בלאט 128 פון 336

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 6:18 am
דורך ק.נ.א. וועטער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אביסל לייכטע שניי הייבט יעצט אן צו פאלן אין די קרית יואל געגנט, אבער ס'וועט נישט צו לאנג אנהאלטן, און ס'איז נישט ערווארטעט אז ס'זאל זיך אנזאמלען מער ווי א לייכטע קאדינג.

למעשה האט גאנץ שנעל אויפגעהערט אין קרית יואל, אבער ס'קען נאך זיין אביסל פלאריס אדער לייכטע שניי פון צייט צו צייט דורכאויס די קומענדיגע שטיק צייט.

אין קאנעטיקוט פאלט די שניי געדעכטער
בילד:

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 6:19 am
דורך ק.נ.א. וועטער
די לייכטע שניי וואס פאלט יעצט אין טיילן פון די טריי סטעיט געגנט איז נאכנישט פונעם גרויסן שטורעם, דאס איז פון א קלענערע סיסטעם וואס גייט יעצט פארביי בעיקר אין סענטראל אפסטעיט נוי יארק.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 7:39 am
דורך ק.נ.א. וועטער
ווידעראמאל שניי פלאריס אין קרית יואל.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 7:41 am
דורך ק.נ.א. וועטער
אויך אין די מאנסי געגנט פאלט יעצט אביסל שניי פלאריס.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 9:19 am
דורך ק.נ.א. וועטער
דאס איז אין פיטסבורג אינטערנעשאנעל עירפארט (ס'איז ערווארטעט דארט ארום 5 ביז 10 אינטשעס שניי)

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 9:29 am
דורך ק.נ.א. וועטער
אין אסאך געגענטער אין אפסטעיט נוי יארק אינקלודעט טיילן פון אראנדזש קאונטי (נישט קרית יואל), און אזוי אויך אין די קעסטקילס, זעט אויס יעצט בערך אזוי ווי אין דעם בילד, און אלס רעזולטאט איז דא סקול פארשפעטונגען פון צוויי שעה אדער מער, און אנדערע זענען גענצליך פארשלאסן...

ברוך שלא עשני גוי! ביי אונז אידן וואלט קיינמאל אין געדאנק געקומען צו האבן שפעטונגען מיט עטליכע שעה און ווער רעדט נאך פון זיין אינגאנצן פארשלאסן צוליב אזא קליינע נישטיגע שניי ווי אינעם בילד.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 9:32 am
דורך ק.נ.א. וועטער
די I-90 אין אפסטעיט נוי יארק היינט צופרי.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 9:48 am
דורך ק.נ.א. וועטער
לעצטערע קאמפיוטער מאדלס ברענגן די צענטער פון די לאו פרעשור פונעם שטורעם אביסעלע מער צו מזרח, אויב וועט עס גיין נאך מער מזרח קען לענגער אנהאלטן די שניי און האגל פון די ערשטע חלק פונעם שטורעם אין די האדסאן וואלי געגנט, און אלס רעזולטאט קען זיין אביסל מער שניי.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 10:30 am
דורך ק.נ.א. וועטער
רואיגע סמאד שניי פלאריס יעצט אין קרית יואל.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 10:52 am
דורך מכטי1
אין ארץ ישראל איז געוועהן היינט בערך 85-90 דיגרי...
חנוכה לעכט מיט עירקאנדישען....

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 12:07 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
לייכטע שניי געמישט מיט האגל האלט אט אט ביים אנקומען אין די סיטי, אבער ס'איז שוין צו ווארעם אז ס'זאל זיך אנקלעבן אויף דער ערד (אין די הויכע דרייסיגער יעצט). ס'וועט גאנץ שנעל אריבערגיין צו רעגן.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 12:14 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
בערך אין די קומענדיגע האלבע שעה ביז א שעה וועט די מער העוויער בענד פון שניי אנקומען אין די האדסאן וואלי געגנט וואס דאס וועט שוין מער נישט זיין קיין פלעינע פלאריס ווי ביז יעצט, דאס קען זיך שוין מעגליך אנקלעבן אויף דער ערד ספעציעל אין אראנדזש קאונטי, ווארשיינליך פון א האלבע אינטש ביז א אינטש, און מעגליך ביז צוויי אינטשעס אין טייל לאָקי ספאטס.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 12:20 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:לייכטע שניי געמישט מיט האגל האלט אט אט ביים אנקומען אין די סיטי, אבער ס'איז שוין צו ווארעם אז ס'זאל זיך אנקלעבן אויף דער ערד (אין די הויכע דרייסיגער יעצט). ס'וועט גאנץ שנעל אריבערגיין צו רעגן.

וויכטיג מאכער און יאנקל פאדראטשיק (אין אמ"ג) באשטעטיגן אז שניי און האגל פאלט יעצט אין וויליאמסבורג.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 12:31 pm
דורך מילכיגער
די בלויע פאנט איז ע"ש די קעלט?...

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 12:34 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
מ'האט עס שוין אמאל אויסגעשמועסט דא אין אשכול, מאך א זוכעניש.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 12:35 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
א טוויט פון די נאציאנאלע וועטער סערוויס

Don't be surprised if you see a few sleet pellets across #NYC / NE NJ over the next hour. No big impacts anticipated

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 12:38 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
אין די קרית יואל געגנט איז נאך אלס אונטער די פרירונגס פונקט, ס'איז ארום 31 צו 32 דעגרי אין די געגנט, אלזא די שניי וועט ווארשיינליך זיך אנקלעבן אויף די ראודס און פאראורזאכן א גליטש.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 12:53 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ס'שנייט שוין אין קרית יואל, דערווייל זייער לייכט, אבער ס'וועט צוביסלעך פארשטערקערט ווערן.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 2:14 pm
דורך מצב כללי
ב"ה עפעס שניי ברעקליך זעהט זיך שוין אן אויפ'ן האריזאנט.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 2:28 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
לייכטע שניי געמישט מיט האגל יעצט אין קרית יואל, וועט פארשטארקערט ווערן אין די קומענדע מינוטן.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 2:44 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
פארפרוירענע רעגן געמישט מיט האגל יעצט אין קרית יואל.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 2:47 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
Binghamton, NY

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 3:11 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
טעמפראטור איז געפאלן מיט 2 דעגרי די לעצטע שעה אין נוי יארק סיטי, פון 40 צו 38.

אבער דאונט ווארי ס'איז א ירידה לצורך עליה...

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 3:16 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
לעצטע NAM מאדל ווייזט אז ס'קען זיין א גוטע פאר אינטשעס שניי אין די האדסאן וואלי געגנט ווען ס'וועט צוריקגיין צו שניי מארגן שפעט נאכמיטאג אדער ביינאכט. און אפילו אין די סיטי קען זיין ארום א אינטש.

עמיר זעהן שפעטער אויב די אנדערע מאדלס עגריען.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 3:31 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
פארפרוירענע רעגן יעצט אין קרית יואל (פארפרוירענע רעגן איז געהעריגע רעגן אין די לופט, אבער ווערט איינגעפרוירן אויף די ערד ווען ס'איז אונטער די פרירונגס פונקט).

אלזא א אינטש שניי וועט שוין נישט זיין פונעם ערשטן חלק, אבער אביסל אייז קען זיך אנזאמלען בעפאר די טשעינדזש אויווער צו פלעינע רעגן שפעטער ביינאכט.