קרייסלער באנקראטירט!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 9:35 am
אידישע וועלט האט געשריבן:די אויטא קאמפאני, האט נישט צופיל ברירות זיי מוזן קומען אין אפמאך מיט דריי שווערע אפטיילונגען, און זיי האבן ביז קומענדיגען דאנארשטאג, די טרעזשערי דעפארטמענט זאגט אז זיי גרייטן צו באנקראט צעטלעך.
קרייסלער האט באקומען פון די רעגירונג ביז עפריל 1 צו איינגיין אין אן אפמאך מיט די קאר קאמפאניע "פיאט" פון איטאליע, אז זיי זאלן ווערן שותפים, נאר אזוי וועלן זיי בארגן נאך ביליאנען, פאר די קאמפאניע,
דערנאך דארף קרייסלער פארהאנדלען מיט זייערע בעלי חובות די בענק פאר וועם זיי קומען שווערע ביליאנען דאלאר חובות, און זיי דארפן אויך קומען אין אגרימענט מיט די יוניאן איבער זייערע ארבעטער, אז זיי זאלן נישט דארפן צאלן אזויפיל פאר זיי,
די פראבלעם איז אז אלע פון די דריי ווארטן צו זעהן וואס די אנדערע באקומען, און קיינער וויל נישט איינגיין אויף אן אפמאך דער ערשטער, די טרעזשערי דעפארטמענט זאגט אז זיי גרייטן צו בענקראפטסי פאפירען און די "פיאט" דיעל וועט ווארשיינליך פארקומען ווען די קאר קאמפאניע וועט זיין באנקראט, און דאן וועט מען אויך גרינגער קענען האנדלען מיט די איברעגע
יעצט זענען זיי אפיציעל באנקראט!
און אזוי ווי אבאמא גייט רעדן היינט וועגן דעם קען מען זיך פארשטעלן ווי דער סטאק מארקעט וועט אנקומען היינט
כאטש די טאג האט זיך אנגעהויבן אויפן וועג ארויף...