Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

שוידערליכער עקסידענט אין מירון - 4 אומגעקומען ל"ע

דינסטאג מאי 12, 2009 8:07 am

מירון - א שווערער און שוידערליכער עקסידענט האט פאסירט פריער אונעם טאג וווען אן אויטא האט אריינגעקראכט אין א באס פון 'הופמאן' פירמע וועלכע טראגט די טויזענטער מענטשן צום ציון פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בן יוחאי.

דער עקסידענט האט פאסירט אויפן וועג קיין מירון אויפן רט. 90 ווי דער באס האט אריינגעקראכט אין א פריוואטן אויטא פון וועלכע 4 מענטשן זענען ליידער גלייך נישט געווען בין החיים רח"ל - 2 חלאקה קינדער, א 15 יעריגער בחור און איין עלטערער איד, א משפחה וועלכע וואוינט אין ביתר, עילית.

נאך א קינד איז שווער פארוואונדעט געווארן ווי ער געפינט זיך אין רמב"ם שפיטאל אין חיפה און נאך 4 זענען לייכט געשעדיגט געווארן.

אין מירון ביים ציון זעלבסט האט מען אפגעשטעלט די מוזיק בשעת מעשה און מ'האט געבעטן דעם עולם מתפלל צו זיין פאר די געשעדיגטע אונעם עקסידענט.


זאלן די איבעריגע האבן א גאנצע רפואה. כדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו.
עטעטשמענטס
miron.jpg
miron.jpg (24.95 KiB) געזעהן געווארן 1296 מאל

Advertisement

דינסטאג מאי 12, 2009 8:51 am

נאך א שוידערליכע באריכט: נאך א קינד וואס איז געווען אין די קאר איז אומגעקומען, אוי רבונו של עולם האב רחמנות

דינסטאג מאי 12, 2009 9:44 am

בד"ה

דינסטאג מאי 12, 2009 9:52 am

זייער שרעקליך, זאל דער פון אויבן האלטן די רעכטע האנט אויף כלל ישראל, און זאלן די נפטרים שוין זיין א כפרה פאר גאנץ כלל ישראל.

אין עי סייד נאוט, זק"א האט איבער געגעבן אז די קאר איז געווען אזוי געשעדיגט, אז ס'האט אויסגעזען ווי נאך א טעראר אקציע רח"ל.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

דינסטאג מאי 12, 2009 10:22 am

יאנאש האט געשריבן:בד"ה

ממש יעדעס יאר פאסירן אומגליקן אין דעם טאג... ס'נישט פשוט!

זל"ק של מרן מהר"י ט"ב בעל הגאולה ועל התמורה סי' ק"ז: ודכירנא שלפני חמשים שנה בערך כשפשתה מספחת המופקרים בא"י ובאו חלוצים מנוערים מן המצוות והרבו פרצות ופריצות אצל קבר רשב"י במירון, אירע אסון נורא שהקומה העליונה נפלה ונהרגו הרבה תלמידי חכמים מסלתה ושמנה של הקהלה החרדית בא"י, ה' ישמרנו, והחכמים שבימים ההם התכוננו שהוא עונש וחרון אף עבור הפריצות נוראות, ועשו חרם על משך חמש שנים למנוע ההליכה על הציון הנזכר, כי לא רצו לבטל ולעקור לחלוטין המנהג, שכבר היה מנהג ישן נושן בא"י לילך על ציון התנא רבי שמעון בן יוחאי, ועל כן אחרי ככלות חמש שנים חזר המנהג לקדמותו, וגם אח"כ היראים חדלו ומנעו הרבה מהם, ונתמעטו מספר ההולכים לציון רשב"י לפי שנעשתה אסיפות פרוצים בעוה"ר, וזכור אני כשהייתי בא"י לפני רבות בשנים, הלכתי על יד הציון בל"ג בעומר לעת ערב, כי בכל היום לא הי' אפשר לילך שם מפני ריבוי המתפרצים, ולעת ערב לא מצאתי שם היראים כ"א מעט מזעיר, עכ"ל.

דינסטאג מאי 12, 2009 1:32 pm

שוידערליך, מען האט שוין ארויסגעגעבן די נעמען פון די אומגעקומענע?

דינסטאג מאי 12, 2009 1:41 pm

א מער קלארערע בילד פון די צעמזיק'טע אויטא
עטעטשמענטס
index.jpg
index.jpg (23.65 KiB) געזעהן געווארן 976 מאל

דינסטאג מאי 12, 2009 1:53 pm

זיי שרייבן ס'יז א חסידישע משפחה פון רבנישן אפשטאם.

השם ישמרינו ויצילנו מכל רע

דינסטאג מאי 12, 2009 4:26 pm

שרעקליך, ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ, 2 אפשערן קונדער, א 15 יעריגער בחור, אן עלטערער איד, נאך א קינד. שאקירענד.

וויפיל עלטערן דארפן זיך נעבעך אראפזעצן?

דינסטאג מאי 12, 2009 4:31 pm

עס איז שרעקליך צו טראכטן וואס די אלמנה לעבט נעבעך איבער יעצט, אוי רבונו של עולם לייז אונז שוין אויס פון דעם גלות, און עס זאל שוין זיין תחיית המתים בקרוב

דינסטאג מאי 12, 2009 5:18 pm

די נעמען פון די פינף הרוגים אין דער שווערער צוזאמענשטויס אויף די 90 שאסיי: נתן פרסקו פון ביתר, נחמן אין נתן מיט זייער פאטער נפתלי ועקנין פון ירושלים, נפתלי הרץ חידובסקי פון ירושלים.

מיטוואך מאי 13, 2009 9:32 pm

ר' נתן פרסקו ז"ל
עטעטשמענטס
פרסקו.png
פרסקו.png (123.55 KiB) געזעהן געווארן 630 מאל

מיטוואך מאי 13, 2009 9:33 pm

ר' נפתלי ועקנין ז"ל
עטעטשמענטס
ועקנין.png
ועקנין.png (164.22 KiB) געזעהן געווארן 623 מאל

מיטוואך מאי 13, 2009 9:34 pm

הילד נחמן ועקנין ע"ה
עטעטשמענטס
ועקנין.jpg
ועקנין.jpg (10.5 KiB) געזעהן געווארן 614 מאל

מיטוואך מאי 13, 2009 9:48 pm

הילד נתן ועקנין ע"ה
עטעטשמענטס
ועקנין.jpg
ועקנין.jpg (6.13 KiB) געזעהן געווארן 596 מאל

מיטוואך מאי 13, 2009 10:47 pm

אוי, עס ווארפט א פחד און א שרעק.

דאנערשטאג מאי 14, 2009 5:58 am

אוי געוואלד.

דאנערשטאג מאי 14, 2009 8:59 am

ס'כאפט א ציטער.

זאל מען שוין הערן בלויז בשורות טובות.

דאנערשטאג מאי 14, 2009 6:44 pm

ברוך דיין האמת.
והוא רחום יכפר עון ולא ישחית, וגו'

זונטאג יוני 21, 2009 7:31 pm

איך ווייס נישט צו ס'קומט דא צו נישט, באט כ'בין נישט זיכער צו מ'זאל מאכן דערפון אן עקסטערע אשכול, אויב ס'וועטצעך ציען פאר לאנג, וועט מענעס אפשר שפעטער אפטיילן.

א פרישע שוידערליכע עקסידענט האט פאסירט אין א"י, ווען דער פאטער פון די כלה איז געווען מיט די משפחה אויפן וועג אהיים, איז געווארן פארמישט אין אן עקסידענט, און דער פאטער איז ליידער אומגעקומען, און פיר קינדער זענען אין א קריטישע מצב.

ווער ס'האט מער אינפארמאציע זאל זיך מעלדן.

זונטאג יוני 21, 2009 8:13 pm

ווי איכהער איז עס די טאטע פין די חתן! אין די קינדער פין עידזש 3 ביז 11 זענען געאינדזשערט. איינער מער אין איינער שוואכער, רח"ל

סעקרקטאר מיר דארפען פין דיר א שיינע באשרייבונג לכבוד דיין

20,000
שרייב א תגובה

Advertisement