Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג ינואר 28, 2014 5:07 pm

שם התלמוד האט געשריבן:קאלט?
כמעט פארגעסן
א ריזיגע דאנק פאר יעצט און אייביג

אז ס'איז ערווארטעט רעגן אין ניו יארק סיטי קלערסטו אז ס'וועט זיין קאלט?

ס'וועט זיין בערך צווישן די הויכע דרייסיגער און די נידריגע פערציגער, און מוצ"ש קען אראפגיין צו די נידריגע מיטעלע דרייסיגער (קען זיך מעגליך ענדיגן מיט אביסעלע שניי).

Advertisement

דינסטאג ינואר 28, 2014 5:13 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
שם התלמוד האט געשריבן:קאלט?
כמעט פארגעסן
א ריזיגע דאנק פאר יעצט און אייביג

אז ס'איז ערווארטעט רעגן אין ניו יארק סיטי קלערסטו אז ס'וועט זיין קאלט?

ס'וועט זיין בערך צווישן די הויכע דרייסיגער און די נידריגע פערציגער, און מוצ"ש קען אראפגיין צו די נידריגע מיטעלע דרייסיגער (קען זיך מעגליך ענדיגן מיט אביסעלע שניי).


קעסענם סעיפען

דינסטאג ינואר 28, 2014 5:14 pm

שם התלמוד האט געשריבן:קעסענם סעיפען

:?:

דינסטאג ינואר 28, 2014 5:21 pm

שם התלמוד האט געשריבן:
קעסענם סעיפען

:?:

פרעג דיין זיידע אדער באבע
א שיינעם דאנק און אונגאריש

מיטוואך ינואר 29, 2014 5:41 am

ווי ערווארטעט האט די קרית יואל געגנט באקומען במשך די נאכט בלויז א גאר לייכטע קאדינג, און אין די סיטי ארום א אינטש.

מיטוואך ינואר 29, 2014 6:22 am

געשטראנדעטע מענטשן אין די סאוט-סטעיטס שלאפן איבער די נאכט אין געשעפטן און אין שעלטער'ס.
עטעטשמענטס
BfI7ibsCcAAq63n.jpg

מיטוואך ינואר 29, 2014 8:13 am

געפערליך...

מיטוואך ינואר 29, 2014 8:53 am

די ערשטע measurable שניי פון די היי יעריגע סיזאן אין סענטראל פארק איז געווען דעצעמבער 8
ס'איז דאן געפאלן 0.7 א אינטש

די צווייטע שניי איז געווען דעצעמבער 10
ס'איז דאן געפאלן 1.4 אינטשעס

די דריטע שניי איז געווען דעצעמבער 14
ס'איז דאן געפאלן 5.0 אינטשעס

די פערטע שניי איז געווען דעצעמבער 17
ס'איז דאן געפאלן 1.5 אינטשעס

= סך הכל איז אום דעצעמבער געפאלן 8.6 אינטשעס


די פינפטע שניי איז געווען יאנואר 2 און 3
ס'איז דאן געפאלן 6.4 אינטשעס

די זעקסטע שניי איז געווען יאנואר 21 און 22
ס'איז דאן געפאלן 11.5 אינטשעס

די זיבעטע שניי איז געווען יאנואר 25
ס'איז דאן געפאלן 1.0 אינטש

די אכטע שניי איז געווען יאנואר 29
ס'איז דאן געפאלן 0.8 אינטש

= סך הכל איז אום יאנואר געפאלן 19.7 אינטשעס




= סך הכל איז ביז דערווייל געפאלן אינעם היי יעריגן ווינטער סיזאן 28.3 אינטשעס.

מיטוואך ינואר 29, 2014 8:59 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:געשטראנדעטע מענטשן אין די סאוט-סטעיטס שלאפן איבער די נאכט אין געשעפטן און אין שעלטער'ס.
עטעטשמענטס
BfJEmkOIEAA7huh.jpg

מיטוואך ינואר 29, 2014 11:08 am

א הייוועי אין די סאוט
עטעטשמענטס
BfKFfCxIQAABs4-.jpg

מיטוואך ינואר 29, 2014 2:48 pm

אין די זעלבע צייט וואס די צפון מזרח און דרום סטעיטס לעבן דורך א זעלטענע פרעסט און שניי, געניסט די אייז קאלטע אלאסקא די לעצטע וואכן פון א זעלטן מילדן פרילינג וועטער, מיט טעמפעראטורן אין די פיפציגער דרום טיילן פון די סטעיט, עס האט אפילו דערגרייכט צו 62 נעבן אנקארעדזש, א רעקארד פאר די סטעיט אין יאנואר.
עס איז געווען אזוי ווארעם, אזש די ביימער און געוואוקסן זענען "צומישט געווארן" און האבן זיך גענומען בליען [עקסרעם] פריצייטיג!
די בילדער זענען פון נעכטן אין אנקארעדזש, די גרעסטע שטאט אין אלאסקע.
עטעטשמענטס
5.jpg
1.jpg
2.jpg

מיטוואך ינואר 29, 2014 2:51 pm

נפלאות הבורא!

מיטוואך ינואר 29, 2014 3:20 pm

פאר 2 יאר צוריק האט עס פאסירט דאהי, ווען צוליב די גאר ווארעמע ווינטער האבן די בלומען אנגעהויבן צו שפראצן פריצייטיג.

מיטוואך ינואר 29, 2014 3:30 pm

איך פעקל מיך אריבער אהין, א באס קיין אלאסקע פארט ארויס שוין, גענוג מיט די פרעסט.

מיטוואך ינואר 29, 2014 3:39 pm

דא זעט מען ווי ווייט דרום די שניי האט דערגרייכט היינט צופרי, אין די סאמע אונטערשטע דרום סטעיטס: טעקסאס, לואיזיאנא, מיסיסיפי, אלאבאמא, דזשארדזשיע, און אפילו צפון מערב פלארידע!
עטעטשמענטס
us_01_29_2014.JPG

מיטוואך ינואר 29, 2014 3:42 pm

איך וויל פארן דאנערשטיג נאכט קיין מאנטריאל אין זינטאג נאכמיטאג צריק וואס זאגסטו ק׳נ׳א וויאזוי וועט זיין די וועטער מוועט קענען פארן?

מיטוואך ינואר 29, 2014 4:36 pm

נעכטן אין אלאסקא (פאסירט דורך די ווארעמערע וועטער'ס).
עטעטשמענטס
BfLSJprCIAAdxkH.jpg

מיטוואך ינואר 29, 2014 4:38 pm

און אין אוסטראליע פלאגט מען זיך מיט וועטערס פון 120 דעגרי! קען מען נישט אביסל משדך זיין די צוויי?
איך האב אויך א שמחה סוף וואך תצוה אי"ה ווי מען דארף טרעוולען, איך האף אז דער שטורעם וועט נישט שאטן.

מיטוואך ינואר 29, 2014 6:28 pm

יאנואר 28-29, 2014: אלאסקא vs פלארידע:
#1
פענסאקאלע, פלארידע:
עטעטשמענטס
33.jpg
22.jpg
11.jpg

מיטוואך ינואר 29, 2014 6:33 pm

יאנואר 28-29, 2014: אלאסקא vs פלארידע:
#2
אנקארעדזש, אלאסקא:
עטעטשמענטס
4.jpg
02.JPG
1.JPG

מיטוואך ינואר 29, 2014 6:38 pm

וואס אונזער באשעפער טוט מיט זיין וועלטל איז נישט צום פארשטיין, אלעס האט א חשבון

מיטוואך ינואר 29, 2014 6:39 pm

תרנגול האט געשריבן:נפלאות הבורא!

מיטוואך ינואר 29, 2014 7:19 pm

לויט ווי לכתחילה האט מסביר געווען דעם פענאמען פון "פאלאר ווארטעקס" אז א חלק פון די נאכאנאנדע ארקטיק ווינטן פארקירעווען זיך און טרעקן אראפ צו אונז קומט דאך אויס אז עס ווערט געשאפן א וואקום ארויפציר דארט ווי דער קאלטער ווינט גייט געווענליך, ווייל דער ווינט קומט דאך אנשטאט צו אונז, ווייזט אויס אז אלאסקע איז אין דעם חלל.

מיטוואך ינואר 29, 2014 7:35 pm

דא האט איר א דיאגראם וואס דער גורם פון די אבמארנאלע "קאלטס און ווארעמס" מען האט באקומען דעם יאנואר...
עטעטשמענטס
650x366_01261137_hd27.jpg

דאנערשטאג ינואר 30, 2014 10:22 am

לידיעה בעלמא די דעגרי נומבערס אויפן בילט זענען סעלסיעס נישט פערנהייט
שרייב א תגובה

Advertisement