בלאט 126 פון 336
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 23, 2013 8:00 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
Moderate snow and 1/2 mile visibility at Central Park in snow showers. Temperature has dropped to 32 degrees
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 23, 2013 10:04 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
דראמאטישע טארנעידא ווידיו פאריגע וואך אין די מידוועסט!
http://www.weather.com/video/tornado-de ... mily-41518
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 9:21 am
דורך האלץ האקער
יוש איז קאלט באאאאאאאאא
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 9:43 am
דורך ק.נ.א. וועטער
די טעמפראטור אין סענטראל פארק איז געפאלן די נאכט צו 23 דעגרי, אביסל נידריגער ווי ערווארטעט.
דערווייל די קעלטסטע נאכט פונעם היי יעריגן ווינטער, די לעצטע מאל וואס ס'איז געועון אזוי קאלט איז געווען פאריאר אום פעברואר 18.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 10:43 am
דורך ק.נ.א. וועטער
מ'האלט שוין ביי זונטאג, און יא אלע מאדלס האלטן אן צו ווייזן אז א גרויסע נאראיסטער שטורעם קען אנטרעפן די טריי סטעיט געגנט שפעטער אין די וואך, אלזא ס'איז צייט ערנסט אין באטראכט צו נעמען די מעגליכקייט פונעם שטורעם.
די שאלה איז נאר הויפטזעכליך צוויי זאכן:
1) וואסערע טייפ precipitation וועט פאלן, רעגן אדער שניי אדער גאר ביידע? 2) פון ווען ביז ווען?
איז ווי ס'קוקט אויס דערווייל וועט זיין ווי פאלגענד:
"נוי יארק סיטי"
ס'וועט אראפקומען אלס א "גרויסע רעגן שטורעם" ווי ס'קען פאלן א דורכשניטליכע 2 ביז 4 אינטשעס רעגן, באגלייט מיט ווילדע ווינטן פון 50 מייל א שעה און מעגליך העכער. ס'קען זיך אנהייבן דינסטאג פארמיטאג אדער אין די מיטאג שעה'ן לייכטערהייט, מעגליך באגלייט מיט אביסל שניי אדער האגל, אבער נישט מער ווי דאס, און וועט זיין ביים קלימאקס דורכאויס שפעט דינסטאג ביינאכט און מיטוואך פארמיטאג, און וועט זיך ענדיגן מיטוואך ביינאכט ליל א' דחנוכה מיט "אביסעלע שניי אדער פלאריס" אבער נישט קיין ערענסטע זאכן.
"מאנסי און אומגעגענט"
ווי ס'קוקט אויס דערווייל וועט עס אויך אראפקומען אלס א "גרויסע רעגן שטורעם" ווי ס'קען פאלן א דורכשניטליכע 2 ביז 4 אינטשעס רעגן, באגלייט מיט ווילדע ווינטן פון 50 מייל א שעה און מעגליך העכער. ס'קען זיך אנהייבן דינסטאג פארמיטאג אדער אין די מיטאג שעה'ן לייכטערהייט, מעגליך באגלייט מיט אביסל שניי אדער האגל, אבער נישט מער ווי דאס, און וועט זיין ביים קלימאקס דורכאויס שפעט דינסטאג ביינאכט און מיטוואך פארמיטאג, און וועט זיך ענדיגן מיטוואך ביינאכט ליל א' דחנוכה מיט אביסל שניי, "מעגליך א לייכטע קאדינג".
"קרית יואל"
אין די קרית יואל געגנט קען זיך עס אנהייבן מיט א געמיש פון שניי און האגל וואס קען מעגליך אנמאכן גליטשיגע גאסן פאר א שטיק צייט, אבער וועט שפעטער אריבערגיין צו א "גרויסע רעגן שטורעם" ווי ס'קען פאלן א דורכשניטליכע 2 ביז 4 אינטשעס רעגן, באגלייט מיט ווילדע ווינטן פון 50 מייל א שעה און מעגליך העכער. ס'קען זיך אנהייבן דינסטאג פארמיטאג אדער אין די מיטאג שעה'ן לייכטערהייט אלס א שניי געמישט מיט האגל, ס'קען זיך אנזאמלען "א לייכטע קאדינג פון שניי און אייז", ביים קלימאקס דורכאויס שפעט דינסטאג ביינאכט און מיטוואך פארמיטאג וועט פאלן שווערע רעגן באגלייט מיט שטארקע ווינטן, דערנאך קען זיך עס צוריקטוישן צו שניי מיטוואך נאכמיטאג ביז מיטוואך ביינאכט ליל א' דחנוכה, ווי ס'קען זיך אנזאמלען ארום א אינטש אדער מער.
"קעטסקילס"
אין די קעטסקילס געגנט קען לענגער אנהאלטן די שניי אנפאנג און סוף, אבער ביים הויכפונקט פונעם שטורעם וועט עס זיין פלעין רעגן, פונקטליך וויפיל שניי ס'וועט פאלן אנפאנג און סוף איז דערווייל נאכנישט קלאר, אבער אין דורכשניט אלעס אינאיינעם קען מעגליך פאלן צווישן 3 און 6 אינטשעס שניי.
דאס איז ווי ס'זעהט אויס דערווייל, היות לויט די יעצטיגע טרעק וועט די צענטער פון די לאו פרעשור טרעקן העכער נוי יארק סיטי אדער אביסל מערב פון ניו יארק סיטי, אבער א קליינע טרעק אינעם שטורעם מער מזרח צו לאנג איילענד, קען אויסמאכן גאר אסאך ספעציעל פאר אראנדש קאונטי און די קעטסקילס, און אלס רעזולטאט קען לענגער אנהאלטן שניי אנפאנג און סוף, מיט פיל העכערע אמאונטס. אזוי צו אזוי זעהט אבער נישט אויס דערווייל אז ס'זאל זיין בלויז שניי די גאנצע צייט אין אראנדזש קאונטי, אבער אין די קעטסקילס איז יא דא א שאנס אז ס'זאל פארבלייבן א שניי די גאנצע צייט ספעציעל אין די העכערע חלק, אבער ס'איז בלויז א קליינע שאנס.
אנדערע געגענטער מער צפון און מערב נוי יארק, קענען זעהן הויכע שנייען פון איבער א פיס.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 10:49 am
דורך ק.נ.א. וועטער
געגענטער אין מערב נוי יארק באקומען היינט א שיינע פארציע פון "לעיק עפעקט שניי", ווי אין טייל געגענטער קען עס אנקומען צו נאנט צו א פיס שניי.
דאס איז אין Binghamton, NY ווי ס'איז שוין געפאלן דערווייל עטליכע אינטשעסhttp://www.erh.noaa.gov/bgm/webcam
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 11:15 am
דורך ק.נ.א. וועטער
ס'איז קורץ נאך 11:00 אינדערפרי, און אין סענטראל פארק איז דערווייל ארויף מיט בלויז 2 דעגרי צו 25 דעגרי, אינקריסונג די קאנפידענס אז ס'וועט מעגליך בלייבן אין די צוואנציגער היינט א גאנצן טאג אפילו אין די סיטי.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 11:18 am
דורך ק.נ.א. וועטער
WOW
אין מאונט וואשינגטאן איז יעצט 9 אונטער 0, מיט א ווינט פון 107 מייל א שעה, שפירט זיך ווי 52 אונטער 0.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 11:22 am
דורך ק.נ.א. וועטער
די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט ארויסגעלייגט א "רעד פלעג ווארענונג" פאר די גאנצע טריי סטעיט געגנט, דאס הייסט אז די ריזיקע פאר וואלד פייערן איז זייער הויעך צוליב די ווייניג רעגן אין די לעצטע חדשים, און היינט מיט די שטארקע ווינטן אינאיינעם קען עס זיין זייער סכנה'דיג און פארשפרייטבאר.
א גרויסע בראש פייער ברענט יעצט אין Middlesex קאונטי נוי דזשערזי
Large brush fire has erupted in Cheesequake State Park, Middlesex Co, NJ. NW wind gusts 35-45 mph aggravating situation
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 11:23 am
דורך ק.נ.א. וועטער
אזוי אויך איז די גאנצע געגנט אונטער א "ווינט אדווייזערי" מיט די מעגליכקייט פאר שטארקע ווינטן וואס קען דערגרייכן צו ארום 45 אדער 50 מייל א שעה.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 11:24 am
דורך derech eretz
קען דען נאך זיין קעלטער ווי היינט??
יישר כח וועטער ביורא פאר אלע באריכטן,
(אפשר שוין צייט פאר א אידישע וועטער סמארטפאון עפפ?)
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 11:48 am
דורך ק.נ.א. וועטער
קומענדיגן דאנערשטאג יום א' דחנוכה א טאג נאכן נאראיסטער שטורעם, קען מעגליך זיין א ענליכע טאג צו היינט מיט שטארקע קעלט און ווינטן.
בייטאג טעמפראטורן אין די דרייסיגער קען מעגליך אנהאלטן פאר א גרויסע חלק פון חנוכה, מיט א מעגליכע פרישע שטורעם אום זאת חנוכה (לויט טייל מאדלס), אבער ווי פארשטענדליך קען זיך עס נאך היפש טוישן.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 12:00 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
אין ביידע נוי יארקע לופטפעלדער איז די שטערקסטע ווינטן געווען דערווייל ביי 51 א שעה, 40 מייל א שעה אין נוארק לופטפעלד, און 39 מייל א שעה אין סענטראל פארק.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 12:12 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ס'איז חצות היום, און ס'איז בלויז 27 דעגרי אין סענטראל פארק.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 12:53 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
קול מבשר מעלדט אז פון די שטארקע ווינטן איז געפאלן א גרויסע טאוול אויף בעדפארד עוועניו (ארויס פון די היימישע געגנט) מיט צוויי פארוואונדעטע.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 12:55 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט ארויסגעלייגט א "רעד פלעג ווארענונג" פאר די גאנצע טריי סטעיט געגנט, דאס הייסט אז די ריזיקע פאר וואלד פייערן איז זייער הויעך צוליב די ווייניג רעגן אין די לעצטע חדשים, און היינט מיט די שטארקע ווינטן אינאיינעם קען עס זיין זייער סכנה'דיג און פארשפרייטבאר.
א גרויסע בראש פייער ברענט יעצט אין Middlesex קאונטי נוי דזשערזי
Large brush fire has erupted in Cheesequake State Park, Middlesex Co, NJ. NW wind gusts 35-45 mph aggravating situation
א פרישע בראאש פייער האט אויסגעבראכן אין ראקלענד קאונטי.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 1:08 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
1:00 נאכמיטאג און ס'איז 28 דעגרי אין נוי יארק סיטי.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 2:03 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
2:00 נאכמיטאג און ס'איז 29 דעגרי.
אין די קומענדיגע שעה בערך וועט די טעמפראטור צוריק אנהייבן צו פאלן, ס'קען אראפגיין צו ארום 20 דעגרי היינט נאכט אין ניו יארק סיטי, אויב נישט נידריגער.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 2:32 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
אין מאונט וואשינגטאן וועט היינט נאכט זיין 15 אונטער 0, מיט ווינטן פון 115 מייל א שעה, וועט זיך שפירן ווי 60 אונטער 0, אינאיינעם מיט א שניי פון עטליכע אינטשעס.
דאס איז אזוינס וואס אפילו דארט פאסירט עס נישט אפט.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 4:06 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
לעצטערע מאדלס האלטן ווייטער אן צו ווייזן אז אין די טריי סטעיט געגנט וועט די שטורעם שפעטער אין וואך זיין בעיסיקלי א גרויסע רעגן שטורעם מיט ווינטן.
צפון און מערב אפסטעיט נוי יארק קענען באקומען שווערע שנייען, אריינגערעכענט א גרויסע חלק פון די טראוועי פון און צו מאנטריאל, און אזוי אויך מאנטריאל און טאהש גופא קענען שווער באטראפן ווערן מיט הויכע שנייען און ווינטן.
אלזא די אלע וואס ווילן פארן קיין מאנטריאל אדער טאהש קומענדיגן דינסטאג נאכט און מיטוואך און מיטוואך נאכט, זאלן אינאכט נעמען די שווערע וועטער צושטאנד אויף די וועגן.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 4:37 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט ארויסגעלייגט א "רעד פלעג ווארענונג" פאר די גאנצע טריי סטעיט געגנט, דאס הייסט אז די ריזיקע פאר וואלד פייערן איז זייער הויעך צוליב די ווייניג רעגן אין די לעצטע חדשים, און היינט מיט די שטארקע ווינטן אינאיינעם קען עס זיין זייער סכנה'דיג און פארשפרייטבאר.
א גרויסע בראש פייער ברענט יעצט אין Middlesex קאונטי נוי דזשערזי
Large brush fire has erupted in Cheesequake State Park, Middlesex Co, NJ. NW wind gusts 35-45 mph aggravating situation
א פרישע בראאש פייער האט אויסגעבראכן אין ראקלענד קאונטי.
אויך אין די לעיקוואד געגנט איז דא באריכטן איבער א גרויסע בראאש פייער.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 4:39 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אין ביידע נוי יארקע לופטפעלדער איז די שטערקסטע ווינטן געווען דערווייל ביי 51 א שעה, 40 מייל א שעה אין נוארק לופטפעלד, און 39 מייל א שעה אין סענטראל פארק.
אין נוארק לופטפעלד איז למעשה די שטערקסטע ווינטן היינט געווען ביי 46 מייל א שעה, אין סענטראל פארק ביי 42 מייל א שעה. און אין די אנדערע צוויי נוי יארקע לופטפעלדער ביי 51 מייל א שעה.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 4:39 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
די עוורידזש טעמפראטור היינט אין נוי יארק סיטי איז געווען מיט 18 דעגרי קעלטער ווי געווענדליך פאר די צייט פון יאר.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 4:41 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
- קאוד:
...RECORD MINIMUM HIGH TEMPERATURE SET AT KENNEDY NY..
A RECORD MINIMUM HIGH TEMPERATURE OF 32 DEGREES WAS SET AT KENNEDY
NY TODAY. THIS TIES THE OLD RECORD OF 35 SET IN 1970.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 4:41 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
- קאוד:
..RECORD MINIMUM HIGH TEMPERATURE SET AT NEWARK NJ..
A RECORD MINIMUM HIGH TEMPERATURE OF 31 DEGREES WAS SET AT NEWARK NJ
TODAY. THIS TIES THE OLD RECORD OF 34 SET IN 1938.