בלאט 3 פון 454

געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2009 3:01 pm
דורך פאטאקי08
אויב קענט איר נישט דולדן קיין היץ זאלט איר זעהן אנצישטעלן דעם עיר קאנדישען אויף שבת

די וועטער נביאים זאגען פאר גרויסע היצן אין די קומענדע טעג

געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2009 2:35 pm
דורך געדולד
מיר האבן ב"ה געהאט אנגעצינדן די עיר קאנדישן אויף שבת, האט מען כאשט אריינגעכאפט א שינה בשבת תענוג.

די היץ היינט שפארט פאר אחינו בני ישראל אפאר דאלער, צוליב די היץ גייען היבשע פרויען וויינגער שאפיניג...

געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2009 2:48 pm
דורך מאיר
אין סענטראל פארק דערגרייכט שוין די היץ צו א שטוינענדע הייעך [אין די צייט פון יאר] פון 92 גראד.

געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2009 3:34 pm
דורך קרעמער
איך האב נישט אנגעצינדן דעם עיר קאנדישאן ביז נאך שבת, און אויך געהאט גאר א געשמאקן עונג שבת ב"ה.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 11:02 am
דורך פאטאקי08
היינט האט געהעריג געשנייט אין מאנרא
למעשה זאגט מען פאר רעגן די ערשטע נאכט סוכות
ביטע אפדעיטן

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 11:17 am
דורך צום זאך
אויף סוכות הייסט אביסל ווארימערע וועטערס, אויף די ערשטע נאכט/טאג הייסט שטארקע רעגנס פון צייט צו צייט, זענט אריינצוכאפן צו מאכן א לישב ווען ס'רעגנט נישט.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 11:29 am
דורך אלף בית
די סיבה פון די קאלטע וועטער ערב סוכות איז נאר אז נאך אפאר אידן זאלן מאכן פרנסה מקויפט זיך אן מיט היטערס ווארימע וועש קווילטינג וכו', דערנאך ברויך מען עס אפילו נישט ניצן

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 11:33 am
דורך צייטליך
עס קוקט אויס ווי עס קומט א רעגענדיגער יו"ט סוכות.

אויף חוה"מ קוקט אויס וועט נאר דינסטאג זיין א שיינער וועטער.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 11:37 am
דורך אלף בית
יא סקוקט אויס אז סוועט זיין רעגענדיג, אבער מוועט מסתמא קענען אריינכאפן א לישב בסוכה

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 10:16 am
דורך אלף בית
לויט ווי סהייסט יעצט וועט אין אפסטעיט אויך פאלן שניי.
אלענפאלס, נישט ארויספארן מארגן שפעטף סגייט זיין א גליטש.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 10:18 am
דורך סתם_אזוי
אויף היינט זאגן זיי עפעס?

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 25, 2009 9:58 am
דורך אלף בית
ק.נ.א. וועטער. פים פים פים פאם פאם פאאאאאם ...........

לויט ווי סהייסט יעצט וועט אנגעהויבן פון היינט שפעט נאכמיטאג, פאלן האגל אין אפסטעיט, שפעטער ביינאכט וועט זיך עס מעגליך בייטן אויף שניי, עס וועט האגלען ביז אינדערפרי, ווען עס וועט אנהייבן צו גיין רעגן. עס איז ערווארטעט אז עס וועט איבערלאזן א 1/4 אינטש האגל. עס וועט זיין א סכנה'דיגע גליטש.
אין די שטאט וועט נאר רעגענען (גשמי ברכה פרייטאג צונאכטס).
מאנטאג איז ערווארטעט שניי אין אפסטעיט רעגן אין די סיטי.

געשריבן: זונטאג דעצמבער 27, 2009 3:05 pm
דורך אלף בית
וואו!!!!!
טענקס משה פאר די רעפארט


מארגן גייט שנייען אין אפסטעיט ווייניגער פון א אינטש

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 28, 2009 8:43 am
דורך ראמני 08
שוין אפגעשנייט

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 28, 2009 10:59 am
דורך abimlaibt
חחחח משה,
אבער פאר דאנערשטאג פרייטאג זאגן זיי יא א שניי שטורם.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 28, 2009 12:02 pm
דורך אלף בית
אקעי משה, באלד וועסטו שוין אויך לייקענען די האלאקאוסט.
גלאבעל ווארמינג, און שוין.
גזירה הוא מלפני ואין אתה רשאי להרהר אחרי'.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 08, 2010 7:20 am
דורך וויכטיג מאכער
משה, יאג אפ פון דא!!! דו זאגסט פאר אזעלעכע נערישע וועטער'ס... איך בין נישט אינטערעסירט צו הערן אזעלעכע וועטערס...

פון היינט און ווייטער זאג איך די וועטער.

דינסטאג נאכט, א קלארע זון, 72 דעגרי... מיטוואך צופרי, שיינע וועטער, 80 דעגרי.

אזוי זאגט מען וועטערס!!! נישט שניי, קאלט, וכד', פארשטייסט?!!!

משה, טענקס פאר די אפדעיט'ס.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 08, 2010 8:08 am
דורך צום זאך
משה, א שיינעם דאנק פארן צושטעלן די וועטער.

דארפסט אבער פארשטיין א זאך, דא אין קרעטשמע דרייען זיך אידן פון אלע יארגענג יונג און אלט צוגלייך, צב"ש דער אלטער "וויכי" איז שוין קרוב צו די שמנים.. ער געפונט זיך רוב יאר אין פלארידא ווי ער פארברענגט ס'מערהייט פונעם טאג ביים טרעדמילק..

אלזא דארפסטע פאר זיי אויך אפדעיטן די וועטער, מיר דארפן שעצן די אידן פון די עלטערע דור, אן זיי פארמאגן מיר ווען היינט גארנישט, נישט קיין קרעטשמע, נישט קיין וועטער, נישט קיין יאקאן'ס, גארנישט! והדרת פני יאקאן.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 08, 2010 11:46 am
דורך תרנגול
און בכלל משה, אלס פראפעסיאנאלער מידיאלידזשיסט, אפשר וואלסטו געקענט אראפלייגן א פונקטליכער באריכט אויף וויאזוי דו זאגסט פאהר דיינע וועטער פארקעסטן, וויאזוי ארבעט די וועטער, היי פרעשער, לאו פרעשער, סאוט פלעינס, גרעיט לעיקס וכו' וכו', איך גלייב אז עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס זענען זייער נייגעריג צו וויסן און פארשטיין וואס אזאנס גייט אלס פאהר...

געשריבן: מאנטאג פאברואר 08, 2010 1:40 pm
דורך זייער נייגעריג
נאך איין זאך,
אויב מעגליך שרייב אביסל מער בפרטיות פין די מקומות

למשל : וויליאמבורג, מאנסי, ק"י

געשריבן: דינסטאג פאברואר 09, 2010 10:27 am
דורך אלף בית
NOAA זאגט 6 ביז 12 אינטעס

געשריבן: דינסטאג פאברואר 09, 2010 12:05 pm
דורך דער קוטשער
ר' משה, א דאנק פאר די באריכטן אין אפדעיט'ס.

משה קאפויער האט געשריבן:איר האט שוין געזעהן אמאל ווי ס'בליצט און דונערט אינמיטן א שניי שטורעם? איך נישט...

וועטער באאמטע זאגן אז ס'איז מעגליך אז אין געוויסע ערטער וועט דונערן און בליצן בשעת די שניי שטורעם מארגן.



יא, מיר געדענקן ביים בליזערד 96 ווי ס'האט געדונערט און געבליצט אינמיטן שנייען, לויט ווי איך געדענק איז די בליצן נאר נישט אזוי אנזעהבאר ווי ווען ס'רעגנט, מןהסתם צוליב וואס די שניי פארטונקל'ט עס.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 09, 2010 8:18 pm
דורך וויכטיג מאכער
מארגן 3:00 נאכמיטאג וועט זיין 90 דעגרי, די זון וועט שיינען, מ'בעט דער עולם זאל נעמען שירעמעס, די היץ וועט זיין אומדערטרעגליך...

געשריבן: מיטוואך פאברואר 10, 2010 7:08 am
דורך mz1268
וויכי, גוט ;l;p-

געשריבן: מיטוואך פאברואר 10, 2010 7:45 am
דורך וויכטיג מאכער
אקעי, די פלאן קוקט אויס גוט, ס'איז 99 פראצענט אז 3:00 וועט זיין א הערליכע זון, 1 פראצענט אז ס'וועט שנייען.