Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

שבת ינואר 25, 2014 8:19 pm

שטיל האט געשריבן:סא ווען איז די נעקסטע שניי

דאס ווייסט איין באשעפער!

Advertisement

שבת ינואר 25, 2014 8:22 pm

ווי עס קוקט אויס פון די באריכטן פון די נאציאנאלע וועטער סערוויס איז טאקע אין דורכשניט געפאלן 1 ביז 3 אינטשעס אין די טריי סטעיט געגנט.

שבת ינואר 25, 2014 8:24 pm

יאנואר 2014 איז יעצט די 8'טע שנייאיגסטע אין נוי יארק סיטי'ס רעקארד.

שבת ינואר 25, 2014 10:45 pm

וואס טיציך מיט די שטורעם מיטוואך תצוה? עפעס ערנסטער געווארען?

שבת ינואר 25, 2014 10:58 pm

קהת האט געשריבן:וואס טיציך מיט די שטורעם מיטוואך תצוה? עפעס ערנסטער געווארען?

איך האב עס נישט געדארפט שרייבן בכלל... יעצט גייט זיך אנהייבן א געפרעגעכטס יעדן טאג וואס טוט זיך מיט די תצוה שטורעם.

איך האב קלאר געשריבן אז ס'איז בכלל נישט עפעס וואס מ'האלט א אויג דערויף, ס'איז נאך גאר ווייט אוועק בכלל צו קוקן אויף יענע זייט (ליין איבער יענע תגובה).

שבת ינואר 25, 2014 11:03 pm

קנא, זאג נאר דו ווייסט עפשער ביי טשענס אויב ס'גייט שנייען פרשת תצוה?

קנא, דו ביסט געוואלדיג. דיינע באריכטן זענען זייער שטארק עפרישיעטעד.

שבת ינואר 25, 2014 11:17 pm

Alien האט געשריבן:קנא, זאג נאר דו ווייסט עפשער ביי טשענס אויב ס'גייט שנייען פרשת תצוה?

סארי דא איז נישט פארברענגען.

זונטאג ינואר 26, 2014 12:15 pm

8874.JPG

זונטאג ינואר 26, 2014 1:25 pm

אוי הייליגער באשעפער ס'איז אזוי קאלט (בגשמיות וברוחניות) מ'קען מיר שוין נישט צו לאנג אזוי אויסהאלטן, דערווארים אונז שוין.

זונטאג ינואר 26, 2014 3:10 pm

אביסעלע לייכטע שניי פאלט יעצט אין די טריי סטעיט געגנט, אבער ס'איז נישט ערווארטעט מער ווי א לייכטע קאדינג.

שפעטער ביינאכט און מארגן צופרי קען מעגליך נאכאמאל אביסל שנייען.

זונטאג ינואר 26, 2014 3:44 pm

ייש"כ פאר די אפדעיטס! געהערט איבערזאגן אין שוהל דעם שבת....

זונטאג ינואר 26, 2014 3:45 pm

א זעלטענע זאך וואס מ'זעהט גאר ווינציג...

ווינטער שטורעם וואטש אין פלארידא? יאפס! די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט ארויסגעלייגט ווינטער שטורעם וואטשעס פאר חלקים פון צפון מערב פלארידא ארויף ביז די קאראליינעס, ווי ס'איז ערווארטעט א שניי פון דינסטאג נאכמיטאג ביז מיטוואך צופרי.

אויך אין טיילן פון מיסיסיפי און אלבאמא קען פאלן א שניי, און אזוי אויך אין נוי ארליענס לואיזאנע (וואס איז גאר שווער באטראפן געווארן פון האריקעין קאטרינא), קען פאלן א סלאשי שניי - א גאר זעלטענע זאך אין יענע געגענטער.

זונטאג ינואר 26, 2014 3:55 pm

מעלדונג פון די NYC סאניטאציע דעפארטמענט:

Salt spreaders are out across 5 boros to handle snow flurries

זונטאג ינואר 26, 2014 4:31 pm

אפשר פאנגט שוין צו ארבייטען אלע ביליאנען דאלערס צו וואטשען די ענווייראמענט פון ווערן צו הייס?
יעצט דארף מען עס צוריקשטעלן נארמאל, איך מיין מען דארף יעצט צוריקגיין צו פארפעסטיגטע געז, איינער האט אביסעל אוועקגעלייגט ערגעץ?

ברוך השם אונז ווייסען בעסער פון דעם, אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא "לבדו" עשה ועושה ויעשה לכל המעשים!

זונטאג ינואר 26, 2014 6:50 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:מעלדונג פון די NYC סאניטאציע דעפארטמענט:

Salt spreaders are out across 5 boros to handle snow flurries


זאג זיי זאלן שוין קומען אפנעמען די שיריים פון מיין טשולענט פון נעכטן וואס האט זיך נארוואס משדך געווען מיט די טשולענט פון פאריגע וואך פארנט פון מיין הויז..

זונטאג ינואר 26, 2014 7:39 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:דערנאך האלט מען א אויג אויף נאך א "מעגליכע" שניי שטורעם, שטורעם נומער 3, קומענדיגן מיטוואך אדער דאנערשטאג.

דאס קוקט אויך אויס דערווייל געקענסלט, די מאדלס ציען צוריק...

דעוועלאפינג: די GFS מאדל ברענגט צוריק די שטורעם נענטער צו די קאוסט.

א גרויסע שטורעם סיסטעם וועט ברענגן שניי און אייז פון די דיפ-סאוט, ווי דרום טעקסעס, לואיזאנא, מיסיסיפי, אלבאמא, צפון מערב פלארידא, דשארדזשיע, און ארויף ביז די קאראליינעס, דערנאך וועט די שטורעם ארויספארן צום ים און טרעקן און א צפון מזרח ריכטונג, די שאלה איז נאר ווי נאנט ס'וועט טרעקן צום קאוסט אז די העכערע חלקים פון די איסט קאוסט, אריינגערעכנט נוי יארק סיטי און די ארומיגע סובארס, זאלן אויך באקומען שניי דערפון.

די לעצטערע מאדלס האבן געהאט צוריקגעצויגן פון ברענגן די שטורעם אויך ארויף צו נוי יארק סיטי, אבער די לעצטע GFS מאדל הייבט אן צוריקצוברענגען די שטורעם נענטער צו די קאוסט.

עמיר זעהן אויב ס'וועט ווייטער אנהאלטן אין די ביינאכט ראנס...

זונטאג ינואר 26, 2014 7:41 pm

די שטורעם פון פאריגע וואך האבן אויך קודם די מאדלס געהאט געוויזן אז ס'וועט ארויפקומען לענגאויס די קאוסט, דערנאך האבן די מאדלס גענצליך צוריקגעצויגן, און ממש 48 שעה בעפאר די שטורעם האט זיך צוריק אנגעהויבן די טרענד אויף צוריקצוברענגן די שטורעם נענטער צו די קאוסט.

וועט יעצט אויך זיין אזוי?

ביג קוועשאן!

זונטאג ינואר 26, 2014 11:57 pm

אנדערע מאדלס הייבן אויך אן אריינצוקומען מיט אביסל מער צו א מערב טרעק.

פרישע GFS מאדל איז די זעלבע ווי די פריערדיגע ראן.

מאנטאג ינואר 27, 2014 12:00 am

די מאדלס זענען טאקע אריינגעקומען מיט א מער צו מערב טרעק, אבער ס'איז נאך אלס צו ווייט צו ברענגן שניי פאר נוי יארק סיטי.

ס'דארף קומען נענטער מיט עטליסט 50 מייל אז נוי יארק סיטי זאל באקומען כאטשיג א קליין ביסל דערפון.

מאנטאג ינואר 27, 2014 12:01 am

די טעמפראטור אין ניו יארק סיטי איז יעצט ארויף העכער די פרירונגס פונקט די ערשטע מאל זינט פארלאפענעם מאנטאג נאכט.

מאנטאג ינואר 27, 2014 12:02 am

ווען איז די לעצטע מאל געווען בעלוי זיראוי אין נ.י. סיטי??

מאנטאג ינואר 27, 2014 12:03 am

פאר 20 יאר צוריק

מאנטאג ינואר 27, 2014 12:20 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די מאדלס זענען טאקע אריינגעקומען מיט א מער צו מערב טרעק, אבער ס'איז נאך אלס צו ווייט צו ברענגן שניי פאר נוי יארק סיטי.

ס'דארף קומען נענטער מיט עטליסט 50 מייל אז נוי יארק סיטי זאל באקומען כאטשיג א קליין ביסל דערפון.

די 12Z Canadian model איז די ערשטע מאדל וואס ברענגט די שטורעם גענוג נאנט צו די קאוסט אז נוי יארק זאל באקומען דערפון.

די לעצטע NAM מאדל איז אויך מער צו מערב, אבער נישט גענוג אז ס'זאל ברענגן שניי אין נוי יארק סיטי, און די לעצטע GFS מאדל איז צוריק אביסעלע מער צו מזרח.

מאנטאג ינואר 27, 2014 1:45 pm

לעצטע יורא מאדל איז אויך מער צו צפון מערב מיט די שטורעם טרעק, און ברענגט לייכטע שניי אדער פלאריס אין נוי יארק סיטי דעם מיטוואך.

אויב וועט די צפון מערב טרענד אנהאלטן ווייטער, קען ניו יארק סיטי באקומען מער ווי אביסל פלאריס.

מאנטאג ינואר 27, 2014 4:13 pm

די פרישע קעלט איז שוין אנגעקומען!


#בררר
שרייב א תגובה

Advertisement