Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג ינואר 30, 2014 12:46 pm

גרעכט ווייל גווענליך איז עס מיט 2 3 העכער ווי זיי זאגן

Advertisement

דאנערשטאג ינואר 30, 2014 12:51 pm

5-4 טעג בעפאר די שניי פאריגע וואך דינסטאג, האבן די וועטער וועבזייטלעך ווי עקיו וועטער און אנדערע געשריבן אז ס'וועט זיין "שיין זוניג", צום סוף האט נוי יארק סיטי באקומען נאנט צו א פיס שניי.

ביז ארום 36 - 48 שעה בעפאר א שטורעם קען נאך זיין "מעידזשער טשעינדשעס" אין די אפיציעלע וועטער פארקעסט, אמאל ווייסט מען שוין פריער מער ווייניגער וואס מ'קען ערווארטן, און אמאל דארף מען ווארטן ביז ממש א טאג צוויי פארן שטורעם.

דאנערשטאג ינואר 30, 2014 12:58 pm

שטיל האט געשריבן:גרעכט ווייל גווענליך איז עס מיט 2 3 העכער ווי זיי זאגן

נישטא קיין געווענדליך... אסאך מאל קען זיין אפילו 10 דעגרי קעלטער און אסאך מאל 10 דעגרי ווארעמער ווי פארגעזאגט פאר מער ווי 5 טעג בעפאר.

אונטערשטע שורה: דא אין דעם אשכול ווערט געמאלדן וואס די "מעגליכקייטן" זענען פאר די קומענדיגע טעג, אויב איר זעהט אנדערש אויף עקיו וועטער אדער אנדערע סייטס, האט איר א ברירה אנצונעמען וואס עקיו וועטער שרייבט "מ'כלומר'שט פאר זיכער".

דאנערשטאג ינואר 30, 2014 1:05 pm

נישט עטיש אזוי צו רעדן אויף א קאמפעטישן...

(נעם עס אלס א קאמפלימענט אז דו ביסט א קאמפעטישן מיט די אפיציעלע וועטער פארזאגער..)

דאנערשטאג ינואר 30, 2014 1:06 pm

איך לייג דא ארויף א סקרין שאט וואס עקיו וועטער ווייזט יעצט פאר די ברוקלין געגנט פאר קומענדיגן דינסטאג-מיטוואך, עמיר זעהן וויפיל מאל דאס גייט זיך טוישן.
עטעטשמענטס
1.JPG

דאנערשטאג ינואר 30, 2014 4:22 pm

אפדעיט אין די דינסטאג-מיטוואך שטורעם:

ס'איז נאך אלס זייער פרי צו קענען וויסן די פונקטליכע טרעק פונעם שטורעם, אבער אלע קאמפיוטער מאדלס ווייזן יעצט בעיסיקלי א "אינלענד טרעק", דאס מיינט אז די לאו פרעשור וועט טרעקן אריין אין די יבשה, און נישט ווי די פריערדיגע גרויסע שטורעמס וואס די לאו פרעשור איז געווען אויפן ים, און אלס רעזולטאט וועט עס אריינברענגען ווארעמערע לופט, און ס'וועט נישט זיין בלויז שניי.

דערווייל קוקט אויס אז ס'וועט זיין א ענליכע שטורעם ווי ס'איז געווען אינמיטן דעצעמבער, דהיינו ס'קען זיך אנהייבן מיט א שיינע פאר אינטשעס שניי, דערנאך האגל און פארפרוירענע רעגן, דערנאך פלעין רעגן.

זאכן קענען און וועלן זיך נאך טוישן, אבער דערווייל הייבט אן אויסזעהן אז ס'וועט זיין שניי צו האגל צו רעגן (סיי אין די סיטי און סיי אין די האדסאן וואלי אבער ווי פארשטענדליך וועט אין די האדסאן וואלי לענגער אנהאלטן די שניי ביז די טשעינדזש אויווער).

דאנערשטאג ינואר 30, 2014 4:25 pm

פלען א חאזעריי

דאנערשטאג ינואר 30, 2014 4:37 pm

לויט ווי די מומחם זאגן איז די שניי נאכ נישט קלאר ס'ווענט זיך אויב אינזער געטרייער קנא וועט אנציען א פרישע אלף'ל תגובות

דאנערשטאג ינואר 30, 2014 4:59 pm

האלץ האקער האט געשריבן:לויט ווי די מומחם זאגן איז די שניי נאכ נישט קלאר ס'ווענט זיך אויב אינזער געטרייער קנא וועט אנציען א פרישע אלף'ל תגובות

כאשוין אפגעשמועסט מיט אים נישט פאר דינסטיק

דאנערשטאג ינואר 30, 2014 7:49 pm

דעוועלעפינג:
לעצטערע קאמפיוטער מאדלס ווייזן אז א אנדערע שטורעם סיסטעם וואס האט ביז יעצט אויסגעקוקט אז ס'וועט זיין בעיקר פאר די סאוט, קען יא ארויפקומען צו די נארט, און קען "מעגליך" ברענגן עטליכע אינטשעס שניי אין די טריי סטעיט געגנט קומענדיגן מאנטאג.

פרייטאג ינואר 31, 2014 2:01 pm

פאלגענד איז א ליסטע פון MIN 32 OR BELOW טעמפראטורן אין די לעצטע 5 יאר:

ווינטער פון יאר 2009-2008
אקטאבער 0
נאוועמבער 6
דעצעמבער 19
יאנואר 30
פעברואר 20
מערץ 11
אפריל 0
= סך הכל 86 טעג מיט א מינומים טעמפראטור פון 32 דעגרי אדער נידריגער.


ווינטער פון יאר 2010-2009
אקטאבער 0
נאוועמבער 0
דעצעמבער 17
יאנואר 22
פעברואר 22
מערץ 2
אפריל 0
= סך הכל 63 טעג מיט א מינומים טעמפראטור פון 32 דעגרי אדער נידריגער.


ווינטער פון יאר 2011-2010
אקטאבער 0
נאוועמבער 0
דעצעמבער 25
יאנואר 28
פעברואר 20
מערץ 11
אפריל 0
= סך הכל 84 טעג מיט א מינומים טעמפראטור פון 32 דעגרי אדער נידריגער.


ווינטער פון יאר 2012-2011
אקטאבער 0
נאוועמבער 0
דעצעמבער 10
יאנואר 13
פעברואר 10
מערץ 4
אפריל 0
= סך הכל 37 טעג מיט א מינומים טעמפראטור פון 32 דעגרי אדער נידריגער.


ווינטער פון יאר 2013-2012
אקטאבער 0
נאוועמבער 3
דעצעמבער 8
יאנואר 18
פעברואר 17
מערץ 14
אפריל 0
= סך הכל 60 טעג מיט א מינומים טעמפראטור פון 32 דעגרי אדער נידריגער.


ווינטער פון יאר 2014-2013
אקטאבער 0
נאוועמבער 9
דעצעמבער 19
יאנואר 24
= סך הכל (דערווייל) 52 טעג מיט א מינומים טעמפראטור פון 32 דעגרי אדער נידריגער.

שבת פבואר 01, 2014 9:20 pm

קנ"א, עני אפטעיט פאר די מאנטאג אין מיטוואך שטורעם?

שבת פבואר 01, 2014 9:41 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:דעוועלעפינג:
לעצטערע קאמפיוטער מאדלס ווייזן אז א אנדערע שטורעם סיסטעם וואס האט ביז יעצט אויסגעקוקט אז ס'וועט זיין בעיקר פאר די סאוט, קען יא ארויפקומען צו די נארט, און קען "מעגליך" ברענגן עטליכע אינטשעס שניי אין די טריי סטעיט געגנט קומענדיגן מאנטאג.

ווי ס'קוקט אויס וועט עס טאקע ברענגען עטליכע אינטשעס אין די טריי סטעיט געגנט, אבער אין די סיטי וועט פאלן היפש מער QPF ווי אין ראקלענד און אראנדזש, ממילא וועט זיין די שניי העכער אין די סיטי.

דערווייל קוקט אויס ווי א דורכשניטליכע 3 צו 4 אינטשעס אין די סיטי, און ארום א אינטש צוויי אין ראקלענד און אראנדזש קאונטיס.

ס'וועט אבער זיין מער א נאסע שניי, ספעציעל אין די סיטי.

*

די דינסטאג נאכט און מיטוואך שטורעם קוקט נאך אלס אויס אז ס'וועט טרעקן אריין אין די יבשה (אינלענד טרעק) און ארויפברענגען ווארעמערע לופט פון די סאוט, ס'וועט אבער זיין א שטארקע היי פרעשור העכער מזרח קאנאדא וואס וועט אראפברענגען פרישע קאלטע לופט.

אלזא ווי ס'קוקט אויס וועט זיך עס אנהייבן מיט א שניי (אין די האדסאן וואלי קען "מעגליך" זיין ארום א האלבע פיס בעפאר די טשעינדזש אויווער), דערנאך א רונדע פון שווערע האגל, דערנאך פארפרוירענע רעגן, און מעגליך פלעין רעגן.

שבת פבואר 01, 2014 10:58 pm

אויווער אלל איז די טרענדס פון די לעצטערע מאדלס פאר די דינסטאג נאכט-מיטוואך שטורעם צו "אביסל" א מער קעלטערע שטורעם ווי ס'האט אויסגעזעהן פאריגע סוף וואך.

אבער בכלליות איז נאך אלס ערווארטעט אז ס'וועט זיין שניי צו אייז און פארפרוירענע רעגן און מעגליך פלעין רעגן (ספעציעל אין די סיטי).

שבת פבואר 01, 2014 11:06 pm

די לעצטערע מאדלס ווייזן אז די אינלענד טרעק וועט זיין אביסעלע מער צו מזרח (ווי מער די טרעק איז צו מזרח אלס ווייניגער ווארעמערע לופט וועט ארויפקומען).

אזוי אויך ווייזן די מאדלס אז ס'וועט זיין א טרענספער פון די "אינלענד לאו פרעשור" צו א "פרישע לאו פרעשור" וואס וועט זיך פארמירן אויפן ים נאנט צום קאוסט, די שאלה איז נאר ווי ס'וועט פאסירן די טרענספער צו א קאוסטל לאו פרעשור, ווי פריער ס'פאסירט אלס ווייניגער ווארעמע לופט וועט ארויפקומען.

טייל מאדלס ווייזן אז ס'וועט פאסירן ביים קאוסט פון לאנג איילענד, וואס איז שוין צו שפעט פאר די נוי יארק סיטי און די האדסאן וואלי געגנט צו אפהאלטן פון אריינקומען די ווארעמערע לופט, אבער אנדערע מאדלס ווייזן אז ס'וועט פאסירן היפש סאוט פון די סיטי ביים קאוסט פון דעלעווער.

שבת פבואר 01, 2014 11:47 pm

88.JPG

זונטאג פבואר 02, 2014 1:27 am

די פרישע יורא מאדל וואס איז נארוואס ארויסגעקומען האלט אן מיט די טרענד פאר א קעלטערע שטורעם דינסטאג נאכט און מיטוואך, לויט די יורא מאדל וועט די טרענספער צו א "קאוסטל לאו" פאסירן ביים קאוסט פון מערילענד.(די לאו פרעשור וואס וועט טרעקן אינלענד ד.ה. טיף אריין אין די יבשה, וועט טרענספערן צו א פרישע לאו פרעשור ביים קאוסט פון מערילענד).

לויט די לעצטע יורא מאדל וועט אין ניו יארק סיטי נישט ארויפגיין העכער 33-32 דעגרי אום מיטוואך, דאס מיינט מער שניי און אייז.

אויך די לעצטע GFS מאדל האלט אן מיט די טרענד צו דעם ריכטונג.

זונטאג פבואר 02, 2014 1:33 am

לגבי די מאנטאג שניי, איז דא חילוקי דיעות צווישן די מאדלס ווי שטארק ס'וועט ארויפקומען נארט... לויט די GFS מאדל און די NAM מאדל וועט עס זיין בעיקר פאר די סאוט, אבער ניו יארק סיטי קען אויך זעהן עטליכע אינטשעס (3-1), און נאך ווייניגער אין די האדסאן וואלי געגנט.

אבער לויט די יורא מאדל, די קאנעידאן מאדל, און די GGEM מאדלס קען זיין צווישן 3 און 6 אין די סיטי.

מאכענדיג א בלענד פון אלע מאדלס קומט עס אויס צו א דורכשניטליכע 2 ביז 4 אינטשעס אין די סיטי, און ארום א אינטש צוויי אין מאנסי און אין קרית יואל.

זונטאג פבואר 02, 2014 1:46 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:בד"וו די מאדלס ווייזן נאך א גרויסע שטורעם בערך שבת תצוה-זונטאג כי תשא.

דערווייל ווייזן נאך אלס די מאדלס די מעגליכע גרויסע שטורעם.

3 ווינטער שטורעמס אין ווייניגער ווי א וואך: מאנטאג; דינסטאג נאכט און מיטוואך, קומענדיגן שבת און זונטאג.

זונטאג פבואר 02, 2014 9:40 am

פרישע NAM מאדל ברענגט די מארגענדיגע שטורעם נאך אביסל מער צו נארט, נוי יארק סיטי קען מעגליך באקומען 4 ביז 6 אינטשעס לויט די NAM מאדל, גאנץ ענליך צו די יורא מאדל פון לעצטע נאכט.

אבער דערווייל סטיק איך נאך אלס מיט א דורכשניטליכע 2 ביז 4 אינטשעס אין די סיטי.

זונטאג פבואר 02, 2014 12:06 pm

געווען גאנץ קאלט אין אנטווערפען איבער שבת

זונטאג פבואר 02, 2014 2:16 pm

די לעצטערע מאדלס קומען אלע אריין מיט העכערע שניי אמאונטס פאר די מארגענדיגע שניי פון נוי יארק סיטי אלדעוועי ארויף צו די האדסאן וואלי.

קאנפידענס אינקריסינג אין א "heavy wet snowfall" פון צווישן 3 און 6 אינטשעס אין ניו יארק סיטי, און 2 ביז 4 אינטשעס אין מאנסי און קרית יואל.

זונטאג פבואר 02, 2014 2:18 pm

לגבי די דינסטאג נאכט-מיטוואך שטורעם האלט ווייטער אן די טרענד פאר א קעלטערע שטורעם (מער שניי און אייז אין די סיטי).

זונטאג פבואר 02, 2014 2:53 pm

נאכאמזל כאב נאכנישט געמאכט קיין קאר וואש

זונטאג פבואר 02, 2014 3:16 pm

ווינטער וועטער אדווייזערי יעצט ארויסגעלייגט געווארן פאר ניו יארק סיטי און פאר מאנסי און מאנרא - א דורכשניטליכע 3 ביז 5 אינטשעס אין אלע געגענטער לויט די נאציאנאלע וועטער סערוויס.
שרייב א תגובה

Advertisement