באריכטן און אנאליזן
דאנערשטאג פבואר 05, 2015 8:12 pm
אין קרית יואל איז 12 דיגרי
Advertisement
דאנערשטאג פבואר 05, 2015 8:17 pm
שוין 10
דאנערשטאג פבואר 05, 2015 9:16 pm
דארפסמאן האט געשריבן:מזל טוב ק.נ.א. אסאך יודיש נחת געזינטערהייט מיט און פון די גאנצע משפחה
דאנערשטאג פבואר 05, 2015 9:26 pm
פרוביר אויך האט געשריבן:דארפסמאן האט געשריבן:מזל טוב ק.נ.א. אסאך יודיש נחת געזינטערהייט מיט און פון די גאנצע משפחה
דיין ניק מיט דיין תגובה שטימט דאך אייזן...
דאנערשטאג פבואר 05, 2015 10:28 pm
איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:פרוביר אויך האט געשריבן:דארפסמאן האט געשריבן:מזל טוב ק.נ.א. אסאך יודיש נחת געזינטערהייט מיט און פון די גאנצע משפחה
דיין ניק מיט דיין תגובה שטימט דאך אייזן...
?????
דאנערשטאג פבואר 05, 2015 10:34 pm
טאטלע האט געשריבן:איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:פרוביר אויך האט געשריבן:דארפסמאן האט געשריבן:מזל טוב ק.נ.א. אסאך יודיש נחת געזינטערהייט מיט און פון די גאנצע משפחה
דיין ניק מיט דיין תגובה שטימט דאך אייזן...
?????
פרוביר דו אויכעט.. קע''ה די וואנטשעריי דא
נאר אויף שמחות
פרייטאג פבואר 06, 2015 1:22 am
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
דערנאך קומט ברוטאלע קעלט דאנערשטאג נאכט און פרייטאג (מעגליך די קעלטסטע טעג פון דעם ווינטער)
אין קרית יואל איז יעצט 2 דיגרי מיט זייער א שטאקע ווינט
פרייטאג פבואר 06, 2015 5:09 am
אין מאנסי איז יעצט 6 דעגרי
פרייטאג פבואר 06, 2015 7:16 am
דערווייל זעהט אויס אז ס'וועט זיין בעיקר א אפסטעיט נוי יארק שניי שטורעם, און נוי יארק סיטי וועט האבן מער א מיקס פון רעגן שניי און אייז.
ס'קען זיך שוין מעגליך אנהייבן מארגן אלס א גאר לייכטע שניי אין די אפסטעיט געגענטער - בעיקר אין די נאכמיטאג שעות, אבער די עיקר חלק פון די שניי זעהט אויס וועט זיין זונטאג נאכט און מאנטאג.
פונקטליך וויפיל שניי ס'וועט פאלן איז נאך אלס אומקלאר, און אזוי אויך איז נאך אלס דא די מעגליכקייט אז נוי יארק סיטי קען יא באקומען מער שניי, דאס וועט מען זעהן פונקטליכער נאך שבת.
פרייטאג פבואר 06, 2015 8:33 am
יישר כח פארן זיך אנשטרענגען אונז צו האלטן אפדעיטעד מיט די וועטער, אזוי ווייס איך כאטשיג צו אויב קען מען שוין אויסטון די קאלאטשן, זאל דיר משנה עתים ומחליף את הזמנים בענטשן מיט אלע ברכות, און זאלסט זעהן אזאך נחת פון דיין ניי געבוירן קינד למזל טוב, און פון אלע אנדערע.
פרייטאג פבואר 06, 2015 1:39 pm
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:פונקטליך וויפיל שניי ס'וועט פאלן איז נאך אלס אומקלאר, און אזוי אויך איז נאך אלס דא די מעגליכקייט אז נוי יארק סיטי קען יא באקומען מער שניי, דאס וועט מען זעהן פונקטליכער נאך שבת.
פרישע אפדעיט: די לעצטערע מאדלס זענען אריינגעקומען צוריק קעלטער פאר נוי יארק סיטי, דאס מיינט מער אייז און שניי ספעציעל זונטאג נאכט און מאנטאג, מער פרטים אי"ה נאך שבת.
פרייטאג פבואר 06, 2015 1:52 pm
א שיינע זאך פון די שניי
לכבוד דעם קידוש פון זייער באליבטן חבר מורינו ר' קנ"א, העט זיך די שניי באטייליגן ביים קידוש אי"ה
למזל טוב!!
פרייטאג פבואר 06, 2015 2:19 pm
מזל טוב קנ"א
וואו קען איך פערזענליך וואונטשן? וואו איז דער קידוש?
פרייטאג פבואר 06, 2015 2:20 pm
נא גלוי !!!!!!!!!!!!!!!!!!!
פרייטאג פבואר 06, 2015 2:40 pm
טאטלע האט געשריבן:נא גלוי !!!!!!!!!!!!!!!!!!!
גילוי האט מען מורא ווען משרייבט קריגערייען און קאנטערווערשעל זאכן וויל מען נישט האבן בזיונית פון דעם און יענעם, אבער אזא גוטע פאסעטיווע ארבייט פון וועם דארף ער זיך שעמען, פונקט ווי דער וואס גיבט אינטערוויאס אויף קול מבשר שעהמט זיך נישט מיט זיין קול.
דעריבער איז קנ"א מכובד צו איינליידענען דעם ציבור צום קידוש.
פרייטאג פבואר 06, 2015 2:49 pm
די זאגסט דאך געוואלדיק,
זאג ווער די ביסט געוואלדיק
פרייטאג פבואר 06, 2015 3:46 pm
מורי ורבותי! ק.נ.א. איז טאקע פארנומען מיטן קידוש. אבער די וועטער איז נאכנישט געקענסעלט. עס הייסט דערווייל גאר א שווערע וועטער בעיקר פון זונטאג נאכט ביז מאנטאג נאכט. ווי ס'וועט פאלן א נאסע שניי מיט אייז. אסאך פלי רייזעס זענען שוין אפגערופן געווארן
אויב ווייסטו פון איינעם וואס דארף ארויספליען זונטאג נאכט אדער מאנטאג במשכ'ן טאג, זאל אריינרופן זיין ערליין אין טוישן דעם טיקעט.
שבת פבואר 07, 2015 8:39 pm
Any updates?
שבת פבואר 07, 2015 8:42 pm
אט אזוי האט געשריבן:Any updates?
Nothing major
שבת פבואר 07, 2015 9:24 pm
דהיינו? א טויש אין די פאראויסשאצונג?
אגב, די וועטער יעצט איז ב''ה זייער מילד און אנגענעם. לאמיר האפן אז עס בלייבט שוין ביי דעם.
שבת פבואר 07, 2015 10:42 pm
א גוטע וואך אידן!
נוי יארק סיטי קען האבן א ערענסטע אייז שטורעם ווי ס'זעהט יעצט אויס, און אין אפסטעיט וועט ווי מער ארויפציר זיין מער שניי.
ווי ס'האלט יעצט וועט די עיקר שניי און אייז זיין צווישן מארגן ביינאכט און מאנטאג ביינאכט, נוי יארק סיטי קען באקומען ארום א פערטל אינטש אייז און מעגליך אפילו מער אין צוגאב צו עטליכע אינטשעס שניי. מאנסי קען אויך האבן ארום א פערטל אינטש אייז, אבער מיט עטליכע אינטשעס מער שניי ווי די סיטי. און אין קרית יואל קען זיין איבער א האלבע פיס שניי און מעגליך אפילו איבער 8 צו 9 אינטשעס, אין צוגאב צו ארום 0.10 פון א אינטש אייז.
די שטורעם קען זיך שוין אנהייבן מארגן דורכאויס די טאג, ס'קען זיך מעגליך אנהייבן מיט פלעין רעגן אין די סיטי אבער ס'וועט אריבערגיין צו אייז און שניי מארגן ביינאכט, און אין אפסטעיט וועט עס גלייך אנהייבן מיט שניי און אייז.
נ.ב. דאס איז נאך נישט קיין פיינעל פארקעסט, זאכן קענען זיך נאך אלס טוישן.
לגבי קעלט; מאדלס ווייזן מער און מער אז די היי יעריגע ווינטער איז ביז יעצט געווען "ווארעם" קעגן די ברוטאלע פרעסטן וואס ס'קומט מעגליך.
אויב מיינט איר אז די שווערסטע קעלטן פונעם ווינטער איז שוין פאריבער, איז עס ווארשיינליך א טעות... אנגעפאנגען פון דעם סוף וואך אריין אין נעקסטע וואך (צווישן פרייטאג און קומענדיגן זונטאג) קען זיין רעקארד ברעיקינג קאלטע טעמפראטורן אין די טריי סטעיט געגנט (א שטייגער ווי נוי יארק סיטי קען מעגליך האבן "בייטאג" טעמפראטורן אין די "סינגל" נומערן און ביינאכט א שיינע פאר נומערן אונטער 0, און דאס איז אלעס "אן די ווינט"), און מעגליך נאכאמאל שפעטער קומענדיגע וואך.
בעפאר די קעלט-כוואליע קען זיין נאך א שניי ארום דאנערשטאג.
זונטאג פבואר 08, 2015 12:15 am
פרישע מאדלס האלטן ווייטער אן צו ווייזן די גאר ברוטאלע קעלט צווישן פרייטאג און זונטאג, ממש אומגלויבליך צו זעהן די היפש אונטער 0 נומערן וואס די מאדלס ווייזן פאר די נוי יארק סיטי מעטרא עריע.
אזוי אויך די מעגליכע שניי בעפאר די ברוטאלע קעלט - דעם דאנערשטאג - איז אריינגעקומען אין די לעצטע ראן פון די GFS מאדל אלס א שטערקערע שטורעם.
---
לגבי די יעצטיגע שטורעם האלטן די מאדלס ווייטער אן צו ווייזן שווערע אייז און שניי אין די טריי סטעיט געגנט פאר ביז שפעט מאנטאג ביינאכט.
געגענטער אין די נוי אינגלאנד ראיאן וועלכע זענען שוין יעצט באגראבן אונטער טיפע שנייען פון די לעצטע שטורעמעס וועלן נישט אזוי שנעל פטור ווערן דערפון.
א שטייגער ווי באסטאן מעסעדזשיוסעטס וועלכע האט שוין באקומען דעם ווינטער איבער 54 אינטשעס שניי - כמעט די גאנצע דערפון אין די לעצטע 2 צו 3 וואכן - קען באקומען פון די יעצטיגע שטורעם א פרישע פיס שניי און מעגליך ביז 2 פיס, און מעגליך נאכאמאל די זעלבע אמאונטס דעם דאנערשטאג אריין אין פרייטאג. ד.ה. א פרישע 2 ביז 4 פיס שניי די וואך אליין...
ווערנדיג נאכגעפאלגט מיט וויייטערדיגע ברוטאלע פרעסטן, מיינט דאס אז ס'וועט זיך נישט אזוי שנעל צולאזן, און דערווייל וואקסן די שניי בערג דארט העכער און העכער.
זונטאג פבואר 08, 2015 12:45 am
ווי ווייט אויפן האריזאנט זעהט מען פאר שוין אביסעלע ווארימע וועטערס?
זונטאג פבואר 08, 2015 12:46 am
עקבי הצאן האט געשריבן:ווי ווייט אויפן האריזאנט זעהט מען פאר שוין אביסעלע ווארימע וועטערס?
דערווייל זעהט מען נישט פאר קיין שום ווארעמע וועטער'ס אויפן האריזאנט... מ'איז יעצט אינמיטן טיפסטן ווינטער.
זונטאג פבואר 08, 2015 12:48 am
מ'האלט מיר באלד פורים, אין א יאהר נאך אן עיבור.