באריכטן און אנאליזן
דינסטאג נובמבר 26, 2013 3:43 pm
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:Binghamton, NY
א שעה שפעטער, זעהט דעם חילוק
Advertisement
דינסטאג נובמבר 26, 2013 3:56 pm
***אלערט***
דרייווער'ס אין קרית יואל און די אומגעגנט זאלן זיין זייער פארזיכטיג וויאזוי מ'דרייווט, די רעגן וואס פאלט יעצט ווערט איינגעפרוירן אויף די ערד (freezing rain) און אפילו אויב די ראוד זעהט אויס נאס, קען אבער זיין א דינע שיכט פון אומזעהבארע אייז (black ice).
דינסטאג נובמבר 26, 2013 3:56 pm
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:Binghamton, NY
א שעה שפעטער, זעהט דעם חילוקwebcamfront (1).jpg
איין קאר איז צוגעקומען און איין קאר איז אוועקגעפארן
דינסטאג נובמבר 26, 2013 5:12 pm
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:טעמפראטור איז געפאלן מיט 2 דעגרי די לעצטע שעה אין נוי יארק סיטי, פון 40 צו 38.
אבער דאונט ווארי ס'איז א ירידה לצורך עליה...
טעמפראטור אין נוי יארק סיטי איז ווייטער געפאלן, אצינד איז 36 דעגרי. (א גרעסערע ירידה לצורך א גרעסערע עליה... מארגן צופרי קען זיין אין די מיטעלע הויכע פופציגער אין די סיטי איידער ס'וועט צוריקפאלן אין די נאכמיטאג שעות).
דינסטאג נובמבר 26, 2013 6:07 pm
טעמפראטור הייבט צוביסלעך אן צוריק ארויפצוגיין, אויפן מאמענט איז 37 דעגרי אין סענטראל פארק.
דינסטאג נובמבר 26, 2013 7:03 pm
אייז זאמעלט זיך אן אויף די צווייגן פון די ביימער, גראז, געיטס, אין קרית יואל.
צו מזל אז אויף די סיידוואלק און ראודס איז דערווייל נישט פארפרוירן געווארן.
העכער די אויווערפעסעס דארף מען מער אכטונג געבן, דארט פרירט שנעלער.
דינסטאג נובמבר 26, 2013 8:02 pm
טעמפראטור אין נוי יארק סיטי גייט ארויף, 40 דעגרי יעצט.
די ווינט הייבט אן צו ווערן שטערקער (דערווייל באריכטעט געווארן 21 מייל א שעה אין לאגווארדיע לופטפעלד)
העווי רעגן מארשירט ארויף פון די סאוט, דורכאויס די קומענדע שעות וועט די רעגן פיל פארשטערקערט ווערן.
דינסטאג נובמבר 26, 2013 8:16 pm
די טעמפראטור אין די קרית יואל געגנט הייבט יעצט אן ארויפצוגיין העכער די פרירונגס פונקט, אלזא פון יעצט און ווייטער וועט זיין פלעין רעגן וואס וועט אראפקומען מיט א שטארקייט דורכאויס די פארטאגס און צופרי שעה'ן, באגלייט מיט ווינטן.
די העווי רעגן וועט קומען צו א ענדע מארגן מיטאג צייט, דערנאך וועט זיין לייכטערע רעגן וואס קען אריבערגיין צו שניי אלדעוועי ביז צו די סיטי.
וויפיל שניי ס'וועט פאלן פון די צווייטע חלק איז דערווייל נאכנישט קלאר, האף מיר מארגן צו האבן א אפדעיט איבער דעם.
דינסטאג נובמבר 26, 2013 8:24 pm
אין מאנטריאל האט פריער אנגעהויבן צו שנייען
בילד קרעדיט "פאר דווקא" המכונה פעדאווקע.
- עטעטשמענטס
-

דינסטאג נובמבר 26, 2013 8:42 pm
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:***אלערט***
דרייווער'ס אין קרית יואל און די אומגעגנט זאלן זיין זייער פארזיכטיג וויאזוי מ'דרייווט, די רעגן וואס פאלט יעצט ווערט איינגעפרוירן אויף די ערד (freezing rain) און אפילו אויב די ראוד זעהט אויס נאס, קען אבער זיין א דינע שיכט פון אומזעהבארע אייז (black ice).
עטליכע עקסידענטן אין רעזולטאט פונעם וועטער באריכטעט געווארן אין די קרית יואל געגנט די לעצטע פאר שעה.
דינסטאג נובמבר 26, 2013 9:22 pm
טיילן פון סענטראל פענסעלוועניע איז ארויפגעלייגט געווארן אונטער א אייז שטורעם ווארענונג. (ס'פאלט פארפרוירענע רעגן וואס האט דערווייל שוין אנגעזאמעלט ארום האלבע אינטש אייז)
- עטעטשמענטס
-

דינסטאג נובמבר 26, 2013 9:23 pm
מיטוואך נובמבר 27, 2013 8:32 am
2.24 אינטשעס רעגן איז דערווייל שוין געפאלן אין סענטראל פארק.
מיטוואך נובמבר 27, 2013 8:42 am
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:טעמפראטור אין נוי יארק סיטי גייט ארויף, 40 דעגרי יעצט.
יעצט צופרי איז 61 דעגרי אין סענטראל פארק, וואס איז מיט נאנט צו 40 דעגרי ווארעמער ווי פאר 48 שעה צוריק אין די זעלבע צייט ווען ס'איז געווען 23 דעגרי.
מיטוואך נובמבר 27, 2013 8:45 am
די העכסטע ווינט גאסטס דערווייל:
סענטראל פארק 37 מייל א שעה, JFK לופט פעלד 48 מייל א שעה, LA GUARDIA לופטפעלד 47 מייל א שעה, נוארק לופטפעלד 36 מייל א שעה.
אין וועסטשעסטער קאונטי איז די העכסטע ווינט גאסט דערווייל געווען אין LARCHMONT ביי 54 מייל א שעה.
די העכסטע ווינט גאסט אין די טריי סטעיט געגנט איז געווען אין PLUM ISLAND ביי 59 מייל א שעה.
מיטוואך נובמבר 27, 2013 8:48 am
א פלעש פלאד ווארענונג איז אין קראפט פאר וועסטשעסטער און ראקלענד קאונטיס ביז 9:30 צופרי.
מיטוואך נובמבר 27, 2013 8:55 am
פלאדינג אין חלקים פון די וועסט סייד הייוועי היינט פארטאגס.
- עטעטשמענטס
-

מיטוואך נובמבר 27, 2013 8:57 am
1000 פיס העכער די ערד אין די ניו יארק סיטי מעטרא עריע (בערך 100 שטאק) בלאזט יעצט ווינטן פון איבער 70 מייל א שעה.
מיטוואך נובמבר 27, 2013 9:00 am
די שווערע רעגן איז נאך נישט פאריבער הגם די לעצטע פאר שעה איז שוין געווען לייכטער.
א פרישע בענד פון העפטיגע רעגן מאכט יעצט דעם וועג צו די ניו יארק סיטי געגנט, און וועט אנקומען בערך אין די נעקסטע 15 מינוט ביז א האלבע שעה.
מיטוואך נובמבר 27, 2013 9:10 am
טעמפראטור אין ניו יארק סיטי הייבט אן צוריק צו דראפן, פון 61 דעגרי איז געפאלן צו 58.
מיטוואך נובמבר 27, 2013 9:16 am
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:א פלעש פלאד ווארענונג איז אין קראפט פאר וועסטשעסטער און ראקלענד קאונטיס ביז 9:30 צופרי.
די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט יעצט פארלענגערט די ווארענונג פאר ביז 11:00 צוליב א פרישע בענד פון שווערע רעגן וואס קומט יעצט ארויף פון די סאוט וועסט.
מיטוואך נובמבר 27, 2013 9:22 am
טענקס קנא. כאפ דעם אטעם אביסל. קענסט דאך הייזעריג ווערן פון רעדן אזוי סך
מיטוואך נובמבר 27, 2013 9:33 am
געלעגער האט געשריבן:טענקס קנא. כאפ דעם אטעם אביסל. קענסט דאך הייזעריג ווערן פון רעדן אזוי סך
ברענגעם א טיי
מיטוואך נובמבר 27, 2013 9:43 am
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די העווי רעגן וועט קומען צו א ענדע מארגן מיטאג צייט, דערנאך וועט זיין לייכטערע רעגן וואס קען אריבערגיין צו שניי אלדעוועי ביז צו די סיטי.
וויפיל שניי ס'וועט פאלן פון די צווייטע חלק איז דערווייל נאכנישט קלאר, האף מיר מארגן צו האבן א אפדעיט איבער דעם.
דערווייל לויט די לעצטערע דעטא זעהט נישט אויס אז די פרישע שניי שפעטער נאכמיטאג און ביינאכט זאל זיך אנזאמלען צופיל, ס'קען מעגליך זיין א לייכטע קאדינג ביז "מערסטנס" א אינטש אין די האדסאן וואלי געגנט ספעציעל אין אראנדזש קאונטי, אבער אראפציר איז נישט ערווארטעט מער ווי אביסל פלאריס און סנוא שאוערס וואס וועט ווארשיינליך זיך נישט אנקלעבן אויף דער ערד.
היינט נאכט וועט צוריק קאלט ווערן, מארגן וועט זיין צוריק זייער קאלט און ווינטיג! ענליך צו זונטאג (באט א משהו ווארעמער).
וועלקאם בעק מיסטער קאלד!
מיטוואך נובמבר 27, 2013 9:45 am
געלעגער האט געשריבן:טענקס קנא. כאפ דעם אטעם אביסל. קענסט דאך הייזעריג ווערן פון רעדן אזוי סך
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:ברענגעם א טיי
thank u guys