Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

בארריס נישט אריינגעלאזט אין סענאט.

דינסטאג ינואר 06, 2009 12:27 pm

וואשינגטאן די סי - ראלענד בארריס, דער קאנדידאט וואס איז געשטעלט געווארן דורכן אילענוי גאווערנער בלאגויאוויטש אלץ פארטרעטער פון פרעזידענט עלעקט באראק אבאמא איז היינט אנגעקומען צום סענאט געביידע ווי ער איז בלאקירט געווארן אריינצוגיין צו ווערן איינגעשוואוירן אלץ נייער סענעטאר. א זאך וואס ער איז געווארנט געווארן בעפאר.

בארריס איז געשטעלט געווארן אלץ פאטרעטער צום סענאט דורכן גאווערנער אונטערן שאטן פון א שוין היינט בריייטבאקאנטער סקאנדאל אויפן גאווענער וועלעכער ער ווערט באשולדיגט אין "פארקויפן" דעם סענאט זיץ פאר טובות און געלט וואס ער וועט צוריק באקומען דערפאר. ווי שוין באריכטעט זיינער צייט דא אין קרעטשמע.

אינמיטן די ברען פונעם סקאנדאל - ווען די אויספארשונג גייט אן אין גרויסן, נאכדעם וואס ער האט גענצליך אפגעלייקענט אלע באשולדיגונגען - איז ער אבער ווייטער אנגעגאנגען מיטן זיין אויסוועלן א נייער סענעטאר אויף אבאמא'ס פלאץ.

מיטן אויסוועלן בארריס האט דאס ארויסגעריפן א גרויסן שטורעם אונעם פאליטישן וועלט און פון אלע זייטן זענען געקומען רופן אז ער זאל דאס נישט אננעמען ווארום מען וועט דאס נישט אננאמען.

בארריס - ווי דער גאווערנער - האט זיך אויסגעלאכט און ווייטער אנגעגאנגען מיטן פראצעס. און היינט ביים אנקומען צום ערשטן טאג אין סענאט וועלענדיג נעמען זיין נייער זיץ האט מען אום נישט אריינגעלאזט אין אפיס פון די סענעטאר און ער איז פארשיקט געווארן פון דארט מיט ביזי ביזיונות ווען די טראפן רעגן האבן אביסל צוגעגעבן דערצו.



נעבעך...

Advertisement

דינסטאג ינואר 06, 2009 12:33 pm

איך האב ליב צו זעהן וואו קליג און אויסגעאררבעט עס איז די סיסטעם פון "אינאסינט אנטיל פראווען גילטי". איינער וואס מען איז כמעט זיכער אז ער האט געשווינדעלט קען נאך שטעלן א צווייטן אויף אזא וויכטיגע (?) אמט וואו א סענעטאר.

דינסטאג ינואר 06, 2009 12:37 pm

א רחמנות אויף דעם 'בורית' כרשינה. אפשר זאל אים אבאמא אויפנעמען אלס קאמערץ סעקרעטאר, נאכדעם וואס דער ספאנישער ריטשארדסאן האט אויפגעגעבן צוליב א מעגליכע סקאנדאל.

אגב, איז אינטערגסאנט אז דער בורית האט זיך שוין לאנג געלאזט אויסקריצן א שטיינדל אין פייגער-הויף מיט זיין גאנצע קאריערע דערויף, אנגעהויבן פון דעם אז ער איז געווען דער ערשטער שווארצער ערוויילט צו ווערן צו א סטעיטווייד אמט אין אילינאי וכו' וכו'. זיי זאגען אז עס האט נאך פלאץ פאר נאך א שורה "ערשטע סענאט נאמינירטער אוועקצוגיין פון סענאט מיט בזיונות".

דינסטאג ינואר 06, 2009 2:02 pm

די דעמאקראטן האבן אים ניט-אמאל געלאזט מיצען די ביה"כ אינעם סענאט..

די דעמאקראטן זענען אין א ערענסטע בלאטע, (ב"ה...) זיי ווילן נישט הייסן אין די גאס אלץ די וואס נעמען אוועק די געלעגענהייט פון א שווארצן, ובפרט ווען עס האנדלט זיך פונעם איינציגסטן שווארצער סענאטאר! אבער פון די אנדערע זייט ווילן זיי בשום אופן נאכגעבן בלאגאיאוויטש (מאדנע נאמען...)

אויך איז דער גאנצער בורריס א פראבלעם פאר זיי, ווייל ער נעמט אוועק פון אבאמא'ס עטענשאן, ווייל יעדער איז ביזי מיטן ערשטן שווארצען פרעזידענט, ריקט זיך אן בורריס און ער וויל רעדן פונעם איינציגסטן שווארצען סענאטאר!!!!

א עזות..

א שיך אין קאפ....

מיטוואך ינואר 07, 2009 8:37 am

צייטליך, שכוח פארן באריכט, און שכוח די אנדערע שרייבער דא פארן שמייכל וואס איר שענקט מיר היינט.

מיטוואך ינואר 07, 2009 1:44 pm

פלאפי איד ;l;p- ;l;p-

מיטוואך ינואר 07, 2009 8:19 pm

וואס איין טאג קען אויסמאכן. היינט רעדן שוין אלע בשבח פון דעם כרשינה, און עס איז מעגליך אז אזוי פרי ווי מארגן וועט מען אים ענדליך אראפזעצן.

מאנטאג ינואר 12, 2009 9:59 am

לויט ווי מר. באריס האט געזאגט נעכטן פאר 'באַב שיפער' אויף "פעיס די נעשאן" וועט זיין אדוואקאט היינט אראפגיין קיין וואשינגטאן און דורכרעדן אלע פראבלעמען און לעגאלע אנגעלעגענהייטן מיט די סענאט אדוואקאטן און ער וועט דערנאך אראפגיין.

זיין - נאכנישט געווארענער - שותף, די ביזדערווייל איינציגסטער סענטאר פון אילינוי "דיק דארבען" זאגט אז עס וועט נאך מעגליך נעמען עטליכע וואכן, וויבאלד עס ברויך געטוען ווערן מיט קאפ און מוח און מ'טאר נישט טוען קיין גע'איילטע שריט.

לויט ווי עס האט אויסגעקוקט פון זיין נעכטיגער שמועס מיט 'באב שיפער' איז ער נישט אזוי פרייליך מיט דעם אויסוואל און לייגט נישט אריין קיין ספעציעלע כוחות אז דאס זאל דורכגיין, כאטש ער האט זיך אויסגעדריקט אז באריס איז אום שוין א אלטע פריינד.

מיט דעם אלעם קוקט אויס ווי עס וועט יא דורכגיין זינט באריס האט געהאט זיין פרייטליכע שמועס מיט הערי ריעד און ריעד'ס נאכפאלגענדיגער סטעיטמענט אז מ'וועט דאס אויסארבייטן דאס בעסטע וואס מ'קען.

אבער... מ'קען נאך אלץ נישט וויסן..

מאנטאג ינואר 12, 2009 2:17 pm

צייטליך, איך האב נעכטן געהערט דעם קאך-לעפל, זאגט ער אז די פראגע איז נאר "ווען" דער שווארצער זייף וועט באשטעטיגט ווערן.

מאנטאג ינואר 12, 2009 11:03 pm

כ'מיין מ'קען שוין טוישן ס'קעפל....

אוי האט בלאגאיאוויטש געמאכט א דשאב מיט די חברה......

מאנטאג ינואר 12, 2009 11:20 pm

יא יא, די עף בי איי זענען באגאנגען א נארישקייט מיט די גאנצע סקאנדאל, סקוקט אויס אז זיי האבן נישט געוואוסט מיט וועמען זיי האנדלען דא,
ווייל די גאנצע וואס מען האט שוין אזוי פרי ארויסגעגעבן די גאנצע אויספארשונג איז נאר כדי צו שטערן בלאגויעוויטשן פון שטעלן א סענעטאר, ווארום בדרך כלל וועלן זיי ווארטן ביז דער מענטש האט שוין אפגעטון די עברות אויף אזא אופן אז סאיז שוין דא קלארע באווייזן,
און יעצט זענען זיי געבליבן קרח מכאן ומכאן, ווארום קיין גרויסע עווידענטס איז נישטא.

וואס זאל איך זאגן דער בלאגויעוויטש איז וואס ווען וואו א חברה'מאן..

מאנטאג ינואר 12, 2009 11:44 pm

די רעפובליקאנער האבן נישט געקענט בעטן אויף עפעס בעסערס ווי דעם. זיי האבן נישט געדארפט לייגען די הענט אין קאלט וואסער, די דעמאקראטן האבן אלעס צוגעשטעלט פון אנפאנג ביזן סוף. די רעפובליקאנער האבן נאר געדארפט שטיין אין די זייט און זיך האלטן טאקע ביי די זייטן.

די דעמאקראטן האבן צוגעשטעלט אזא צירקוס, און די רעפובלי'אנער האבן גערן געוואוטש'ט בחנם! אזויפיל מאל אין איין וואך זיך אליין אריינצולייגען די פוס אין מויל?! אנביליוועבל!

נישט נאר דאס, יעצט מיט דעם שווארצן בורריס אין אמט האלטן די רעפובלי'אנער (און טייל דעמאקראטן) אז אין 2010 האבן די רעפובליקאנער דעם אילינאי'ס סענאט זיץ!!!

אוי!! א סומאטאכע............

מאנטאג ינואר 12, 2009 11:49 pm

וואס איז עס אזא חידוש?

דינסטאג ינואר 13, 2009 12:19 am

כאפ איך נישט וואס דו פרעגסט.

דינסטאג ינואר 13, 2009 1:14 am

פלאפי, מיז נישט זיין, ווענד זיך וואספארא סענעטאר ער וועט זיין. און וואספארא פרעזידענט אבאמא וועט זיין.

דאס איז זיכער אז די דעמאקראטן האבן געטוען קליג מיטן אוועקלייגן די פייט און דורך געלאזט די נאמינאציע און באריס וועט ווערן דער קומענדיגער סענעטאר פון אילינוי, נאר א פייט האט נאך יעצט אויסגעפעלט.. איך רעדט שוין נישט פון די פאקט אז מ'האט מער גערעדט די לעצטע צוויי וואכן פון ראלענד באריס ווי באראק אבאמא..

דינסטאג ינואר 13, 2009 1:26 am

צייטליך, עס קען זיין אז די דעמאקראטן האבן געהאנדלט פאליטיש זייער גוט לטובתם, אבער די מזל האט נישט אזוי געשפילט צו זיי, דהיינו דער בלאגויעוויטש מעשה ברענגט זיי נאר צרות, ווייל משטיינס קוקט נישט אויס אז דער באריס זאל זיין עפעס טויגליך, און בלאגויעוויטש האט דעך עס געטון נאר וועגן דעם שטיקל, נו איז וואס קען מען שוין ערווארטן פון אזא סענעטער.

פלאפי איך מיין צו פרעגן צו סאיז דא א ספעציפישער חידוש אויף די סענאט זיץ פון אילינאוי וואס אזוי ווייזט אויס אביסל פון דיינע ווערטער.

דאנערשטאג יולי 09, 2009 6:19 pm

באריס וועט מארגן מעלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר אן אייגענע 6 יעריגע טערמין, ווארשיינליך צוליב מאנגל אין קאמפיין געלטער.

דאנערשטאג יולי 09, 2009 6:22 pm

לכאורה א שטארק געווינס פאר די דעמאקראטן, ניין?

איך גלייב אז די דעמאקראטן וואלטן געקענט באשטיין צו הערן דעם זעלבן מעלדונג פון אונזער (וויזוי גייט עס נאר?) פעטער-חמור-סאן.

דאנערשטאג יולי 09, 2009 6:25 pm

דאס איז נישט קיין געווינס פאר קיינעם, ער איז א דעמאקראטישער סענאטאר וואס וואלט מעגליך פארלוירן די פריימערי פארמעסט צו א שטארקערן קעגנער (מעגליך דער קאנגרעסמאן דזשעסי דזשעקסאן דזשוניער).

דאנערשטאג יולי 09, 2009 6:38 pm

מיין מיינונג איז, אז א פריימערי איז בעצם נישט אזא געפערליכער פראבלעם פאר א פארטיי (און טיילמאל אפילו א טובה, לויט מיין מיינונג). אבער א פריימערי קעגן אן אמטירנדער פאליטישאן איז ס'ערגסטע וואס קען נאר זיין צוטרעטענדיג צו די אלגעמיינע וואלן.
שרייב א תגובה

Advertisement