בלאט 127 פון 336
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 4:46 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
- קאוד:
..RECORD MINIMUM HIGH TEMPERATURE SET AT LAGUARDIA NY..
A RECORD MINIMUM HIGH TEMPERATURE OF 32 DEGREES WAS SET AT LAGUARDIA
NY TODAY. THIS BREAKS THE OLD RECORD OF 34 SET IN 1956.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 4:47 pm
דורך נא_שכל
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:קול מבשר מעלדט אז פון די שטארקע ווינטן איז געפאלן א גרויסע טאוול אויף בעדפארד עוועניו (ארויס פון די היימישע געגנט) מיט צוויי פארוואונדעטע.
ווי אויך איז היינט צופרי אראפגעפאלען טיילזוייז די טאוול פין r&r lumber, איך האב נישט געהערט פון קיין פארוואונדעטע.
מעגליך יעצט וועלען זיין שוין אופדעיטעין זייער טאוול, אדער וועלען זיי מאכען א שנעלען פיקס מיט די סופלייס פון זייער געשעפט
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 4:49 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
- קאוד:
...RECORD MINIMUM HIGH TEMPERATURE TIED AT CENTRAL PARK NY..
A RECORD MINIMUM HIGH TEMPERATURE OF 30 DEGREES WAS SET AT CENTRAL
PARK NY TODAY. THIS TIES THE OLD RECORD OF 30 SET IN 1880.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 4:51 pm
דורך ווינקל
די ווינטן מוצאי שבת זענען געווען בלויז... 40 מייל א שעה? ס'האט אזאנס געפיפן אז נאר...
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 4:54 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
אינעם דאטום פון נאוועמבער 25 איז די רעקארד נידריגסטע טעמפראטור אין סענטראל פארק געווען 19 דעגרי וואס שטייט שוין זינט יארע 1938 (תרצ"ח), ס'איז דא א שאנס אז ס'וועט זיין TIED צו די רעקארד אדער גאר ברעכן די רעקארד.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 5:05 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
אין די קרית יואל געגנט קען היינט נאכט אראפגיין צו ארום 10 - 12 דעגרי.
אין מאנסי צו ארום 14 - 16 דעגרי.
#בררר
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 5:35 pm
דורך שנאפס
זאג נאכאמאל: ברררר....
טענקס עגען פאר אלע באריכטן
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 5:53 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
נאנט צו צוויי פיס "לעיק עפעקט שניי" היינט געפאלן אין א געגנט אין צפון מערב פענסעלוועניע.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 8:02 pm
דורך לכתחילה אריבער
שרייטץ אלע גלובל ווארמינג!!!
(נישט וויל כ'ווייס נישט אז פון עטליכע טעג קען מען גארנישט וויסן, אבער ווען עס זאל זיין פארקערט וואלטן זיי געשריגן, שריי איך יעצט!)
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 8:09 pm
דורך תרנגול
לכתחילה אריבער האט געשריבן:שרייטץ אלע גלובל ווארמינג!!!
שוין געשריגן, וואס טו איך ווייטער?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 8:18 pm
דורך לכתחילה אריבער
תרנגול האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:שרייטץ אלע גלובל ווארמינג!!!
שוין געשריגן, וואס טו איך ווייטער?
תרנגולת שקראה כמו תרנגול ישחטנה מיד! (צואת ר' יהודה החסיד)
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 25, 2013 4:30 am
דורך ק.נ.א. וועטער
דערווייל איז נישטא קיין ערענסטע טויש לגבי די נאראיסטער שטורעם.
ס'איז ערווארטעט אנצוהייבן מארגן דינסטאג נאכמיטאג מיט אביסל שניי און האגל ספעציעל אין די האדסאן וואלי געגענט. דערנאך וועט עס אריבערגיין צו א שווערע רעגן מיט ווינטן דורכאויס דינסטאג נאכט און מיטוואך פארמיטאג. מיטוואך נאכמיטאג אדער פארנאכט קען זיך עס צוריקטוישן צו אביסל שניי, בעפאר ס'וועט קומען צו א אפשטעל שפעטער מיטוואך ביינאכט ליל א' דחנוכה.
אנדערע געגענטער צפון און מערב נוי יארק קענען באקומען א פיס שניי אדער מער (אזוי אויך מאנטריאל קאנאדא), די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט שוין אנגעהויבן צוביסלעך ארויפצושטעלן "ווינטער שטורעם וואטשעס" פאר חלקים פון צפון און מערב אפסטעיט נוי יארק.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 25, 2013 8:31 am
דורך msp
לכתחילה אריבער האט געשריבן:שרייטץ אלע גלובל ווארמינג!!!
(נישט וויל כ'ווייס נישט אז פון עטליכע טעג קען מען גארנישט וויסן, אבער ווען עס זאל זיין פארקערט וואלטן זיי געשריגן, שריי איך יעצט!)
עה! דו ווייסט דען נישט?
זיי האבען שוין לאנג געמאכט א שינוי השם
יעצט הייסט עס "קליימעט טשעינדזש"....
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 25, 2013 2:47 pm
דורך לכתחילה אריבער
msp האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:שרייטץ אלע גלובל ווארמינג!!!
(נישט וויל כ'ווייס נישט אז פון עטליכע טעג קען מען גארנישט וויסן, אבער ווען עס זאל זיין פארקערט וואלטן זיי געשריגן, שריי איך יעצט!)
עה! דו ווייסט דען נישט?
זיי האבען שוין לאנג געמאכט א שינוי השם
יעצט הייסט עס "קליימעט טשעינדזש"....
יא יא, גערעכט.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 25, 2013 3:10 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
מיטוואך צופרי ביים גיין אין ביהמ"ד זאל אייך נישט בייפאלן צו נעמען די שירעם, ווייל ס'וועט צופליקט ווערן (חוץ אויב ס'איז ווינט פראוו).
לויט די לעצטערע דעטא פון די מאדלס קען מעגליך זיין ווינט גאסטס פון 60 מייל א שעה.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 25, 2013 3:17 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
מאנטריאלע אידן קענען זיך רישן צו באקומען פון אלעמען: שניי, האגל, פארפרוירענע רעגן, און ווינטן.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 25, 2013 3:38 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
א "היי ווינט וואטש" איז יעצט ארויסגעלייגט געווארן פאר נוי יארק סיטי און לאנג איילענד פון שפעט דינסטאג ביינאכט ביז מיטוואך נאכמיטאג ווי ס'איז ערווארטעט ווינט גאסטס צווישן 50 און 60 מייל א שעה.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 25, 2013 5:16 pm
דורך מצב כללי
אז עס קומט שוין יא א מעכטיגע שטורעם זאל עס כאטש קומען היינט מיט א גוטע פיס שניי.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 25, 2013 5:43 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ס'איז נאך אינגאנצן נאוועמבער 25, און ביזן אפיציעלן אנהייב פונעם ווינטער איז נאך דא 4 וואכן.
האבדזשע געדולד אביסעלע (אפשר לכבוד די 7000'טע תגובה
).
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 25, 2013 5:51 pm
דורך ניק ניק
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:מאנטריאלע אידן קענען זיך רישן צו באקומען פון אלעמען: שניי, האגל, פארפרוירענע רעגן, און ווינטן.
מאנטריאלע אידן זענען געוואונט צו דעם
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 25, 2013 6:01 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ניק ניק האט געשריבן:מאנטריאלע אידן זענען געוואונט צו דעם
ס'קען זיין א אומגעווענדליכע שטורעם אפילו פאר מאנטריאלע אידן.
געווענדליך ווען ס'שנייט אין מאנטריאל איז נישט אזוי ווינטיג, אזוי אויך איז עס געווענדליך לויטער שניי, אצינד קען זיין שווערע שנייען פון ארום א פיס הויעך, געמישט פון צייט צו צייט מיט שווערע האגל און פארפרוירענע רעגן, אינאיינעם מיט א שטארקע ווינט.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 4:02 am
דורך ק.נ.א. וועטער
די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט יעצט ארויפגעשטעלט אראנדזש קאונטי אונטער א "ווינטער וועטער אדווייזערי" וואס איז אין קראפט פון היינט 1:00 נאכמיטאג ביז 10:00 ביינאכט, ווי דורכאויס די צייט קען זיך מעגליך אנזאמלען ביז א אינטש שניי אין צוגאב צו א דינע שיכט פון האגל און אייז וואס קען פאראורזאכן א גליטש.
שפעטער ביינאכט קען די שניי, האגל, פארפרוירענע רעגן, אריבערגיין צו פלעין רעגן וואס וועט אראפקומען מיט א שטארקייט אינאיינעם מיט שווערע ווינטן ביז מארגן מיטאג צייט, דערנאך קען נאך אנהאלטן לייכטערע רעגן וואס קען צוריק אריבערגיין צו שניי מארגן ביינאכט, מיט די מעגליכקייט אז ס'וועט זיך אנזאמלען א פרישע לייכטע קאדינג ביז א אינטש.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 4:03 am
דורך ק.נ.א. וועטער
אויך אין די מאנסי געגענט קען זיך עס אנהייבן מיט אביסל שניי און האגל, אבער ס'וועט פיל שנעלער אריבערגיין צו רעגן.
דערווייל איז נישט ארויסגעלייגט געווארן א ווינטער וועטער אדווייזערי פאר ראקלענד קאונטי.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 4:33 am
דורך ק.נ.א. וועטער
אביסל לייכטע שניי הייבט יעצט אן צו פאלן אין די קרית יואל געגנט, אבער ס'וועט נישט צו לאנג אנהאלטן, און ס'איז נישט ערווארטעט אז ס'זאל זיך אנזאמלען מער ווי א לייכטע קאדינג.
א מער העוויער בענד פון שניי און האגל וועט הערשט אנקומען אנהייב נאכמיטאג צייט וואס קען זיך אנזאמלען ביז א אינטש אין צוגאב צו א דינע שיכט פון אייז.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 4:52 am
דורך ק.נ.א. וועטער
דאס איז די צאל רעגן וואס איז ערווארטעט אין די נוי יארק סיטי מעטרא עריע אריינגערעכענט די האדסאן וואלי (אריבער 3 אינטשעס רעגן).
שוין לאנג נישט געווען אזעלכע רעגן אמאונטס, די לעצטע מאל איז געווען א האלבע יאר צוריק ווען טראפישע שטורעם ANDREA האט געברענגט 4.77 אינטשעס רעגן אין סענטראל פארק, און א דורכשניטליכע 3 ביז 6 אינטשעס רעגן אין די גאנצע טריי סטעיט געגנט (דא קען מען זעהן די דעמאלס'דיגע צאל רעגנפאל)