אסטראנאמיקער עדווין האבעל, איז ארויפגעשיקט געווארן אין ספעיס מיט'ן ספעיס שאטל 'דיסקאווערי' אין 1990, און איז אין לויף פון די יארן פארבעסערט געווארן דורך נייע אפאראטן וועלכע מען האט זינט דאן אינסטאלירט אין 4 באזונדערע ספעיס מיסיעס.
עס איז געווען די דריטע 'שפאציר אין די רוימען' (spacewalk) פאר די מאנשאפט פון די רוימ-שיף אטלאנטיס אין די איצטיגע מיסיע, און די האקעלסטע און קאמפליצירסטע וועלכע איז סיי ווען נאר פרובירט געווארן אין די רוימען, צוליב די פרעצעדענטלאזע קעמערע דזשאב. אסטראנאטן האבן קיינמאל פריער נישט פרובירט צו צונעמען אזא אפאראט ביי די 19 יעריגע ספעיס טעלעסקאופ אבזערוואציע פונקט, און אוודאי נישט מיט דיקע ספעיס הענטשוך אנגעטוהן.
די אסטראנאטן, אנגעטוהן אין ספעציעלע רוימ-מאנטלען, האבן אויסגעפירט די 'עלעקראנישע מח אפעראציע', איבערשניידענדיג עטליכע שיכטן פון צודעקן אויף א צובראכענע קעמערע טיף אין די האבעל ספעיס טעלעסקאופ, אראפנעמענדיג חלקים וועלכע זענען ארגינעל נישט געמאכט געווארן צו טוישן אין די הויכע ספערן. זיי האבן גענוצט קאסטום-ספעציעלאזירטע געצייג ספעציעל געבויעט פאר די מיסיע, ארויסצונעמען 4 סירקעט באורד'ס וועלכע האבן געפלאצט אין 2007, און אינסטאלירט א פרישע סעט.
די איצטיגע דזשאב איז אויסגעפירט געווארן 350 מייל העכער'ן כדור העולם. ביים פריערדיגן ספעיס שפאציר האבן די אסטראנאטן צוגעשטעלט צום טעלעסקאופ א 88 מיליאן דאלארדיגן 'ספעקטאגראף'.
די האבעל איז די בעסטע ספעיס טעלעסקאופ און פון די גרעסטע. עס דינט אלס וויכטיגע ריסערטש געצייג, און אויך אלס גוטע פאבליק רילעישאנס אפאראט פאר אסטראנאמיע, צוריקשיקענדיג הערליכע בילדער פון די ווייטע ספערן.
די לעצטע פינף-פאזע מיסיע, וועט קאסטן מער פון $1 ביליאן.
דינסטאג מאי 19, 2009 11:24 am
כ'פריי מיך צו הערן, אז מיין טעקס גייט פאר אזעלעכע וויכטיגע זאכן.
ר' יודל, יישר כח.
דאנערשטאג יולי 23, 2009 10:28 am
דאנערשטאג יולי 23, 2009 12:43 pm
איך_הער האט געשריבן:כ'פריי מיך צו הערן, אז מיין טעקס גייט פאר אזעלעכע וויכטיגע זאכן.
ר' יודל, יישר כח.
יוי האסטו מיך אויפגערעגט..
דאנערשטאג יולי 23, 2009 1:20 pm
זייטס נישט משוגע, דער ספעיס צענטער איז אונזער פארגעשריטענסטער שפיאנאזש געצייג פון די וועלט.
NASA איז א שיינער קאווער-אפ פאר די ביוראקראטישע און מיליטערישע צוועקן וואס ליגן אונטער האבעל, דאס מוז מען האבן.