בלאט 1 פון 18

ערעפלאן קראכן נייעסן

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 7:36 pm
דורך וויכטיג מאכער
יא יא, קענסט לאכן, ס'איז אבער נישט קיין דזשאוק... אקעי, דאס מאל, איזעס נישט קיין פליגער, נאר א העליקאפטער..

א גוט יאר, דא רעדט צו אייך וויכטיג מאכער, פילינג אין פאר צייטליך...
יעצט איז אריינגעקומען די נייעס צו די העדקוואטערס פון ק.נ.א., אז א 'העליקאפטער' האט נעכטן, מיטוואך, געקראכט, אין מזרח טערקיי....

לויט ווי אונזער קארעספעדאנטן אויפן סצענע גיבן איבער, האט איינער אריינגערופן צו די אימערדזשענסי אגענטור, און געבעטן פאר הילף, ווייל זיין העליקאפטער האט געקראכט... 'איך ווער פארפרוירען דא אין די אייז' האט געשריגן ריפארטער איסמעיל גונאס, דער איינציגסטער איבערלעבער, פון די זעקס פאסאנדזשירן, איך בין אין די העליקאפטער, ס'שנייט, נעמטס מיך ארויס פון דא.. און ער שרייט ווייטער די נעמען פון זיינע מיטפארער.. קיינער ענטפערט נישט, די מצב איז ביטער.. זיי זענען אלע געשטארבן, האטער אויסגעפירט...

א מחנה רעטונגס אגענטורן, און ריפארטערס, האבן זיך אראפגעלאזט אויף די בערג, וואו די העליקאפטער האט ווארשיינדליך געקראכט... אבער דערווייל האט מען נאך נישט געפינען קיין שום שפירן פונעם אראפגעפאלענעם העליקאפטער...

די ק.נ.א. איז אין קאנטאקט מיט די הילפס אגענטורן, און מיר וועלן מעלדן די אנטוויקלונגען, ווי נאר מיר וועלן דאס אריינבאקומען...

וויכי, קאווערינג פאר צייטליך, עט די ק.נ.א. נעטווארק..

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 7:39 pm
דורך מאיר
מ'זוכט די העילקאפטער...

טענקס וויכי פאר די רעפארט!

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 7:54 pm
דורך קעלנער
איך מיין אז ס'איז שוין צייט צו עפענען א פארום אדער א סוב פארם ספעציעל פאר די אלע קראכן.

געשריבן: פרייטאג מארטש 27, 2009 9:31 am
דורך bailout
וויכטי ברענג שוין אהער דיין טשערילייט אין רייס אהין.
ווי איז עס ביי די מעקעניק?

געשריבן: פרייטאג מארטש 27, 2009 11:34 am
דורך צייטליך
אינטאנבול טערקיי - 48 שעה נאך דעם שוידערליכען טעלעפאון רוף פון דעם איינציגסטער איבערלעבער פונעם העליקאפטער קראך צווישן די בערג פון צפון טערקיי, האט דער טערקישער אינירען מיניסטער היינט פרייטאג געמאלדן אז זיי זענען ענדליך אנגעקומען צום פלאץ פונעם קראך.

6 מענטשן זענען געווען אויפן העליקאפטער מיטוואך נאכמיטאג ווען דאס האט געקראכט, פון וואס 3 מענטשן זענען געשטארבן אויפן פלאץ. די סטאטוס פון די איבעריגע איז נישט געווען באוויסט ביז יעצט.

די זוך אקציע און וועלעכע עס האבן זיך באטייליגט אריבער טויזענט סאלדאטן, פאליציי און וואלאנטירן איז געגאנגען זייער פאמעליך צוליב די גרויסע שנייען צווישן די בערג.

איינע פון די רעטונג ארבייטער וואס איז אנגעקומען פון די ערשטע צום קראך ארט זאגט אז ער האט געזעהן גלייך 3 טויטע מענטשן ליגן אויף דער ערד, אריינגערעכענט דעם נייעס באריכטער וואס האט געמאכט דעם פארצווייפעלטען טעלעפאון רוף און איז געווען דאן דער איינציגסטער איבערלעבער.

ער זאגט אז מ'האט נישט געקענט געהעריג זעהן צוליב דעם שווערען וועטער. און זיי האבן געברויכט מאכן דארט פייער'ס בכדי זיך צו האלטן ווארעם און יעצט ווארטן זיי אויף אן העליקאפטער זאל זיי קומען ארויסנעמען פון דארט.

יהי רצון שיבלע הקראכן לנצח ומחה השם דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן.

די דיין..

יישר כח וויכי פארן מעלדן די נייעס. עז אללוועיס. יו גוד.

געשריבן: זונטאג מארטש 29, 2009 3:49 pm
דורך סאכדעס
דער דאיען איז פארנומען מיט מקדש זיין א בית החיים פאר די ערעפלאנען, ער האט נישט קיין צייט פאר קיינע הספדים.

געשריבן: זונטאג מארטש 29, 2009 4:26 pm
דורך וויכטיג מאכער
חחחח סאכדעס... גוט.. פיין...

געשריבן: זונטאג מארטש 29, 2009 4:27 pm
דורך צוביילטער
קעלנער ;l;p-

איז דאס ערגעץ נעבן נח'ס תיבה? אויב איך געדענק גוט געפונט זיך די הרי אררט טאקע ערגעץ דארט אין מזרח טערקיי.

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2009 3:39 pm
דורך צייטליך
(מ'גיימער ניצן דעם אשכול פאר אנדערע קראכן אויך. עס וועט דינען אלץ דער 'קראכן אשכול')


אכט אומגעקומען אין העליקאפטער קראך מיט 16 מענטשן דעראויף.



א גרויסער 'באנד סופער פאמע' העליקאפטער האט אראפגעקראכט היינט מיטאג מיט 16 מענטשן דעראויף. רעטונג'ס אגענטורן האבן אנגעפאנגען א מאסיווער זוך אקציע אונעם גרויסן "נאורט סי" וואסער. 40 מייל פון אבארדין (כ'האף איך זאג עס גוט נאך)

ווי פאליציי גוט איבער האבן זיי שוין געטראפן 8 אומגעקומענע און די זוך אקציע גייט אן פאר די איבעריגע אכט.

דער הויפט פון די העליקפאטער פירמע האט געזאגט אז די מענטשן וואס פארן מיט דעם העליקאפטער האבן געווענליך אן זיכערהייט וועסטלעך. "עס איז דא מער ווי עטליכע שעה צייט אז מ'זאל קענען איבערלעבן דארט מיט די נויטיגע רעטונג'ס מיטלען" האט ער געזאגט "מיר האפן נאך זיי צו טרעפן ביים לעבן".

דער קראך קומט נאך קוים צוויי חדשים פון נאך א קראך פונעם זעלבען מאדעל העליקאפטער, דאן מיט 18 מענטשן אויפן העליקאפטער ווי אלע האבן דאן איבערגעלעבט.


צייטליך פאר ק.נ.א. - דעקענדיג דעם עולם אויף בי.בי.סי.

ווער עס וויל וויסן מער איבער דעם קראך זאל דא קליקן.

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2009 3:41 pm
דורך מאיר
יישר כח צייטליך.
(איך האב געמיינט קודם אז דו גייסט באשרייבן די עמוירזשענסי לאנדונג אין קענעדי לופט פעלד נעכטן נאכט, פון א פליגער מיט אידן אויפן וועג קיין ארץ ישראל).

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2009 3:47 pm
דורך אונגארישער
מאיר וואס האט פאסירט ?

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2009 3:50 pm
דורך מאיר
רוף 212-444-1100
צוויי מאל נומ' 1 און דערנאך נומ' 3 (פון נעכטן 10:00 ביינאכט בערך)

ב"ה ס'איז גארנישט געשען פאר קיינעם, א ענדשין האט אנגהויבן צו רייכערן קורץ נאכן אויפהייבן, און דער פליגער האט געמאכט א סוקסעספולן לאנדונג אין קענעדי (נישט אין האדסאן).

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2009 3:53 pm
דורך אונגארישער
וועלעכע עיר ליין ?

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2009 3:56 pm
דורך מאיר
ס'איז געווען א דעלטא פליגער, וועלכע פלייט ווייס איך נישט.

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2009 5:25 pm
דורך וויכטיג מאכער
צייטליך, טענקס פאר די ריפארט... איך בין געווען ביזי מיט די אפריל פול מעשה...

טענקס ביקסאד פאר די לינק.....

איך האב געטוישט די קעפל אויף די עצה פון צייטליך...

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2009 9:42 am
דורך צייטליך
א מיליטערישער טראנספארט עראפלאן האט אראפגעקראכט אין א באוואונטע געגענט אין איסט דזשאווא, אינדענאזע. מיטוואך צופרי, אומברענגענדיג 98 מענטשען דערווייל.

א ווארט זאגער פאר די אינדענאזער עיר פארס זאגט אז די צאל טויטע קען שטייגען, לויט אים זענען 112 מענטשען געעוען אויפן פליגער ווען עס האט אראפגעקראכט 6:30 פארטאגס,

דער עראפלאן האט אראפגעקראכט אויף פיר הייזער און אומגעברענגט כאטש איין מענטש אויף דער ערד, לויט דעם ווילעדזש פירער אין איסט דזשאווא,

דער עראפלאן האט געטראגן 14 מאשאפט און 98 פאסענזשירן, 15 מענטשען פונעם פליגער זענען געראטעוועט געווארן, עטליכע פון זיי זענען גאר שווער פארוואונדעט.

די קראך קומט א טאג נאך וואס א צווייטער מיליטערישער טראנספארט פליגער האט געקראכט אויף די ראנוועי נאכן לאנדן צו פרי, קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן אין יענעם פאל.


(קרעדיט: אידישע וועלט - היים בלאט)

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2009 9:44 am
דורך שמיי_דריי
איז דאס אמעריקאנע מיליטער?

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2009 12:29 pm
דורך קעלנער
צייטליך האט געשריבן:א מיליטערישער טראנספארט עראפלאן האט אראפגעקראכט אין א באוואונטע געגענט אין איסט דזשאווא, אינדענאזע. מיטוואך צופרי, אומברענגענדיג 98 מענטשען דערווייל.

א ווארט זאגער פאר די אינדענאזער עיר פארס זאגט אז די צאל טויטע קען שטייגען, לויט אים זענען 112 מענטשען געעוען אויפן פליגער ווען עס האט אראפגעקראכט 6:30 פארטאגס,

שמיי_דריי האט געשריבן:איז דאס אמעריקאנע מיליטער?

קוק ארויף פאר די תירוץ.

געשריבן: דינסטאג יוני 02, 2009 9:47 am
דורך ראמני 08
ענינא דיומא

געשריבן: זונטאג יולי 19, 2009 3:06 pm
דורך צום זאך
די געווענליכע ק.נ.א. קראכן רעפארטער זענען ווייזט אויס אויף אורלויב.. וועל איך איבערנעמען ס'מייק..

17 - ניו דזשערזי. א קליין פליגער האט היינט פארמיטאג אראפגעקראכט אין מאהאווא ניו ג'ערזי הארט נעבן א "שערעטאן האטעל" געביידע, (איר זענט שוין זיכער אמאל געפארן אויפן ניו ג'ערזי 17 אויפן וועג צו אפסטעיט, ווען מ'זעהט שוין פון דערווייטענס די הויכע מייאסטעטישע בנין מיט די באקאנטע "S" סימבאל וואס זאגט פאר אז מ'האלט שוין אט ביים ניו יארק טרווועי.. יא.. דארט האט עס פאסירט..)
עס איז נישט באריכטעט קיינע פאטאליטעיטן ב"ה!
פאר מער פרטים ווארטס צו אויף די ק.נ.א. לייוו ריפארטס..

-----------------------------
אין אנדערע "קראכן" נייעס.. קומט אריין א מעלדונג איבער א אינצידענט אין די אלבאני עירפארט ווי א פליגער וואס האט זיך געוואקלט צוליב געיר פראבלעמן, האט בחסדי ה' געלאנדעט אן קיין (עקסטערע..) פראבלעמען, און האט פארמיטן פון באריכטעט צו ווערן אינעם קראכן אשכול..

געשריבן: זונטאג יולי 19, 2009 4:20 pm
דורך ראמני 08
איך קום יעצט פון נוי דזשערסי 17 אין געזען ווי מען שלעפט דעם קליינע פליגער מיט א פאליצייאישע באגלייטונג

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 11:32 pm
דורך שוועמל
א פליגער טראגנדיג 13 פאסאזשירן איז פארלוירן געגאנגען אין די פראווינצן פון פאפוא ניו גואנא (מער פונקטליכער: קאקאדא טרעקס), א טוריזם לענדל נעבן אויסטראליע.

9 פאסאזשירן זענען געווען פון אויסטראליע און די אויסטראליער אויטאריטעטן האבן זיך ארויסגעלאזט זוכן, דערווייל אן קיין שפיר פונעם עראפלאן.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות
... הממ איר האט געדרוקט אן אומריכטיג קנעפל. צוריקגיין צו פריערדיגע מעניו רופט צוריק נעכטן.


דעד ריפארט פראם שוועמל עט די ק.נ.א. קראכונג עלעווטער

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 8:59 am
דורך ליינער
היינט צופרי 8:18 קומט אריין א קאל צו נוי זשערזי פאליס אז א קליינע פליגער האט שוין ווידער געקראכט נעבן סאסעקס קאנטי נ.ז.
מער אפדעיטס וועט נאכפאלגען
דיס איז ליינער ריפארטינג אן מיי שווארצבערי

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2009 10:12 am
דורך פרעזידענט
נאך א ניו דשערסי פליגער קראך:
צוויי מענטשען האבן איבערגעלעבט א קליינע פליגער קראך אין טיטערבארא, ניו דשערסי, די צוויי פליגער רייזיענדע האבן געליטן בלויז ברען וואונדען, אין רעטונגס אגענטורן האבן זיי געפונען ביי א באס סטאנציע נעבן די ארט פונעם פליגער קראך.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2009 10:39 am
דורך וויכטיג מאכער
איך וואלט אפגעשפארט טיטערבארא עירפארט! יעדע צווייטע וואך איז דא א קראך דארט.