באריכטן און אנאליזן
מיטוואך ינואר 22, 2014 10:14 am
א"כ ר' קנ"א
וואס איז די שיעור פון א שניי ס'זאל באקומען די נאמען "שטורם"
Advertisement
מיטוואך ינואר 22, 2014 10:46 am
מארגן דאנערשטאג נאכמיטאג איז דא א "קליינע שאנס" פאר "אביסעלע לייכטע שניי" אדער פלאריס.
שבת און מוצ"ש איז דא א "בעסערע שאנס" פאר "עטליסט א לייכטע שניי" (לייכטע קאדינג ביז 3) און מעגליך א גוטע פאר אינטשעס (ארום 3 אדער העכער).
נעקסטע שאנס פאר א גרויסע שטורעם איז קומענדיגע וואך זונטאג נאכט און מאנטאג, און נאך א שאנס פאר א גרויסע שטורעם מער סוף פון קומענדיגע וואך.
מיטוואך ינואר 22, 2014 12:00 pm
די קומענדיגע "מעגליכע" גרויסע ווינטער שטורעם וועט טרעקן היפש נענטער צו די קאוסט, און וועט קאווערן רוב חלקים פון נוי יארק סטעיט (נישט ווי די נעכטיגע שטורעם ווי די קרית יואל געגנט איז געווען כמעט ביים עק).
מיטוואך ינואר 22, 2014 12:01 pm
מיטוואך ינואר 22, 2014 2:30 pm
פאריאר ביז דעם היינטיגן דאטום למספרם האט נוי יארק סיטי געהאט באקומען בלויז 5.1 אינטשעס שניי, אבער די סיזאן האט זיך געענדיגט מיט 26.1 אינטשעס.
היי יאר האט שוין נוי יארק סיטי באקומען 26.5 אינטשעס, מער וויפיל ס'איז געפאלן פאריאר א גאנץ ווינטער, און די ווינטער איז נאך ווייט פון געענדיגט.
מיטוואך ינואר 22, 2014 2:58 pm
אין וויליאמסבורג-בארא פארק איז שוין דעם ווינטער 2 מאל געווען ארום 11-10 אינטשעס, אבער אין קרית יואל איז די העכסטע שניי דערווייל געווען ביי ארום 8-7 אינטשעס.
#אינטערסאנט
מיטוואך ינואר 22, 2014 3:00 pm
פרוטה פרוטה מצטרפת
אין טאטעל האבן זיי אבער געהאט מער שניי, איא?
מיטוואך ינואר 22, 2014 3:02 pm
אביסעלע מער (ביז די נעכטיגע שניי איז געווען אסאך מער).
לויט מיין אויפפאסונג האט שוין די קרית יואל געגנט באקומען איבער 27 אינטשעס דעם סיזאן.
מיטוואך ינואר 22, 2014 3:11 pm
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:שבת און מוצ"ש איז דא א "בעסערע שאנס" פאר "עטליסט א לייכטע שניי" (לייכטע קאדינג ביז 3) און מעגליך א גוטע פאר אינטשעס (ארום 3 אדער העכער).
- עטעטשמענטס
-

מיטוואך ינואר 22, 2014 3:14 pm
די בילד פון עקיו וועטער ווייזט טאקע פרייטאג צונאכטס און שבת, דאס איז אבער בעיקר פאר די גרעיט לעיקס געגנט.
אין די נארט איסט געגנט וועט עס זיין בעיקר שבת און מוצ"ש.
אבער די רעדע איז נישט פון א גרויסע שטורעם, מערסטנס א 3 צו 4 אינטשעס, אבער דערווייל קוקט אויס ענדערשער אז ס'וועט זיין א אינטש צוויי (אין די טריי סטעיט געגנט) ווי איידער דריי פיר.
מיטוואך ינואר 22, 2014 3:49 pm
יאנואר 2014 איז שוין אלרעדי צווישן די 10 שנייאיגסטע יאנואר'ס (די ניינטע אין די רייע) אין סענטראל פארק (ווי ס'ווערט געהאלטן נוי יארק סיטי'ס אפיציעלע רעקארדס), און ס'איז ערווארטעט נאך שנייען ביזן ענדע מאנאט.
***די 10 שנייאיגסטע יאנואר'ס***
- ינואר 2011 = 36.0
- ינואר 1925 = 27.4
- ינואר 1996 = 26.1
- ינואר 1923 = 24.5
- ינואר 1935 = 23.6
- ינואר 1877 = 20.5
- ינואר 1978 = 20.3
- ינואר 1905 = 18.4
- ינואר 2014 = 17.9
- ינואר 1882 = 17.5
מיטוואך ינואר 22, 2014 6:10 pm
די יעצטיגע קעלט איז אויך אין רעזולטאט פונעם Polar Vortex.
ביים פריערדיגן Polar Vortex אנהייב יאנואר איז די טעמפראטור אין סענטראל פארק אראפ צו 4 דעגרי, א טעמפראטור וואס איז שוין נישט געווען זינט יאנואר 16 2004 ווען ס'איז געווען 1 דעגרי.
וועט היינט נאכט זיין נידריגער?
ס'איז דא א שאנס אז יא! (די אפיציעלע פארקעסט איז אז ס'וועט אראפגיין צו 5 דעגרי).
מיטוואך ינואר 22, 2014 6:27 pm
A waterspout over Cayuga Lake, NY Tuesday morning
- עטעטשמענטס
-

דאנערשטאג ינואר 23, 2014 9:44 am
וואו! א כמו טארנעידא אינמיטן ווינטער אינמיטן א שניי שטורעם, גאר א זעלטענער פענאמענאן.
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 9:45 am
און קרית יואל איז שרעקעדיג קאלט יעצט, אינאיינעם מיט ווינטען!
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 10:04 am
ישובניק האט געשריבן:וואו! א כמו טארנעידא אינמיטן ווינטער אינמיטן א שניי שטורעם, גאר א זעלטענער פענאמענאן.
- קאוד:
It was so cold that this waterspout formed where you would least expect, generally waterspouts are common on the Great Lakes or off shore on the Atlantic. This one formed on one of the Finger Lakes in central NY. The cold air rushing over the warmer water was not only able to create this waterspout, but it also caused (FInger) Lake Effect Snow with areas downwind of Cayuga Lake, such as Watkins Glen picking up 4-8 inches of snow. If that isn't amazing enough there was also Lake Effect Snow in North Carolina yesterday as the cold air blew over a Kerr and Falls Lake in NC. Those are some cold hard facts!
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 1:13 pm
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די בילד פון עקיו וועטער ווייזט טאקע פרייטאג צונאכטס און שבת, דאס איז אבער בעיקר פאר די גרעיט לעיקס געגנט.
אין די נארט איסט געגנט וועט עס זיין בעיקר שבת און מוצ"ש.
אבער די רעדע איז נישט פון א גרויסע שטורעם, מערסטנס א 3 צו 4 אינטשעס, אבער דערווייל קוקט אויס ענדערשער אז ס'וועט זיין א אינטש צוויי (אין די טריי סטעיט געגנט) ווי איידער דריי פיר.
ווי ס'קוקט אויס וועט די שניי זיך ענדיגן גאנץ פרי מוצ"ש אין די טריי סטעיט געגנט, א דורכשניטליכע 1 ביז 3 אינטשעס איז ערווארטעט באגלייט מיט שטארקע ווינטן.
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 1:18 pm
נעקסטע שטורעם (נומער 2) זונטאג נאכט ביז מאנטאג פארמיטאג קוקט דערווייל אויס אז ס'וועט טרעקן צו שטארק צו צפון אז ס'זאל אויסשטייגן אלס א גרויסע איסט קאוסט שטורעם, דערווייל קוקט אויס אז ס'וועט זיין בלויז עטליכע אינטשעס, ענליך צו די ערווארטעטע שבת'דיגע שניי.
מיי געס איז אבער אז די שפעטערע מאדלס פון נאכמיטאג און ביינאכט וועלן אנהייבן צו טרענדן צו א טרעק מער צו די סאוט, ווי מער סאוט ס'וועט אראפקומען אלס גרעסער איז די שאנס אז ס'זאל עקספלאודן אלס א גרויסע שטורעם.
אבער נאכאמאל "דערווייל איז ערווארטעט בלויז עטליכע אינטשעס".
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 1:29 pm
דערנאך האלט מען א אויג אויף נאך א "מעגליכע" שניי שטורעם, שטורעם נומער 3, קומענדיגן מיטוואך אדער דאנערשטאג.
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 2:12 pm
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:נעקסטע שטורעם (נומער 2) זונטאג נאכט ביז מאנטאג פארמיטאג קוקט דערווייל אויס אז ס'וועט טרעקן צו שטארק צו צפון אז ס'זאל אויסשטייגן אלס א גרויסע איסט קאוסט שטורעם, דערווייל קוקט אויס אז ס'וועט זיין בלויז עטליכע אינטשעס, ענליך צו די ערווארטעטע שבת'דיגע שניי.
מיי געס איז אבער אז די שפעטערע מאדלס פון נאכמיטאג און ביינאכט וועלן אנהייבן צו טרענדן צו א טרעק מער צו די סאוט, ווי מער סאוט ס'וועט אראפקומען אלס גרעסער איז די שאנס אז ס'זאל עקספלאודן אלס א גרויסע שטורעם.
אבער נאכאמאל "דערווייל איז ערווארטעט בלויז עטליכע אינטשעס".
דאס מיינט אז אין מאנטריאל וועט זיין א גרויסע שניי?
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 2:16 pm
ניין!
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 2:20 pm
די שטורעם בעצם איז נישט קיין גרויסע שטורעם, די שאנס אז ס'זאל אויסשטייגן אלס א גרויסע שטורעם איז נאר אויב ס'וועט אראפקומען סאוט ביז צום מיד אטלאנטיק קאוסט, און די צענטער פון די לאו פרעשור וועט זיך ארויסריקן צום ים און זיך פיל פארשטערקערן, און דאן צוריק ארויפקומען אין א צפון מזרח ריכטונג.
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 2:21 pm
יישר כח
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 2:27 pm
אין פעירבענקס, אלאסקע, האלט מען ביי א רעקארד "ווארעמער" טעמפעראטור פון 34 דעגירס, באגלייט מיט לייכטע רעגן!
דער דורכשניטליכע היי טעמפערטור פאר היינט דארט איז ארום 0, און דער דורכשניטליכער לאו דארט איז מינוס 17-!
- עטעטשמענטס
-

- Fairbanks_Alaska_Jan232014.PNG (7.09 KiB) געזעהן געווארן 719 מאל
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 2:51 pm
היינט איז דא געגאנגען האגעל