באריכטן און אנאליזן
מיטוואך אפריל 29, 2009 5:27 pm
איך ווייס נישט אויב דער געשיכטע דארט איז אמת מיטן פלו צו נישט, אבער דער וויץ איז זיכער א גוטער אויפן סטאטיסטיק סיסטעם..
ס'איז "צום זאך"
Advertisement
מיטוואך אפריל 29, 2009 5:30 pm
קרעמער, האסט נישט געוויסט אז זינט אבאמא איז געווארן פרעזידענט איז מער נישט דא קיין באמבעס אין איראק?
מיטוואך אפריל 29, 2009 5:31 pm
.
לעצט פאראכטן דורך
מאיר אום זונטאג מאי 03, 2009 11:14 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מיטוואך אפריל 29, 2009 8:04 pm
יישר כח ר' יודל פארן קלארן באריכט
מיטוואך אפריל 29, 2009 9:22 pm
מעקסיקא וועט אפשפארען נישט-וויכטיגע רעגירונג'ס אפטיילונגען צוליב די שוויין פלו
מיטוואך אפריל 29, 2009 9:48 pm
פרעזידענט יישר כח קיפ אן צו ברענגען נאר גיטע נייעס
מיטוואך אפריל 29, 2009 9:54 pm
און שוין ווידער קומט גוגל אריין אין די בילד....
איבעראל אפילו צווישן שוויינען וועלן זיי אריינשטעקן די נאז,
ווילט איר טרעקן וואו אויף דער וועלט ס'יז שוין דא שוויין פלו אינצידענטן? נישט געזארגט
דרוקט דא
מיטוואך אפריל 29, 2009 9:59 pm
איבער הינדרעט אמעריקאנער שולעס זענען אויף דערווייל אפ-געשלאסען צוליב פארדעכטונגען איבער די וויירוס.
דאנערשטאג אפריל 30, 2009 9:51 am
אויסער איבערגשראקן ווייס איך נאכנישט וואס דא גייט פאר.
מען קען פארן מיט א טעקסי היינט?
מען גייט מיט די טרעין?
צו מען ברויך זיך ארומדיירען מיט א מאסק? איינער ווייסט דא?
איינער זאגט מיר אז ער איז אין עירפארט יעצט, האלבער פליגער האט זיך אנגעטאן מיט די מאסקעס.
א שרעק...
איך ברויך וויסן צו מען קען פארן מיטן טעקסי/טרעין, פון/צו מאנהעטן. (וועג אהין האב איך געכאפט א היטש).
דאנערשטאג אפריל 30, 2009 10:39 am
איך וויל פארשטיין, איז דאס טאקע אזא פראבלעם ווי זיי מאכן דאס? צו דארף מען טאקע זיין אזוי דערשראקן דערוועגן? ווייל לויט ווי עס זעהט אויס פון די נייעס איז דאס נישט ערגער ווי די געווענליכע פלו וואס א יעדע יאר איז אויך דא א סטאטיסטיק פון וויפיל מענטשן עס שטארבן אויס א יאר דערפון, נאר וואס דען, עס איז דא שאטס און אנדערע וואקסינען אנטקעגן, נו אויב אזוי דא איז דאך אויך דא וואקסינען אד"ג אנטקעגן נו אויב אזוי וואס איז די מעכטיגע בהלה?
פרייטאג מאי 01, 2009 12:27 am
דזשאמבא האט געשריבן: איינער זאגט מיר אז ער איז אין עירפארט יעצט, האלבער פליגער האט זיך אנגעטאן מיט די מאסקעס.
נו, איז דאך נישט קיין פראבלעם... וועסטו עס נישט קעטשן פון זיי....
פרייטאג מאי 01, 2009 8:07 am
אבי מ'זאגט אז מעקסיקאנער אימיגראנטן האבן גארנישט באשטייערט פאר אמעריקע...
פרייטאג מאי 01, 2009 8:26 am
מאשקע האט געשריבן:אבי מ'זאגט אז מעקסיקאנער אימיגראנטן האבן גארנישט באשטייערט פאר אמעריקע...
האללאו, איך האב אויסגעפלאצט!!
פרייטאג מאי 01, 2009 9:18 am
מאשקע
פרייטאג מאי 01, 2009 2:42 pm
טשיינע איז היצטערט געווארן די לעצטער אויפן ליסט פון באטראפענע לענדער, און אריבער געברענגט די פלו קיין אזיע, ווען מען האט געטראפן א מעקסיקאנע טוריסט אנגעשטעקט דערמיט.
פרייטאג מאי 01, 2009 2:48 pm
טייערע אידן צו קען מיר איינער ביסל מער אויפקלערן פארוואס מען איז אזוי דערשראקן דערפון מער ווי א געווענליכע פלו אויסברוך וואס הרג'ט יעדע יאר טויזענטער מענטשן, נו וואס איז דא אנדערש? מען האט די זעלבע וואקסינען, און אלע מענטשן וואס האבן עס באקומען זענען שוין אויפן וועג צו ווערן אויסגעהיילט, נו אויב אזוי מה כל הרעש? איך בין פשוט נישט אינפארמירט, ביטע ערקלערן
שבת מאי 02, 2009 11:06 pm
דער אמת איז אז דערווייל איז נישט דא וואס צו זיין אזוי דערשראקן, ווען אין פאקט איז אין אמעריקא בלויז איינער געשטארבן דערפון, און גאר אסאך אנדערע האבן זיך שוין ארויס געזעהן דערפון.
אבער צו פארשטיין אביסל פון ווי די גרויסע פחד נעמט זיך, און פון וואס עס איז טאקע דא עטוואס מורא צו האבן, וועל איך פראבירן צו מאכן א שטיקל סך הכל פון וואס עס האט זיך אפגעשפילט, אויף וויפיל איך ווייס, און די איבריגע וועלן מיר די אנדערע ידענים דא פארעכטן.
אנגעהויבן האט זיך די גאנצע מערכה אין מעקסיקא סיטי, ווי מען האט אנטדעקט א נייע סארט פלו, און צענדליגער מענטשען זענען אנגעבליך אומגעקומען דערפון, כאטש עס איז דערווייל בלויז באשטעטיגט געווארן א קליינע צאל, איז דא אבער א גרעסערע צאל, וואס מען גלייבט אז זיי זענען אומגעקומען דערפון.
ווען עס האט אנגעהויבן קומען באריכטן אז מען האט עס אנטדעקט אויך אין אמעריקא, האט זיך אנגעצינדן א רויט לעמפל, אז מען רעדט דא פון א מעגליכע ערענסטע אויסברוך, וואס קומט אן אפילו צו אזעלכע לענדער ווי אמעריקא.
ווי א טאג שפעטער האט זיך די נייעס פארגרעסערט, ווען איין לאנד נאכן צווייטן זענען צוגעקומען צו די ליסטע פון אנגעשטעקטע פלעצער, און כמעט איבאראל ווי מען האט עס געטראפן, האט עס געצויגן פעדעמער קיין מעקסיקא, ווי מענטשען זענען צוריק געקומען פון א רייזע אהין.
וואס האט זיך אויסגעשטעלט איז אזוי, אין מעקסיקא איז דא א פלו וואס דרייט זיך ארים און האט שוין אומגעברענגט מענטשען, און די זעלבע פלו האט זיך גענומען ווייטער שפרייזן מיט א שנעלן גאלאפ ארים די גאנצע וועלט, איז אוודאי ברענגט עס אויפן ערשטן מינוט ארויף א שטארקע זארג ביי מענטשען.
אין ניו יארק ווי עס האט זיך שטארק פארשפרייט, זאגן די אינסטאנצן, אז אלע פעלער זענען דערווייל געווען בלויז מילדע פעלער, וואס ברענגט נישט קיין געפאר פאר קיינעם.
וואס עס איז באמת די עיקר זארג, אז מען רעדט דא פון א שנעל פארשפרייטענדע פלו, וואס גייט אריבער פון מענטש צי מענטש זייער גרינג, און עס איז דערווייל נישט דא קיין שום זאך צו נעמען, וואס זאל אויסהיטן פון אריבער כאפן די פלו, אנדערש ווי אויף אנדערע פלו'ס, וואס מען האט שוין היינט צו טאגס פארשידענע וואקסינען זיך אויסצוהיטןאז עס זאל זיך נישט פארשפרייטן.
נאך איין וויכטיגע נקודה, אלע ווייזן אן, אז יעדע יאר שטארבן טויזענטער מענטשען איבער די וועלט פון פארשידענע סארט פלו'ס, און וואס איז די נפק"מ פון די צוויי?
די תירוץ איז פשוט, אין יעדע פאל איז אנגענומען, אז אינגע געזונטע מענטשען וואס ווערן אנגעשטעקט מיט די געווענטליכע סארט פלו, וועלן עס אריבער שוויצן, בלויז עלטערע מענטשען אדער מענטשען וואס געפונען זיך אין א נישט געזונטן צושטאנד פאר זיי וועט עס שאטן, אנדערש איז דער פלו, וואס אפילו אינגע געזונטע מענטשען וואס זענען אנגעשטעקט געווארן דערמיט האבן עס נישט איבער געלעבט.
אבער נאכאמאל, למעשה דערווייל ווי עס שטעלט זיך ארויס, האט עס דערווייל נישט ערענסט געשאט פאר מענטשען, אבער עס האט געהערשט א ערעסנטע פחד אז עס וועט נישט זיין אזוי, נאר עס וועט זיין ווי עס האט פאסירט אין מעקסיקא.
מיינע ווערטער זענען נישט געפארן אזוי כסדרן, אבער איך האף אז מיט דעם וועסטו אביסל מער פארשטיין.
זונטאג מאי 03, 2009 12:37 am
אין קראון הייטס איז דא אפאר פארדעכטיגטע פעלער, איז דאס אידישע אדער נאר אין די אידישע געגענט?
זונטאג מאי 03, 2009 12:00 pm
רב קארנפעלד, יישר כח פאר אייער ערקלערונג.
דער עיקר פראבלעם איז דא אז עס איז נישטא קיין וואקסינען מיט וואס מ'זאל דאס קענען פארמיידן. אנדערש ווי ביי די אנדערע פלו'ס.
זונטאג מאי 03, 2009 12:24 pm
הרב קארנפעלד, זייער גוט ארויסגעברענגט... די מעין ריזן פארוואס מ'איז אזוי דערשראקן, איז די יארגאנג פון די אומגעקומענע... אנדערש ווי געוונדליך, זענען דאס מאל די קרבנות געזונטע מענטשען, עידזש 20-50...
א גרויסער דאקטאר, וואס האט שוין געפראוו'ד צו זיין גערעכט אסאך מאל, האט מיר פאריגע וואך געזאגט, אז ער האלט, אז די גאנצע זאך איז אויפגעבלאזן געוארן דורך די 'פי. אר.' פון די 'פארמאסוסיקעל אינדאסטרי'.. העסטע זעהן, זאגטער, אז אין די נעקסטע פאר וואכן, גייט ארויסקומען א וואקסין, וואס זיי האבן פונקט געענדיגט צו שטודירן.. א זאך וואס דויערט יארן..
זונטאג מאי 03, 2009 3:11 pm
וויכי, זאגסטעך גוט, כ'האב נעכטן געהערט אויף קאלעם וואסער אז אין א חודש גייט עס ארויס קומען....
זונטאג מאי 03, 2009 4:09 pm
1N1H פלוּ נאטיצן
דערווייל איז עגיפטען די איינציגסטע לאנד אין די וועלט, וועלכע האט פארארדענט א מאסיווע פארניכטונג פון אלע ד"א, טראץ דעם וואס עס איז דארט נישטא קיין איין פאל פון די 1N1H פלוּ. די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע (WHO) האט עס קריטיקירט, זאגנדיג אז עס איז אינגאנצן נישט נויטיג געווען וויבאלד מען האט נאכנישט געפינען קיין פאל פון די וויירוס ביי די באשעפענישן.
אין 2006 האט עגיפטען געשאכטן 25 מיליאן פויגל אין רעאקציע צו די דאמאלסדיגע פויגל פלו.
די WHO האט געבעטן וועלט'ס רעגירונגען צו אדאפטירן די נאמען פון די פלו אלס 1N1H פלוּ, כדי צו פארמיידן מיספארשטענדענישן.
אין עגיפטען האט דער רעדאקטאר פון א פרא-רעגירונג צייטונג קריטיקירט די רעגירונג באפעל צו קוילן די באשעפענישן. "..מיר זאלן ענדערש קוילן די מענטשן, ווייל די וויירוס פארשפרייט זיך דורך זיי", שרייבט דער רעדאקטאר פון די טעגליכע 'ראז על-יוסעף' צייטונג.
"די בראך אונזערס איז, אז די רעגירונג דא באהאנדלט די פראבלעמען מיט אן עמאציאנאלן צוגאנג," זאגט א פארטיי פירער אין עגיפטן.
--
איראק האט געמאלדן אז זיי וועלן קוילן די דריי 'וואלד שוויינען' אינעם באגדאד זוּ, כדי צו פארמיידן די 1N1H פלוּ וויירוס פון זיך פארשפרייטן אין איראק...
די רעגירונג פון איראק'ס צפון קורדיסטאן ראיאן, זאגט אז מעדיצינישע איינהייטן אונטערזוכן רייזענדע אין די לופט פעלדער, און לייגן א געוויכט אויף די וואס קומען פון אפעקטירטע לענדער.
--
מעקסיקאו האט ענדע וואך באשולדיגט בעידזשינג אין דיסקרימינירן קען מעקסיקאנער, און געראטן אירע בירגער נישט צו פארן קיין כינע, נאכדעם וואס אלע אנוועזענדע אין א האנג קאנג האטעל זענען פארשפארט געווארן אויף 7 טעג ווען א מעקסיקאנער באזוכער איז קראנק געווארן אויפ'ן 1N1H פלוּ.
מעקסיקאו'ס געזונטהייט מיניסטער זאגט אז די 1N1H פלוּ האט שוין דערגרייכט די הויכפונקט און האלט שוין אויפ'ן וועג אראפ.
עספינאזע, די מעקסיקאנע אויסער'ן מיניסטאר'שע, האט אויך פארדאמט כינע און פיר לאטיין-אמעריקע לענדער פאר'ן פארבאטן פלי-רייזעס פון מעקסיקאו, די צענטער פון די 1N1H פלוּ אויסברוך, וועלכע די WHO זארגט קען ווערן א גלאבאלע מגיפה.
בערך 200 געסט און 100 שטאב זענען פרייטאג אפגעזונדערט געווארן אין די מעטראפארק האטעל אין האנג קאנג, נאכדעם וואס די טעסט רעזולטאטן האבן געוויזן אז א 25 יעריגער מעקסיקאנער באזוכער איז אינפעקטירט מיט'ן 1N1H פלוּ וויירוס.
"מיר זענען אממערסטענס באזארגט איבער כינע, וואו מעקסיקאנע בירגער וועלכע האבן אינגאנצן נישט געוויזן צייכנס פון די קרענק, זענען איזאלירט געווארן אונטער אומ-אננעמבארע אומשטענדן," האט עספינאזע געזאגט.
האנג קאנג איז אונטער כינעזע קאנטראל, אבער פארמאגט איר אייגענע רעגירונג.
מעקסיקאו זאגט אז אירע בירגער אין געוויסע טיילן פון כינע שטייען אויס "דיסקרימינאציע, אן קיין פארוואס," און די מעקסיקאנע אויסערן מיניסטעריום ראט דעריבער אירע בירגער נישט צו רייזן קיין כינע ביז ווילאנג כינע טוישט נישט זייער שארפע צוגאנג צום וויירוס. כינע טענה'ט אבער אז די שריט זענען בארעכטיגט און אין איינקלאנג מיט'ן געזעץ.
רויטער'ס ציטירט פון א באאמטער אין די מעקסיקאנע אמבאסאדע אין בעידזשינג, אז כינע האט איינגעשפארט מער פון 50 מעקסיקאנער אין האטעל'ן און אנדערע ערטער, אויס זארג פון די 1N1H פלוּ, כאטש נאר איינער פון זיי האט די פלו סימפטאמען. די איינגעשפארטע זענען מיינסטענס ביזנעסלייט, אבער אויך טוריסטן. טייל פון זיי זענען אונטערוועגנס צו אנדערע לענדער.
מעקסיקאו האט באשטעטיגט בלויז 19 טויט-פעלער פון די 1N1H פלוּ, אנדערש פון עטליכע טעג צוריק ווען מען האט געשאצט די צאל אומגעקומענע פון די וויירוס אויף 176.
כינע האט געזאגט אז זיי וועלן שיקן א ספעציעלע פליגער קיין מעקסיקאו אפצונעמען בערך 120 כינעזע וועלכע זענען געבליבן געשטראנדעט נאכדעם וואס געווענליכע פלי רייזעס קיין כינע פון מעקסיקאו זענען אנולירט געווארן.
--
פרעזידענט באראק אבאמא האט פרייטאג אויסגעדרוקט האפענונג אז די 1N1H פלוּ וועט אריבערגיין "אזוי ווי געווענליכע פלו'ס" ווען אויטאריטעט'ן באריכטן מער פון צוויי-צענדליג נייע פלו פעלער, און הונדערטער שולעס וועלכע האבן זיך צייטווייליג געשפארט אלס רעזולטאט.
די רעגירונג האט ארויסגעגעבן נייע רעגולאציעס פאר שולעס מיט באשטעטיגטע פלו פעלער, זאגנדיג אז זיי זאלן זיין געשפארט אמווייניגסטנס אויף 14 טעג, ווייל קינדער קענען זיין אנשטעקיג פאר 7 ביז 10 טעג פון ווען זיי ווערן קראנק.
די בילדונג דעפארטמענט זאגט אז מער פון 400 שולעס האבן זיך געשפארט, אפעקטירנדיג מער פון א פערטל מיליאן קינדער אין 18 שטאטן.
"איך בין אפטימיסטיש אז מיר וועלן דאס קענען באהאנדלען מיט ערפאלג," האט אבאמא געזאגט פאר רעפארטערס נאכ'ן באקומען אן אפדעיט פון זיין קאבינעט וועגן די פעדעראלע פארברייטערונגען צו די געזונט עמערדזשענסי.
די אמעריקאנע צענטערן פאר דעזיז קאנטראל און פארמיידונג האבן באריכטעט אז די וויירוס איז באשטעטיגט געווארן אין נאך 8 אמעריקאנע שטאטן, און פארשפרייט זיך נאך אלץ. באשטעטיגטע פעלער זענען געשטיגן פון 109 דאנערשטאג, צו 141 פרייטאג, און נאך עטליכע צענדליג ביז היינט.
די גרעסערע אמעריקאנע לופט ליניעס האבן געמאלדן אז זיי וועלן רעדוצירן די צאל זיצן אויף די פלי-רייזעס קיין מעקסיקאו.
--
די וויירוס האט פונדאסניי ארויפגעברענגט די אימיגראציע דעבאטע אויפ'ן אויבערפלאך, ווען טאלק שאו דאמינירט אלס קריטיקירער פון די "אומלעגאלע טרעגער פון די מעקסיקאנע פלו", אויסדרוקן וועלכע רופן ארויס אויפברויז ביי היספאנישע סימפאטיקער.
די האקעלע טעמע האט זיך אפגעקילט אין די לעצטע יאר ווען די עקאנאמיע האט איבערגענומען די אויבן-אן אויף די בלאגספערע און פרעסע. איצט, מיט'ן אויסברוך פון די פלו, האבן זיך באנייט די ארגומענטן אז די אומלעגאלע (און לעגאלע) אימיגראציע פון מעקסיקאו איז א געפאר פאר די וואוילזיין פון די פאראייניגטע שטאַטן.
ווען געוויסע ראדיא פערזענליכקייטן און זאגאר פאליטיקאנטן אטאקירן מעקסיקאו'ס באהאנדלונג, אדער אומ-באהאנדלונג פון די געפארפולע פלו, זאגט מייקל סעוועדזש, פון די פאפולערסטע קאנסערוואטיווע רעדנער אויף אמעריקאנע ראדיא און א נאטורליכע דאקטער פון פאך אויס, אז אמעריקע מוז הערמעטיש אפשליסן די גרעניצן מיט מעקסיקאו.
אלס איינער וואס האט א פי-עיטש-די אין עפידעמיעלאגיע און יומען נוטרישאן פון די קאליפארניע-בעקערלי אוניווערסיטעט, זאגט סעוועדזש אז זיינע באמערקונגען זענען באזירט אויף סייענס.
"די ערשטע געזעץ פון עפידעמיעלאגיע איז צו געפינען די מיטל-פונקט פון די וויירוס, און עס פארזיגלען," זאגט ער. "דאס האט גארנישט צו טוהן מיט ראסע, בלויז מיט עפידעמיעלאגיע. וויירוס'ן טוען נישט דיסקרימינירן."
טראץ דעם וואס אבאמא האט נישט געוואלט פארשפארן די גרעניצן זאגנדיג אז די געדאנק איז גלייך צו "צושפארן דעם טיר פונעם שטאל נאכדעם וואס די פערד זענען ארויס," זאגן עקספערטן אז ווי מער מענטשען עס קומען אריין פון מעקסיקאו, שטייגט די ריזיקע אז די וויירוס זאל שטערקער אינפילטרירן אין די פאראייניגטע שטאַטן, און דערפאר וואלט יא ראטזאם געווען צו שפארן די גרעניצן צו פרובירן צוימען די וויירוס ווי מער מעגליך.
--
מאנטאג מאי 04, 2009 9:28 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן:א גרויסער דאקטאר, וואס האט שוין געפראוו'ד צו זיין גערעכט אסאך מאל, האט מיר פאריגע וואך געזאגט, אז ער האלט, אז די גאנצע זאך איז אויפגעבלאזן געוארן דורך די 'פי. אר.' פון די 'פארמאסוסיקעל אינדאסטרי'.. העסטע זעהן, זאגטער, אז אין די נעקסטע פאר וואכן, גייט ארויסקומען א וואקסין, וואס זיי האבן פונקט געענדיגט צו שטודירן.. א זאך וואס דויערט יארן..
וויכע די פוינט האט מיר געגעבן א קיצל..........
ווי מען זעט זענען זיי טאקע כסדר פארנומען איבער די נייע וואקסין וואס האלט הארט פארן ארויס קומען, און זיי זאגן אז לאור די אויסברוך וועלן זיי זיך יעצט מער צואיילן, און זיי האפן עס צו האבן אויף קומענדיגע חודש, אבער עס וועט נאך נעמען עטליכע חדשים פון ווען מען האט עס, ביז מען וועט עס קענען נוצן אויף למעשה.
וואס איך קלער איז, אז אפילו מען וועט האבן פראבלעמען מיט די נייע וואקסין, וועלן זיי זעהן עס אריין צו שטיפן ווי פריער, און........
מאנטאג מאי 04, 2009 10:51 am
קול מבשר האט שוין היינט (מאנטאג) געזאגט אז עקספערטן זאגן אז די זארג איז איבערגעטריבן ווייל די פלו איז סאך ווייניגער שעדליך ווי אנדערע פלו'ס, דער עיקר איז דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל נישט זיין קיין שום פלו'ס וכל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך
מאנטאג מאי 04, 2009 11:14 am
שכויח יודל פארן דעטאלירטן באריכט.