בלאט 1 פון 512

ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 19, 2008 9:30 am
דורך קענסט מיך?
עס ווערט ערווארטעט היינט אין מאנסי קרית יואל געגענט אזויפיל ווי א פוס שניי, און ארום 3-6 אינטשעס אין נוי יארק סיטי.

אכטונג! פארט איר אויף שבת קיין אפסטעיט אדער פון אפסטעיט צו די סיטי, נעמט אין אכט די שווערע וועטער און לאזט אייך ארויס באצייטענס! איר ווילט אוודאי נישט פראווען דעם שבת אונטערוועגענס ח"ו.

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 19, 2008 11:47 am
דורך זאנוויל
שוין ב"ה איך פאר נישט אויף שבת פון איין יענטיש צום צווייטן.

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2009 8:08 am
דורך קענסט מיך?
וועטער מומחים ווארענען איבער א געפארפולע ווינטער שטורעם היינט דינסטאג-עשרה בטבת, שפעט נאכמיטאג, ביז מארגן ביינאכט.

שפעט נאכמיטאג וועט אנפאנגען צו שנייען אי"ה, און דערנאך וועט עס אריבערגיין צו שווערע האגל און פארפרוירענע רעגן. אין נוי יארק סיטי ערווארט מען ארום א אינטש שניי, דערנאך א פערטל אינטש אייז, און וועט אריבערגיין צו רעגן מארגן צופרי. ארויפציר ווי אין מאנסי-מאנרא געגענט ערווארט מען צווישן צוויי און פיר אינטשעס שניי, און דערנאך א מאסיווער אייז שטורעם וואס וועט אנזאמלען אויף די עלעקטריק ווייערס און צווייגן פון ביימער איבער א אינטש אייז, און וועט ווארשיינלעך אראפברענגען עלעקטריק ווייערס און ביימער, (זייט געראכטן פאר א קורץ שלוס - חברי הקרעטשמע אין יענע געגענטער וועלן מן הסתם נישט קענען שרייבן קיין תגובות מיט דעסקטאפ קאמפיוטערס) און וועט אנהאלטן אויך מארגן במשך'ן טאג, און דערנאך צוריק טוישן צו שניי מארגן נאכט מיט נאך א פרישער אינטש שניי.

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2009 10:00 am
דורך אלף בית
יישר כח קענסטמי!
פארוואס איז נישט דער אשכול אין היימישע קרעטשמע?
אדער ביי אידישע און וועלטליכע נייעס?

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2009 10:09 am
דורך קענסט מיך?
אלף בית האט געשריבן:יישר כח קענסטמיך!
פארוואס איז נישט דער אשכול אין היימישע קרעטשמע?
אדער ביי אידישע און וועלטליכע נייעס?

מנהלים, אחראים, ביטע פירט אריבער דעם אשכול דארט ווי ער באלאנגט.

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2009 11:23 am
דורך צוביילטער
יישר כח פאר די צייטליכע באריכט.

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2009 11:57 am
דורך אלחנן
קענסט מיך? האט געשריבן:...און דערנאך א מאסיווער אייז שטורעם וואס וועט אנזאמלען אויף די עלעקטריק ווייערס און צווייגן פון ביימער איבער א אינטש אייז, און וועט ווארשיינלעך אראפברענגען עלעקטריק ווייערס און ביימער, (זייט געראכטן פאר א קורץ שלוס - חברי הקרעטשמע אין יענע געגענטער וועלן מן הסתם נישט קענען שרייבן קיין תגובות מיט דעסקטאפ קאמפיוטערס) און וועט אנהאלטן אויך מארגן במשך'ן טאג, און דערנאך צוריק טוישן צו שניי מארגן נאכט מיט נאך א פרישער אינטש שניי.

איך האב ב"ה געקויפט א 'בעיקאפ פאעיר' און פאל פון א בלעיק אוט, האביך מיין קאמפיוטער פאר א קנאפע שעה..

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2009 12:26 pm
דורך צוביילטער
הייסט עס אז ניטל וועט מען מעגליך נישט קענען גיין אין קרעטשמע? ס'דאך א הימל געשריי, וואס טוט מען?

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2009 1:06 pm
דורך קענסט מיך?
אלף בית האט געשריבן:יישר כח קענסטמי!
פארוואס איז נישט דער אשכול אין היימישע קרעטשמע?
אדער ביי אידישע און וועלטליכע נייעס?

שוין פאראכטן ב"ה, יישר כח

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2009 2:11 pm
דורך אלף בית

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2009 2:21 pm
דורך קענסט מיך?
אין נוי יארק סיטי הייבט שוין אן צו האגלען געמישט מיט שניי...

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2009 11:07 pm
דורך קענסט מיך?
וועט אזוי אויסקוקן מארגן אין די נוי יארקער אומגעגענט?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 7:15 am
דורך קענסט מיך?
מיר ווילן דא קלאר שטעלן פארן גאנצן עולם, אז מיר טוען דא בלויז באריכטן וואס די וועטער מומחים זאגן פאר: "געדענקט"! דער בורא כל עולמים איז א משנה את העתים ומחליף את הזמנים און קיינער זאל נישט אננעמען די באריכטן פאר א תורה שלימה! דער ציל פון די באריכטן איז בלויז אז מען זאל נעמען אין באטראכט אז ס'איז דא א מעגליכקייט פאר שווערע וועטער און מען זאל זיין געראכטן דערויף, און אז ס'קומט נישט אן, איז דאך זיכער גוט.

====== * * * ======

וביום השבת שניי...

וועטער מומחים ווארענען איבער א שניי שטורעם דעם שבת קודש, וואס וועט זיך אנהייבן שבת קודש גאנץ פרי, ביז מוצאי שבת קודש אינמיטן די נאכט, עס ווערט ערווארטעט ארום 6 אינטשעס שניי אין דעם דרום טייל פון נוי אינגלאנד, אריינגערעכענט נוי יארק סיטי והגלילות. געוויסע געגענטער קענען באקומען ביז 8 אינטשעס שניי אדער מער.

(פארזעצונג קומט אי"ה ווען עס וועט זיין פרישע אפדעיטס)

געשריבן: פרייטאג ינואר 09, 2009 8:45 am
דורך קענסט מיך?
פרישע אפדעיט:
דער שטורעם וועט זיך אנהייבן מארגן שב"ק צופרי און וועט אנהאלטן פאר במשך גאנץ שבת קודש, און אריינציען אין מוצאי שבת קודש, ביז אין די גאר פריע פארטאגס שטונדן, אין נוי יארק סיטי ווערט ערווארטעט ארום 8-4 אינטשעס שניי, און ארום 10-5 אינטשעס אין די סובערס.

געשריבן: פרייטאג ינואר 09, 2009 9:41 am
דורך אלף בית
קענסט מיר, קענסט מיר אפשר אנגעבן א מקור ווי סווערט געברענגט דיין לעצטע אפדעיט?
NOAA שרייב בלויז 1-3 אינטשעס אנגעהויסן שבת שפעט נאכמיטאג.

געשריבן: מוצ"ש ינואר 10, 2009 7:21 pm
דורך קרעמער
עס האט זיך אנגעהויבן אין ברוקלין שבת נאכמיטאג, איך שאץ אז עס האלט ניטאמאל ביי איין אינטש.

געשריבן: מוצ"ש ינואר 10, 2009 8:52 pm
דורך קענסט מיך?
פרישע אפדעיט:
די חברה האבן שוין צוריקגעצויגן: יעצט זאגן זיי בלויז 3-1 אינטשעס אין נוי יארק סיטי, און ס'וועט שפעטער אריבערגיין צו האגל און פארפרוירענע רעגן.

אין אפסטעיט ערווארט מען 6-3 אינטשעס.

געשריבן: מוצ"ש ינואר 10, 2009 8:57 pm
דורך איך_הער
ביינונז האטצעכעס אנגעהויבן ארום עלעוו דרייסיג, און ס'שנייט און ס'הערט אויף, אזוי שוין אפאר מאל, יעצט כרגע, (פאר איך בין אריין אין אפיס) האט געשנייט אזוי ווי ס'ברויך צו זיין.

געשריבן: מאנטאג ינואר 12, 2009 5:28 am
דורך קענסט מיך?

געשריבן: מאנטאג ינואר 12, 2009 11:23 am
דורך צייטליך
כרגע איז ביטער קאלט. קיין אנדערע וועטער באריכט האב איך נישט.

געשריבן: מאנטאג ינואר 12, 2009 2:22 pm
דורך צוביילטער
יישר כח קענסט מיך פאר דיינע אלע באריכטן.
איך האב שוין לאנג צוריק געהערט אז די ווייסע טויבן ווייסן פון פראנויס אז ס'קומט א שניי, יעצט זעה איך עס בחוש...

געשריבן: דינסטאג ינואר 13, 2009 12:59 pm
דורך אלף בית
קענסט מיך שלאפט?
ס'הייסט? מ'זאגט פאר א שניי אויף דאנערשטאג.

געשריבן: דינסטאג ינואר 13, 2009 1:04 pm
דורך קענסט מיך?
ס'קומט נישט קיין ערענסטע שניי, סוי ס'איז נישטא וואס צו באריכטן...

אפשר וועט זיין א אינטש אדער צוויי, צו אפילו דריי, אבער נישט קיין ערענסטע זאכן... דער עיקר וועט זיין די פראסט נאכדעם.

געשריבן: מיטוואך ינואר 14, 2009 1:33 pm
דורך אלף בית
מרישט זיך אויף א שטיקל שניי, היינט נאכט און מארגן אינדערפרי, בערך 2-3 אינטשעס
שבת איז אויך מעגליך שניי.

געשריבן: מיטוואך ינואר 14, 2009 1:38 pm
דורך ראמני 08
אין וועלכע שטאט?