נייעס אין וואשינגטאן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5488
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג נובעמבער 08, 2015 2:47 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אבער..... א ליבערעל האט נאר א "קאלקאלעשאן" אזוי לאנג ווי די מעמארי פון א גאלד פיש!! דריי סעקונדן!!

;l;p-

ווי חילי האט ארויסגעברענגט, די פייפליין מלחמה איז כהיום מער פאליטיש - און ווער עס גייט אויספירן ווי עפעס מיט ענווייראמענט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג נובעמבער 08, 2015 3:41 pm

בקיצור די גאנצע פייפליין איז נישט מעלה ומורד כלפי די אזויגערופענע שמוציגע וועג פין גראבן פאר אויל אין קאנאדא דאס טוט מען סיי ווי

די שאלה איז נאר ווי אזוי מען וועט טראנספארירן די שוין ארויסגעגראבענע אויל צו דורך באנען

אגב,
נייעסלעך האט געשריבן:32 טרעין קארס פון אן אויל טאנקיר טרעין זענען אראפגעפארן פון די שינעס, צפון פון אלמא וויסקאנסען, מ'האט נאר ארויסגעגעבן א וואלענטיר עוואקואציע ארדער. 2 קארן פון די 32 האבן אנגעהויבן ארויסצורינען דערפון אלקאהאל (צ"ל עטענאול) אריין אין די מיסיסיפי ריווער.


אדער דורך א פייפליין, פארשטיי איך גוט?

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6179
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג נובעמבער 08, 2015 3:49 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
משנה מקום האט געשריבן:קומסט אריין הערליך קלאר מיט א שכל הישר
ווען נישט איך האב אזא וויכטיגע חתימה וואלט איך עס געטוישט אזוי (וואס אגב איז עס מער אמת ווי שלמה'ס חתימה)

ליבעראל vs. נעאקאנסערוואטיוו.
נעאקאנסערוואטיוון = מענטשען וואס נוצען זייער שכל מיט א ווייטע בליק
ליבעראלן = קורצזיכטיג מיט א חשבון פון אכול ושתו (און טוטס אלע תועבות) כי מחר נמות
~ אייגנס

ישר כח פאר די קאמפלימענט.

סתם פאר אינפארמאציע פערפעסעס, די ווארט "ניא-קאנסערוועטיוו" ווערט נישט גענוצט סתם אויף די קאנסערוועטיוו שיטה, דהיינו שטארק קאנסערוועטיוו, נאר בעיקר אויף די וואס זענען שטארק מלחמה גענויגט.

גוט ארויסגעברענגט די וויכטיגע חילוק צווישן קאנסערוואטיוו און נעאקאנסערוואטיוו. כאטש איך האב נישט קיין צייט יעצט מסביר צו זיין וואס מיין פראבלעם מיט נעאקאנסערוואטיזם איז, זאלט איר פארשטיין אזויפיל אז עס מיינט נישט סתם קאנסערוואטיזם.

לאמיר קלאר מאכן. לויט ווי דו זאגסט איז אויפגראבן און אנטוויקלען די קאנאדישע פעך-זאמדן גאר גוט פאר די ענוויראמענט?
אין אנדערע ווערטער, רייניגט מען אויף די 'פאלושן' וואס געפונט זיך אונטער דער ערד זינט ששת ימי בראשית אין פארם פון קויל, קרוד-אויל און פעך-זאמדן און מען פאררעכט גאר די באשעפער'ס וועלטל מיטן עס פארברענען פארן ענערגיע באנוץ און אריינפאמפן די גאז וואס דאס פראדוצירט אין די לופט? דאס מיינט ווי מער קארבאן עמישנס מען לייגט אריין אין די לופט, ווי מער פעטראליום אדער פעך-זאמדן מען פאמפט/גראבט ארויס פון אונטער דער ערד און מען פארוואנדלט עס אין פארם פון גרינהאוז גאזן אלץ בעסער?
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג נובעמבער 08, 2015 3:58 pm

יש ברירה האט געשריבן:בקיצור די גאנצע פייפליין איז נישט מעלה ומורד כלפי די אזויגערופענע שמוציגע וועג פין גראבן פאר אויל אין קאנאדא דאס טוט מען סיי ווי

די שאלה איז נאר ווי אזוי מען וועט טראנספארירן די שוין ארויסגעגראבענע אויל צו דורך באנען
......
אדער דורך א פייפליין, פארשטיי איך גוט?

נישט אינגאנצן....

די ענווייערמענטעליסטן האפן, אז דורכן עס נישט קענען שיקען קיין אמעריטשקע, און שיקען עס קיין אזיע - ווי די פריערדיגע קאנסערוועטיווע פריים מיניסטער האט געסטראשעט אז קאנאדא גייט טאן אויב אבאמא ווארפט אפ די פלאן - האט דער נייער פרעימער קלאר געזאגט אז ער האלט נישט דערביי, וועט זיך אראפשטייטערן דאס ארויסשעפן די זאמד אויל אין קאנאדא.

אגב, די נייע פרעימער, כאטש ער איז א ליבעראל, האט ער אויסגעדרוקט דיסיפוינטמענט אין די דיסיזשען פון אבאמא. דאס הייסט אז אפי' ער - א ערעסטע ליבעראל - האלט אז דאס איז א דומהייט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג נובעמבער 08, 2015 4:16 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:.......
לאמיר קלאר מאכן. לויט ווי דו זאגסט איז אויפגראבן און אנטוויקלען די קאנאדישע פעך-זאמדן גאר גוט פאר די ענוויראמענט?
אין אנדערע ווערטער, רייניגט מען אויף די 'פאלושן' וואס געפונט זיך אונטער דער ערד זינט ששת ימי בראשית אין פארם פון קויל, קרוד-אויל און פעך-זאמדן און מען פאררעכט גאר די באשעפער'ס וועלטל מיטן עס פארברענען פארן ענערגיע באנוץ און אריינפאמפן די גאז וואס דאס פראדוצירט אין די לופט? דאס מיינט ווי מער קארבאן עמישנס מען לייגט אריין אין די לופט, ווי מער פעטראליום אדער פעך-זאמדן מען פאמפט/גראבט ארויס פון אונטער דער ערד און מען פארוואנדלט עס אין פארם פון גרינהאוז גאזן אלץ בעסער?

וואוא האסטו געמאכט א "עד אבסורדעם" געמויזאכטס!!

ערשטענס מען רעדט נישט פון קויל, גאז און קרוד אויל וואס ליגט טיעף אין דער ערד, און האט נישט קיין אפעקט אויף די ענווייערמענט ווילאנג עס איז באגראבן.

מען רעדט פון די זאמד אויל, וואס ליגט אויבן אויף אין די זאמד, און האט א דירעקטע אפעקט אויף די ענווייערמענט אין יענע געגענט, איז פארום פון די ביימער וואס וואקסען דארט די חיות וואס וואוינען דארט און וויאזוי זיי וואקסען\וואוינען. דאס אויפרייניגען די זאמד, האט א פאזעטיווע אפעקט.

אבער דאס איז בכלל נישט געווען די פוינט. דו האסט פארדרייט די טענה, עס צו פראבירן אפפרעגן.

די טענה דא איז נישט געווען אין די אלגעמיינע פראגע צו מען זאל נוצן "נאנ-רינועבעל" און "קארבען אמיטינג" סארט ענערגיע. דאס איז א עקסטערע שמועס. דא איז געווען די פראגע איבער די זאמד אויל. און מיין פוינט איז געווען אז די זאמד אויל בענעפעטירט די ענווייערמענט אין די לאנג ראן, טא אויב נוצט מען סיי ווי פאסיל פיולס, וואלט די זאמד אויל סארט געדארפט זיין די מאסט פריפערד, אויב וויל מען קוקן מיט א ברייטע לאנג טערמינענדע בליק.

אנשטאט, וועלן די ענווייערמענטעליסטן, אפקנאקן די פייפליין, און זיכערמאכען אז די זאמד אויל אינדאסטריע וועט אונטערגיין, און אנשטאט וועא מען שעפן פיינע אויל פון די קוועלער, וואס איז נישט גוט פאר די ענווייערמענט נישט אין לאנגן, און נישט אין קורצן טערמין.

דאס הייסט אז נישט נאר זיי טיען נישט אויף, נאר זיי שיסן זיך אליין אין די פוס. און דאס איז אין ריזאלט פון קורצזיכטיקייט. און קענען רעכענען מאקסימום ביז 2 + 2.

ביי 3 + 3, קומט שוין די פראגע: "איך בין עפעס אן אקאנטענט אדער וואס"?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 11:40 am

די ווייסע הויז האט אפגעזאגט די פענטאגאן פלאן צו פארמאכן גוואנטאנאמא בעי תפיסה און בויען אזא ענליכע דא אין אמעריקא, ווייל ס'קאסט צופיל געלט.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 12:01 pm

דער חכם האט געטראפן א גרינגן וועג ארויס

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 1:02 pm

נייעסלעך האט געשריבן:די ווייסע הויז האט אפגעזאגט די פענטאגאן פלאן צו פארמאכן גוואנטאנאמא בעי תפיסה און בויען אזא ענליכע דא אין אמעריקא, ווייל ס'קאסט צופיל געלט.

וויפיל קאסט עס?

סך הכל איז דארט נאר געבליבען א 100 ארעסטאנטען; אזוי האט דער פרעזידענט געזאגט. וואס קאסט שוין א נייע תפיסה פאר זיי?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 1:10 pm

פונקט ווי ער האט געקענט צאלן א האלבען ביליאן פאר אבאמקעיר דאט גאוו קען ער טרעפן א עסטימעיט דערפאר פאר א האלבן ביליאן
און אזוי פטור ווערן פון א פייט מיט קאנגרעס און די זעלבע צייט האבן א וועג ארויס פון זיין אזוי צוגעזאגטע פראמיס ביי זיין קאמפיין

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 1:19 pm

לויט ווי איך פארשטיי קען מען נישט פארמאכען דעם בעיס ווייל וואס מען טוהט דארט קען מען נישט טוהן דא (ליגאל). אבער ער האט דאך פארט צוגעזאגט אז ער גייט עס פארמאכען (און ער האט דעמאלט אויך געוויסט אז עס איז נישט אזוי פשוט), איז זיכט ער א וועג ארויס, און זאגט אז צוליב "געלט" קען מען עס נישט פארמאכען; און עולם גולם גייט אים גלייבען און ניטאמאל אים פארהאלטען דערויף.

גראדע בין איך מסכים מיט אים אז מען דארף עס פארמאכען און נישט לאזען קיין שום מקום וואס איז אוטסייד דע לאו.

#ווייל מארגען קען מען "אונז" דארט לייגען. (אזא מקום עגון, וואס מען קען האלטען א מענטש אויף אייביג אן א טרייל, איז א רעסעפי פאר דייזעזטער)
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 2:07 pm

אויב אונז וועלן הרגענען טויזענטער אומשולדיגע מענטשן וועלן זיי זיין גערעכט פאר אונז אריינלייגן דארט און אויב וועלן מיר נישט הרגענען קיינעם וועלן מיר נישט אנקומען דארט
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 2:21 pm

זיי נישט אזוי זיכער. נאך 911 האט מען ארעסטירט 4 איזרעליס און זיי געהאלטען חדשים אן א משפט און אן זאגען פארוואס מען האלט זיי. זאג נישט אז עס קען נישט געשעהן צו אונז; מען קען נישט וויסען ווער דער נעקסטע פרעה גייט זיין און וואס די די צוגאנג פון די נייע באהערדע גייט זיין צו אונז. געדענק אז מיר זענען אין גלות, דא אין אמעריקא אויך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 12:48 pm

ס'איז גע'גנבעט געווארן פון א סיקרעט סערוויס אגענט'ס קאר זיין גאן, בעדזש, רעדיא, הענדקאפס און פלעש דרייוו אין מיטן העלן טאג נעבן די ווייסע הויז.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 3:23 pm

נייעסלעך האט געשריבן:ס'איז גע'גנבעט געווארן פון א סיקרעט סערוויס אגענט'ס קאר זיין גאן, בעדזש, רעדיא, הענדקאפס און פלעש דרייוו אין מיטן העלן טאג נעבן די ווייסע הויז.

פארוואס האט ער די קאר יא איבער געלאזט...?

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3557
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 3:25 pm

יש ברירה האט געשריבן:
נייעסלעך האט געשריבן:ס'איז גע'גנבעט געווארן פון א סיקרעט סערוויס אגענט'ס קאר זיין גאן, בעדזש, רעדיא, הענדקאפס און פלעש דרייוו אין מיטן העלן טאג נעבן די ווייסע הויז.

פארוואס האט ער די קאר יא איבער געלאזט...?

סיז געווען זיין פריוואטע קאר, יענער האט אויפגעבראכן די בעק פענסטער,

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2560
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 4:08 pm

This burglary raises a red flag to me.

I'm afraid this is only the beginning of something bigger.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4705
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 5:10 pm

דאכצעך אז זיי קענען טרעקן די רעדיא'ס
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11114
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג מאי 20, 2016 3:54 pm

א שיסעריי איז פארגעקומען נעבן דעם ווייסן הויז, פרטים ווער האט?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » פרייטאג מאי 20, 2016 4:02 pm

לכאורה האט געשריבן:א שיסעריי איז פארגעקומען נעבן דעם ווייסן הויז, פרטים ווער האט?

א סיקרעט סערוויס אגענט האט אריין געיאגט א קויל אין איינער וואס האט ארויס גענימען א רעוואלווער קעגן עם. דאס איז וואס איך האב געהערט.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11077
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג מאי 20, 2016 4:20 pm

@secretservice:
The Secret Service is confirming a
police involved shooting near the @WhiteHouse complex. All Secret Service protectees are safe.
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » פרייטאג יולי 08, 2016 9:08 am

קאנגרעס אויף לאקדאון. אומקלאר פארוואס, באריכטן איבער עמיצער מיט א ביקס אינעם בנין.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 10:20 am

עס ווערט באריכטעט אז פרעזידענט אבאמא איז ארויס פון זיין וועג צו העלפן א רעפובליקאנער קאלעגע אין נויט

געווען איז עס ביי עפעס א צערעמאניע ווי דער אלטער בוש 41 האט פרובירט צו נעמען א סעלפי און ער האט נישט געקענט, אבאמא האט אוועקגעווארפן אלע פאליטישע חשבונות אין א זייט און אים געהאלפן מאכן דעם סעלפי

ממנו ילמדו וכן יעשו!
kraitchmah עט גימעיל

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:27 am

שנאפס האט געשריבן:עס ווערט באריכטעט אז פרעזידענט אבאמא איז ארויס פון זיין וועג צו העלפן א רעפובליקאנער קאלעגע אין נויט

געווען איז עס ביי עפעס א צערעמאניע ווי דער אלטער בוש 41 האט פרובירט צו נעמען א סעלפי און ער האט נישט געקענט, אבאמא האט אוועקגעווארפן אלע פאליטישע חשבונות אין א זייט און אים געהאלפן מאכן דעם סעלפי

ממנו ילמדו וכן יעשו!


אודאי נאכדעם וואס בוש האט דערקלערט אז ער גייט וואוטן פאר קלינטאן איז אבאמא מיר געווארן א נועם המידות...
1 + 1 = חלה דעקל...

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 3:28 pm

Breaking


Congress overwhelmingly rejects President Obama's veto of Sept. 11 bill; first override since he became president.
ישראל אשר בך אתפאר

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 3:44 pm

סראלי האט געשריבן:Breaking


Congress overwhelmingly rejects President Obama's veto of Sept. 11 bill; first override since he became president.


מיט וויפיל שטומען קעגן וויפיל?

ס'דארף נאך אויך דורכ גיין אין סענאט?
1 + 1 = חלה דעקל...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בשבילי נברא, הרב_שלום, זיסקינד, פ' לך לך, פארקלאצט, פראצעדור און 52 געסט