שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:.......
לאמיר קלאר מאכן. לויט ווי דו זאגסט איז אויפגראבן און אנטוויקלען די קאנאדישע פעך-זאמדן גאר גוט פאר די ענוויראמענט?
אין אנדערע ווערטער, רייניגט מען אויף די 'פאלושן' וואס געפונט זיך אונטער דער ערד זינט ששת ימי בראשית אין פארם פון קויל, קרוד-אויל און פעך-זאמדן און מען פאררעכט גאר די באשעפער'ס וועלטל מיטן עס פארברענען פארן ענערגיע באנוץ און אריינפאמפן די גאז וואס דאס פראדוצירט אין די לופט? דאס מיינט ווי מער קארבאן עמישנס מען לייגט אריין אין די לופט, ווי מער פעטראליום אדער פעך-זאמדן מען פאמפט/גראבט ארויס פון אונטער דער ערד און מען פארוואנדלט עס אין פארם פון גרינהאוז גאזן אלץ בעסער?
וואוא האסטו געמאכט א "עד אבסורדעם" געמויזאכטס!!
ערשטענס מען רעדט נישט פון קויל, גאז און קרוד אויל וואס ליגט טיעף אין דער ערד, און האט נישט קיין אפעקט אויף די ענווייערמענט ווילאנג עס איז באגראבן.
מען רעדט פון די זאמד אויל, וואס ליגט אויבן אויף אין די זאמד, און האט א דירעקטע אפעקט אויף די ענווייערמענט אין יענע געגענט, איז פארום פון די ביימער וואס וואקסען דארט די חיות וואס וואוינען דארט און וויאזוי זיי וואקסען\וואוינען. דאס אויפרייניגען די זאמד, האט א פאזעטיווע אפעקט.
אבער דאס איז בכלל נישט געווען די פוינט. דו האסט פארדרייט די טענה, עס צו פראבירן אפפרעגן.
די טענה דא איז נישט געווען אין די אלגעמיינע פראגע צו מען זאל נוצן "נאנ-רינועבעל" און "קארבען אמיטינג" סארט ענערגיע. דאס איז א עקסטערע שמועס. דא איז געווען די פראגע איבער די זאמד אויל. און מיין פוינט איז געווען אז די זאמד אויל בענעפעטירט די ענווייערמענט אין די לאנג ראן, טא אויב נוצט מען סיי ווי פאסיל פיולס, וואלט די זאמד אויל סארט געדארפט זיין די מאסט פריפערד, אויב וויל מען קוקן מיט א ברייטע לאנג טערמינענדע בליק.
אנשטאט, וועלן די ענווייערמענטעליסטן, אפקנאקן די פייפליין, און זיכערמאכען אז די זאמד אויל אינדאסטריע וועט אונטערגיין, און אנשטאט וועא מען שעפן פיינע אויל פון די קוועלער, וואס איז נישט גוט פאר די ענווייערמענט נישט אין לאנגן, און נישט אין קורצן טערמין.
דאס הייסט אז נישט נאר זיי טיען נישט אויף, נאר זיי שיסן זיך אליין אין די פוס. און דאס איז אין ריזאלט פון קורצזיכטיקייט. און קענען רעכענען מאקסימום ביז 2 + 2.
ביי 3 + 3, קומט שוין די פראגע: "איך בין עפעס אן אקאנטענט אדער וואס"?