בלאט 292 פון 336

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 10:33 pm
דורך ניקעל
טאטלע האט געשריבן:עס איז שרעקליך קאלטטטט ביז ווען גייט זיין אזוי

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ווילאנג דער אייבערשטער וויל.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 10:58 pm
דורך יענקל פאטאש
עס שטעלט זיך יעצט א מנין קידוש לבנה (מאנסי)

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 10:59 pm
דורך ויתן לך
שלום עליכם, עליכם שלום

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 11:29 pm
דורך לכאורה
יענקל פאטאש האט געשריבן:עס שטעלט זיך יעצט א מנין קידוש לבנה (מאנסי)

איך וויל מיך הערצליך באדאנקן פאר יענקל פאטאש פאר די פריידיגע מעלדונג, דו ווייסט נישט וואס דו האסט געטוהן מיט מיר. שוין איבער 2 וואכן וואס איך זיץ אין שטוב מיט א צובראכענע פוס, דאס איינציגסטע מאל איך בין ארויס איז געווען אויף א דאקטערס באזוך. שוין א וואך צייט וואס איך ווארט צו קענען מאכן קידוש לבנה, אבער די וואלקענעס באדעקן דעם הימל כסדר, און ווען נישט - האב איך פונקט פארגעסן צו קוקן. מארגן איז שוין דער סוף זמן, האב איך שטארק געווארט און געהאפט צו קענען כאפן דעם לבנה. ביים זעהן דיינע ווערטער האב איך צושפאצירט (מיטן וואלקער) צום פענסטער און געזען אז אויך דא אין ברוקלין איז דא א לויטערע הימל מיט שטערנס, דעם לבנה האב איך אבער נישט געזען. האב איך צושפאצירט צום אנדערן עק הויז, און נאכן זיך ארויסבייגן פון פענסטער ראשו ורובו האב איך ב"ה מצליח געווען צו זעהן א הערליך שיינע לבנה. שנעל אנגעטוהן דעם הוט און רעקל און געמאכט קידוש לבנה מיט גרויס שמחה!

'שלום עליכם' האב איך נישט געהאט פאר וועמען צו זאגן, אלזא "שלום עליכם - עליכם שלום, שלום עליכם - עליכם שלום, שלום עליכם - עליכם שלום" פאר די קומענדיגע דריי מגיבים.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 11:39 pm
דורך בוידעם
ווייסט איינער צו אלטערנוט פארקינג איז אין קראפט מארגן דינסטאג?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 11:41 pm
דורך א גולם
Alternate side parking regulations will b suspended Tuesday, Feb 3 for snow removal, all other regulations including meters remain in effect

------
פאר דיר לכוראה, עליכם השלום, ווי אזוי שפירט. איר זיך יעצט?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 11:42 pm
דורך לכאורה
יישר כח ר' גולם, איך שפיר גוט צו קענען האבן געזאגט קידוש לבנה

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 11:44 pm
דורך כרם
לכאורה האט געשריבן:
יענקל פאטאש האט געשריבן:עס שטעלט זיך יעצט א מנין קידוש לבנה (מאנסי)

איך וויל מיך הערצליך באדאנקן פאר יענקל פאטאש פאר די פריידיגע מעלדונג, דו ווייסט נישט וואס דו האסט געטוהן מיט מיר. שוין איבער 2 וואכן וואס איך זיץ אין שטוב מיט א צובראכענע פוס, דאס איינציגסטע מאל איך בין ארויס איז געווען אויף א דאקטערס באזוך. שוין א וואך צייט וואס איך ווארט צו קענען מאכן קידוש לבנה, אבער די וואלקענעס באדעקן דעם הימל כסדר, און ווען נישט - האב איך פונקט פארגעסן צו קוקן. מארגן איז שוין דער סוף זמן, האב איך שטארק געווארט און געהאפט צו קענען כאפן דעם לבנה. ביים זעהן דיינע ווערטער האב איך צושפאצירט (מיטן וואלקער) צום פענסטער און געזען אז אויך דא אין ברוקלין איז דא א לויטערע הימל מיט שטערנס, דעם לבנה האב איך אבער נישט געזען. האב איך צושפאצירט צום אנדערן עק הויז, און נאכן זיך ארויסבייגן פון פענסטער ראשו ורובו האב איך ב"ה מצליח געווען צו זעהן א הערליך שיינע לבנה. שנעל אנגעטוהן דעם הוט און רעקל און געמאכט קידוש לבנה מיט גרויס שמחה!

'שלום עליכם' האב איך נישט געהאט פאר וועמען צו זאגן, אלזא "שלום עליכם - עליכם שלום, שלום עליכם - עליכם שלום, שלום עליכם - עליכם שלום" פאר די קומענדיגע דריי מגיבים.

עליכם שלום
ר' לכוארה א גוטן חודש א געזונטען חודש א פרייליכען חודש

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 11:45 pm
דורך בוידעם
ישר כח גולם.
לכאורה, שלום עליכם.
אגב, ווי פאסיג איז פאר איינעם וואס קומט פון די לבנה צו געבן שלום עליכם פאר א גולם.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 11:47 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
לכאורה האט געשריבן:
יענקל פאטאש האט געשריבן:עס שטעלט זיך יעצט א מנין קידוש לבנה (מאנסי)

איך וויל מיך הערצליך באדאנקן פאר יענקל פאטאש פאר די פריידיגע מעלדונג, דו ווייסט נישט וואס דו האסט געטוהן מיט מיר. שוין איבער 2 וואכן וואס איך זיץ אין שטוב מיט א צובראכענע פוס, דאס איינציגסטע מאל איך בין ארויס איז געווען אויף א דאקטערס באזוך. שוין א וואך צייט וואס איך ווארט צו קענען מאכן קידוש לבנה, אבער די וואלקענעס באדעקן דעם הימל כסדר, און ווען נישט - האב איך פונקט פארגעסן צו קוקן. מארגן איז שוין דער סוף זמן, האב איך שטארק געווארט און געהאפט צו קענען כאפן דעם לבנה. ביים זעהן דיינע ווערטער האב איך צושפאצירט (מיטן וואלקער) צום פענסטער און געזען אז אויך דא אין ברוקלין איז דא א לויטערע הימל מיט שטערנס, דעם לבנה האב איך אבער נישט געזען. האב איך צושפאצירט צום אנדערן עק הויז, און נאכן זיך ארויסבייגן פון פענסטער ראשו ורובו האב איך ב"ה מצליח געווען צו זעהן א הערליך שיינע לבנה. שנעל אנגעטוהן דעם הוט און רעקל און געמאכט קידוש לבנה מיט גרויס שמחה!

'שלום עליכם' האב איך נישט געהאט פאר וועמען צו זאגן, אלזא "שלום עליכם - עליכם שלום, שלום עליכם - עליכם שלום, שלום עליכם - עליכם שלום" פאר די קומענדיגע דריי מגיבים.


וואס טוצעך מיטן כשם שאני רוקד? האסטעך אנייצע געגעבן ?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 12:05 am
דורך טיפיקעל
טובים מאורות שברא אלוקינו..... א גרויסע יישר כח יענקל, א בחור א העלד, ליגענדיג שוין על יציעי האב איך געליינט דיין מודעה, נאכן אינטערזיכען פון די פענסטער זיכענדיג אויב מען קען עס זען פון מיין זייט, האב איך מיר אנגעטון די שמנה בגדים מיטן פעלץ, און ארויס געגאנגען, והנה הירח ואחד עשר כוכבים למעלה, מיט גרויס פרייד האב איך אריין געכאפט און מחדש געווען די לבנה.

א הערצליכען דאנק

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 12:23 am
דורך מיסטעריעז
דערמאן איך מיר, איינער האט פארציילט אמאל אז א איד האט געהערט אינדערפרי ווי איינער וואונטשט "זאלסט זיין געבענטשט און קרישמע געליינט", האט ער זיך דערמאנט אז ער האט נאכנישט געליינט קרי"ש און אזוי געכאפט דעם סוזק"ש...

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 12:25 am
דורך טאטלע
מיסטעריעז האט געשריבן: "זאלסט זיין געבענטשט און קרישמע געליינט", האט ער זיך דערמאנט אז ער האט נאכנישט געליינט קרי"ש און אזוי געכאפט דעם סוזק"ש...

אה גערכט

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 12:29 am
דורך טהור-עיניים
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אויטש...


אוי, און איך האב אלעמאל געמיינט אז א שלעפער טראק קען נישט סטאק ווערן און א שארער טראק קען זיך נישט גליטשן...

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 12:34 am
דורך לכאורה
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
יענקל פאטאש האט געשריבן:עס שטעלט זיך יעצט א מנין קידוש לבנה (מאנסי)

איך וויל מיך הערצליך באדאנקן פאר יענקל פאטאש פאר די פריידיגע מעלדונג, דו ווייסט נישט וואס דו האסט געטוהן מיט מיר. שוין איבער 2 וואכן וואס איך זיץ אין שטוב מיט א צובראכענע פוס, דאס איינציגסטע מאל איך בין ארויס איז געווען אויף א דאקטערס באזוך. שוין א וואך צייט וואס איך ווארט צו קענען מאכן קידוש לבנה, אבער די וואלקענעס באדעקן דעם הימל כסדר, און ווען נישט - האב איך פונקט פארגעסן צו קוקן. מארגן איז שוין דער סוף זמן, האב איך שטארק געווארט און געהאפט צו קענען כאפן דעם לבנה. ביים זעהן דיינע ווערטער האב איך צושפאצירט (מיטן וואלקער) צום פענסטער און געזען אז אויך דא אין ברוקלין איז דא א לויטערע הימל מיט שטערנס, דעם לבנה האב איך אבער נישט געזען. האב איך צושפאצירט צום אנדערן עק הויז, און נאכן זיך ארויסבייגן פון פענסטער ראשו ורובו האב איך ב"ה מצליח געווען צו זעהן א הערליך שיינע לבנה. שנעל אנגעטוהן דעם הוט און רעקל און געמאכט קידוש לבנה מיט גרויס שמחה!

'שלום עליכם' האב איך נישט געהאט פאר וועמען צו זאגן, אלזא "שלום עליכם - עליכם שלום, שלום עליכם - עליכם שלום, שלום עליכם - עליכם שלום" פאר די קומענדיגע דריי מגיבים.


וואס טוצעך מיטן כשם שאני רוקד? האסטעך אנייצע געגעבן ?

מיט די הילף פונעם וואלקער האב איך געקענט זיין א מרקד על תלת... איך האב שוין לאנג נישט אזוי לוסטיג געטאנצן ביי טובים מאורות. ב"ה.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 12:40 am
דורך אריין געטראכט
ישר כח פארן דערמאנען וועגען קידוש לבנה

א קליינע שאלה נאר, מען מעג עס זאגען ביחידות?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 12:42 am
דורך גערעכטער
יא

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 12:44 am
דורך פאטאקי08
עליכם שלום

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 3:41 am
דורך טהור-עיניים
רבותי, ס'איז קאלט. בערך א צען דעגריס. ברררררר

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 8:13 am
דורך ק.נ.א. וועטער
אריין געטראכט האט געשריבן:וואס זאגען די נייע מאדעלס פאר דארנשטאג?
עפעס א ברכה צו מאכען ?

די נייע מאדלס זאגן "דערווייל" אז ס'וועט "נישט" זיין קיין גרויסע שטורעם, ס'קען אבער זיין א לייכטע שניי.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 8:34 am
דורך ק.נ.א. וועטער
די עיקר אויף וואס מ'האלט א מער ערענסטערע אויג, וואס האט די פאטענטשל צו זיין א פיל גרעסערע שטורעם, איז אנהייב קומענדיגע וואך משפטים (ווי געוואונטשן פאר די קינדער).

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 10:18 am
דורך ק.נ.א. וועטער

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 10:25 am
דורך וואס איז
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אזוי ווי אינדערהיים אין יוראפ

א רחמנות אויפ'ן פערדל. הארצלאזיגקייט עס צו לאזן אינדרויסן.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 11:58 pm
דורך שפראך-לאז
וואס זענען די לעצטע באריכטען איבער די קומענדיגען שניי ?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2015 4:03 am
דורך טהור-עיניים
שפראך-לאז האט געשריבן:וואס זענען די לעצטע באריכטען איבער די קומענדיגען שניי ?


וועלקאם שפראך לאז. זעהט אויס אז דער נייער באריכט איז אזוי שרעקעדיג אז דער וועטערמאן איז געווארן שפראך לאז...