בלאט 4 פון 821

געשריבן: מיטוואך פעברואר 10, 2010 3:18 pm
דורך יודל מענדלזאהן
א דאנק די שניי-בליזערד זענען שולעס און רעגירונג אגענטורן געווען פארשלאסן די לעצטע טאג-צוויי.

עטליכע צפון-מזרח שטעט זענען שטיין-געבליבן ווען די שווערע שנייען און שטארקע ווינטן האבן געשאפן שווערע אומשטענדן אויף די גאסן.

אין באלטימאר האט די סיטי פארארדענט אלע אויטאס אראפ פון גאס, אויסער עמערדזשענסי אויטאס. פענסעלוועניע האט צוגעשפארט עטליכע אינטערסטעיט הייוועיס און ניו דזשערסי האט דערקלערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי אין מערערע קאונטיס.

רעגירונג אפיסעס אין וואשינגטאן זענען געווען געשפארט מיטוואך צום דריטן טאג נאכאנאנד, פאר די פרייז פון $100 מיליאן אין פארלוירענע פראדוקטיוויטעט פער טאג.

דער פרעזידענט האט געהאט בלויז איין זאך אויף זיין פאבליק אגענדע. ער האט זיך געטראפן מיט אמעריקאנע שווארצע פירער איבערצושמועסן דזשאבס און די עקאנאמיע.

די אמעריקאנע סענאט האט געמאלדן אז די פארהערן אויף "גלאבעל ווארמינג אימפעקט אין די פאראייניגטע שטאַטן", וועט אפגעשטופט ווערן צוליב די שווערע וועטערס. סענאט מאיאריטעט פירער ריעד זאגט אז די סענאט וועט נישט זיין אין סעסיע מיטוואך, אבער וועט צוריק אנהויבן ארבעטן דאנערשטאג.

קאנגרעס האט אנולירט אפשטימונגען פאר די וואך, און אפגערופן אלע פארהערן. אלע פלי-רייזעס אריין און ארויס פון וואשינגטאן'ס צוויי הויפט לופט-פעלדער זענען גע'קענסעל'ט געווארן.

--

געשריבן: מיטוואך פעברואר 10, 2010 3:22 pm
דורך יודל מענדלזאהן
אין נ.י. סיטי האט מען ערווארטעט א פארערגערונג אין די וועטער מיטוואך פארנאכטס. די פארנומענע מעטרא-נארט ליניע צווישן ניו יארק און קאנעטיקוט זאגט אז עס זענען געווען 40 פראצענט ווייניגער רייזענדע ווי אין א געווענליכע מיטוואך אינדערפרי.

די נ.י. סטאק עקסטשעינדזש און די נאסדאק האט געזאגט אז זיי פלאנען אנצוגיין ווי געווענליך און האבן סטאנציאנירט וויכטיגע באאמטע אין לאקאלע האטעלן. דזשעי.פי. מארגען טשעיס האט אנגעגרייט בעטן אין אירע נ.י. אפיסעס פאר ארבעטער וואס האבן נישט געקענט אהיימפארן.

brooklyn bridge snow.jpg
brooklyn bridge snow.jpg (90.9 KiB) געזען 13765 מאל


מעיאר בלומבערג האט געזאגט אז די שטורעם וועט ווארשיינליך קאסטן פאר שטייערצאלער $1 מיליאן פער אינטש שניי.

דער מעיאר וועט איצט דארפן איבערקלערן זיין קאמפיין קעגן סאדיום, כאטש אויף די וואך, צוליב די ריזיגע קוואנטום'ס זאלץ וואס ווערן אויסגעווארפן אויף אלע גאסן פון די סיטי.

די סטעיט דעפארטמענט אוו טרענספארטעישאן זאגט אז זיי האבן גרייט 75,000 טאנען זאלץ. די דעפארטמענט זאגט אז זיי האבן שוין מאנטאג אנגעהויבן אנגרייטן די גאסן מיט א ספעציעלע פליסיגקייט צו העלפן צולאזן די שניי.

די שטאטישע סאניטעישאן האט גרייט 4,000 ארבעטער צו באקעמפן די שניי אויף די גאסן און שניי-פוצער וועלן ארבעטן איבערנאכט אפצופוצן די ערווארטעט 'ביז 18 אינטשענס שניי'.

NYC snow plow.jpg

געשריבן: מיטוואך פעברואר 10, 2010 6:38 pm
דורך קרעמער
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:דער מעיאר וועט איצט דארפן איבערקלערן זיין קאמפיין קעגן סאדיום, כאטש אויף די וואך, צוליב די ריזיגע קוואנטום'ס זאלץ וואס ווערן אויסגעווארפן אויף אלע גאסן פון די סיטי.



במושכל ראשון האט זיך מיר געדוכטן אז עס שטייט סאדיזם, און איך האב דאס אויסגעטייטשט אויף די סוספענדירטע אלטערנעיט סייד פארקינג און די מאנגל פון סאדיסטישע טיקעטס.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 23, 2010 1:29 pm
דורך אלף בית
משה קאפויער האט געשריבן:ונזכה ונחיה ונראה...

בעסער געזאגט ונזכה ונחיה ולא נראה

געשריבן: דינסטאג פעברואר 23, 2010 1:43 pm
דורך bobke
Capture15_15_17.jpg
Capture15_15_17.jpg (44.63 KiB) געזען 13246 מאל

געשריבן: מיטוואך פעברואר 24, 2010 12:56 pm
דורך תרנגול
אדון קאפויער, איך מיין אז מיר וועלן אלע גוט געדענקען דעם שנת ‏‏תמיד עם שמייכל לפ"ק.....

געשריבן: מיטוואך פעברואר 24, 2010 1:39 pm
דורך וויכטיג מאכער
אקעי... די וועטער פון היינט ביז פורים גייט זיין ווארעם, א שטיקל זון, גאר אנגענעם...

ס'קען אויך זיין אז ס'וועט נישט זיין אזוי, אבער לכוראה...

אבער פורים אליין, גייט זיין די בעסטע וועטער פאסיבל...

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 25, 2010 6:30 pm
דורך וויכטיג מאכער
חאחאחאחאחא משה, דו מיינסט וועסט האבן א נצחון אין מיר ווייל ס'שנייט? איך זאג דיר די שניי וועט נישט אנהאלטן לענגער וואו פון תענית אסתר ביז פורים!!!

געשריבן: פרייטאג פעברואר 26, 2010 5:15 am
דורך cano
ויהי אחרי השניי הפענטליך, אויף די גאסן אין קרית יואל איז דא בערך צווישן 24 און 30 אינטשעס שניי.

איר קענט די קליינע קינדער שאוולעך? די פלעסטוגע אראנדזשע? ווען מען שטעקט עס אריין אינעם שניי גרייכט נישט עס נישט די פלאר, אדרבה פראבירט אליין, רוב קארס זעען זיך ניטאמאל אן מען זעט וואו די שניי ווערט א בארג קען מען זיך פארשטעלן אז דערינטער איז באגראבן א קאר, די מיניווענס זעט מען שוין יא קלאר אן.

א קיצור ווען איינער וועט דיר זאגן עס אינטערעסירט מיך ווי די פאריעריגע שניי זאלסטו ווייסען פון וואס ער רעדט, זאלסט אליין פארשטיין אז עס גייט אים בנפשו.

געשריבן: פרייטאג פעברואר 26, 2010 8:33 am
דורך מבין נומ 1
די מצב אין קרית יואל (כ'גערעדט מיט מיין ברודער) איז אנבעליעוועבל
ער זאגט ער דענקט נישט אזא שניי אין זיין 35 יעריגע לעבן!
ממש פאראליזירט
וואו גייען זיי האבן וויין אויף פורים? די קארס פארן דאך נישט
ס'האלט אויף געוויסע פלעצער (נאך וואס די ווינט בלאזט אראפ פון די דעכער די שניי) ביי איבער דריי אהאלב פוס!

געשריבן: פרייטאג פעברואר 26, 2010 11:34 am
דורך חושים בן דן
אויב איינער קען, ביטע ארויפלייגן בילדער פון די שניי אין ק"י ייש"כ

געשריבן: פרייטאג פעברואר 26, 2010 3:01 pm
דורך וויכטיג מאכער
נו!!! וואסאבעך געזאגט? די זון שיינט א מעחייע!!!

געשריבן: פרייטאג פעברואר 26, 2010 3:17 pm
דורך וויינשטאק
דא אין ארזשעטינא איז זייער אנגענעם די דעגרי, אביסל סע רענגנט, היינט איז עס 75 די וועטער נעכטן עס איז געווען אביסל ביליגער

געשריבן: מוצ"ש פעברואר 27, 2010 6:50 pm
דורך חושים בן דן
דו מיינסט צו זטגן די וועטער איז זייער 'אנגענומען'. דו קענסט נישט רעדן. וויינשטאק.

געשריבן: מאנטאג מארטש 01, 2010 11:32 am
דורך חושים בן דן

געשריבן: מאנטאג מארטש 01, 2010 2:10 pm
דורך 1x1
יעצט נאכן גרויסע שניי שטורעם גיט נאר א קוק וואס על גאור האט צוזאגן...
New York, NY - Al Gore: Record-Breaking Snow is Due to Global Warming

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2010 12:30 pm
דורך קהת
אינטערסאנט אז קיינער האט נאכנישט געשריבען אדער אויפגעמאכט א אשכול וועגן די שטארקע שטארעם וואס סאיז ערווארטעט מארגען פרייטאג און ניו יארק.

זיי זאגען אז די ווינטען קען זיין פרייטאג נאכמיטאג אזוי שטארק ווי 145 מייל א שעה מען האט שוין אנגעגרייט שעלטערס אויב סעגעשעט פלאדס.

דיטעילס טו פאלאו...

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2010 1:28 pm
דורך סתם_אזוי
אבער איך האב געהערט אז צום סוף וועט די שטורעם נישט גיין דורך ניו יארק סיטי.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2010 1:30 pm
דורך דארפסמאן
קודם איז די היץ זיכער אונגעקומען

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 16, 2010 5:37 pm
דורך דער קוטשער
טארנעדא ווארענוג פאר ברוקלין ביז 6:00, זיי טעהנ'ן אז זיי זעהן עס אין די לופט...

Issued by The National Weather Service
New York City, NY
5:31 pm EDT, Thu., Sep. 16, 2010

... A TORNADO WARNING REMAINS IN EFFECT UNTIL 600 PM EDT FOR KINGS (BROOKLYN) COUNTY...

AT 529 PM EDT... NATIONAL WEATHER SERVICE DOPPLER RADAR CONTINUED TO INDICATE A TORNADO. THIS TORNADO WAS LOCATED NEAR PARK SLOPE... OR NEAR VERRAZANO-NARROWS BRIDGE... MOVING EAST AT 30 MPH.

OTHER LOCATIONS IN THE WARNING INCLUDE BUT ARE NOT LIMITED TO BROOKLYN HEIGHTS

PRECAUTIONARY/PREPAREDNESS ACTIONS...

WHEN A TORNADO WARNING IS ISSUED BASED ON DOPPLER RADAR... IT MEANS THAT STRONG ROTATION HAS BEEN DETECTED IN THE STORM. A TORNADO MAY ALREADY BE ON THE GROUND... OR IS EXPECTED TO DEVELOP SHORTLY. IF YOU ARE IN THE PATH OF THIS DANGEROUS STORM... MOVE INDOORS AND TO THE LOWEST LEVEL OF THE BUILDING. STAY AWAY FROM WINDOWS. IF DRIVING... DO NOT SEEK SHELTER UNDER A HIGHWAY OVERPASS.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 16, 2010 5:40 pm
דורך קהת
א מעידזער רעיגען... ממילא די מענטשן וואס שלאגען כפרון ווערן דורך געווייקט אבער די כפרות זיי גייען דאך ל"ע שטינקען

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 16, 2010 5:44 pm
דורך וויכטיג מאכער
שטיקער אייז געווען אין די רעגן.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 16, 2010 5:59 pm
דורך דער קוטשער
קעאאס אין ברוקלין אין קווינס, ווי עס זעהט אויס אז א טארנעדא האט נארוואס אדורך געריסן,

עס איז דא איבערגעדרייטע טרעילער'ס אויפ'ן געוואנעס עקספרעסוועי, מיט קאר'ס דערונטער, ווי עס זעהט אויס זענען די מענטשן געראטעוועט און אינדרויסן,

די LIE ווערט יעצט אפגעשלאסן צוליב אן א שיעור ביימער אראפגעפאלן אויף די ראוד.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 16, 2010 6:13 pm
דורך צום זאך
נאך אפאר מינוט קען מען זאגן תשליך אויף ליע עוועניא, כאפטס אריין!

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 16, 2010 7:13 pm
דורך קראצער
פאר בילדער פונעם טראנעידא טשעק אוט http://www.nybuff.org/