בלאט 125 פון 336

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 5:27 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
מאנ-יימער האט געשריבן:איך בין אויך געווען דארט נאכמיטאג

אגב, די וועג ארויף פארלאנגט זיך א עקסטערע באשרייבונג, כמעט ופרחה נשמתי.

איך מיין אז מ'קען אפטיילן די נושא צו א באזונדערע שנירל, אבער בתנאי אז יימר'ל וועט באשרייבן די וועג ארויף, און שטייצעך נישט פארגעסן בכלל צו באשרייבן וואס ס'טוט זיך דארט אויבן אויפן שפיץ בארג, און בד"וו ס'וואלט נישט געשאדט ווען דו באשרייבסט אויך די וועג אראפ.

און פון דיר שנאפס ווילן מיר הערן א עקסטערע באשרייבונג, מיר ווייסן אז דו קענסט ווען דו ווילסט.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 5:29 pm
דורך שנאפס
איך האב נישט ארויפגעדרייווט נאר געפארן מיטן שאטעל

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 6:49 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
NEW NUMBERS: 62 tornadoes confirmed from Sunday's outbreak, making it the most active day for tornadoes in 2013

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 21, 2013 1:43 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
אפדעיט אין די מעגליכע שטורעם קומענדיגע וואך דינסטאג נאכט און מיטוואך ערב חנוכה:
לויט די לעצטערע דעטא זעהט אויס מער און מער אז אין נוי יארק סיטי וועט עס ווארשיינליך אראפקומען אלס א רעגן, און מעגליך א שווערע רעגן מיט ווינטן לויט טייל מאדלס.

אויך אין די האדסאן וואלי געגנט קוקט דערווייל אויס אז ס'וועט זיין מערסטנס רעגן, אבער ס'קען זיך ענדיגן מיט אביסל שניי.

זאכן קענען און וועלן זיך נאך טוישן דורכאויס די קומענדיגע טעג, אי"ה קומענדיגן זונטאג וועט זיין סאך א קלארערע בילד וואס מ'קען ערווארטן, אבער פאר דערווייל איז דאס די אויסקוק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 21, 2013 3:29 pm
דורך מאנ-יימער
שנאפס האט געשריבן:איך האב נישט ארויפגעדרייווט נאר געפארן מיטן שאטעל

איך האב אליין ארויפגעדרייווט נישט וויסענדיג וואס עס ערווארט מיר, זייט שוויצן האט זיך געשוויצט איז נאכנישט געווען אזא שוויצעריי ווי איך האב דאן געשוויצט אויפן וועג ארויף.

די וועג אראפ איז שוין געווען היבש גרינגער.

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:איך בין אויך געווען דארט נאכמיטאג

אגב, די וועג ארויף פארלאנגט זיך א עקסטערע באשרייבונג, כמעט ופרחה נשמתי.

איך מיין אז מ'קען אפטיילן די נושא צו א באזונדערע שנירל, אבער בתנאי אז יימר'ל וועט באשרייבן די וועג ארויף, און שטייצעך נישט פארגעסן בכלל צו באשרייבן וואס ס'טוט זיך דארט אויבן אויפן שפיץ בארג, און בד"וו ס'וואלט נישט געשאדט ווען דו באשרייבסט אויך די וועג אראפ.

אויבן טוט זיך גארנישט, גוט קאלט און ווינטיג, א שטיק וואלקאן מ'קען נישט זעהן קיין אכט פוס פארנט פון זיך, ס'פילט זיך ווי אינמיטן א שניי שטורעם ווען אלעס איז ווייס באדעקט,
ס'דארף זיין זייער זייער א קלארע טאג אז מ'זאל קענען עפעס זעהן פון דארט אויבן, און קלאר מיינעך נישט אזאנס וואס מ'רופט אן קלאר דא אין ניו יארק, נאר קלאר מיינט ממש אן קיין איין וואלקאן אינעם גאנצן ראיאן, זיי זאגן אז ס'מאכט זיך כמעט נישט ווען ס'זאל זיין אזוי קלאר אז מען זאל קענען זעהן פון אויבן,
ווען איך בין דארט געווען איז געווען זייער א שיינע ווארימע זוניגע טאג מיט דעם אלעם איז אויבן געווען גוט קאלט אז איך האב נישט געקענט ארויסלאזן מיינע קינדער פון קאר וויבאלד כ'האב נישט אינזין געהאט צו ברענגן דזשעקעטס, צום מזל האב איך געהאט איין דזשעקעט אין קאר אזוי האבן מיר זיך געקענט איינטיילן דערמיט און יעדער איז ארויס עקסטער פאר עטליכע מינוט.


---
ס'מעג נאך בלייבן דא אין דעם אשכול

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 21, 2013 3:34 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
פארקעסט פון מאונט וואשינגטאן פאר די קומענדיגע טעג (9 אונטער 0 קומענדיגן זונטאג)

Tonight A 20 percent chance of snow showers after 2am. Mostly cloudy, with a low around 20. Windy, with a west wind 25 to 30 mph, with gusts as high as 40 mph.

Friday A chance of snow showers and sleet before 2pm, then snow showers likely. Cloudy, with a high near 30. Windy, with a west wind 25 to 30 mph increasing to 30 to 35 mph in the afternoon. Chance of precipitation is 60%. New snow and sleet accumulation of 1 to 2 inches possible.

Friday Night Snow showers likely, mainly before 2am. Cloudy, with a low around 6. Wind chill values as low as -18. Strong and damaging winds, with a west wind 40 to 50 mph increasing to 60 to 70 mph. Winds could gust as high as 100 mph. Chance of precipitation is 70%. New snow accumulation of 1 to 3 inches possible.

Saturday A 30 percent chance of snow showers before 1pm. Mostly sunny, with a high near 12. Wind chill values as low as -26. Strong and damaging winds, with a west wind 65 to 75 mph decreasing to 50 to 60 mph.Winds could gust as high as 110 mph.

Saturday Night A 50 percent chance of snow showers. Mostly cloudy, with a low around -9. Strong and damaging winds, with a northwest wind 40 to 50 mph increasing to 60 to 70 mph. Winds could gust as high as 95 mph.

Sunday Snow showers likely. Mostly cloudy and cold, with a high near -9. Strong and damaging winds. Chance of precipitation is 60%.

Sunday Night A 50 percent chance of snow showers. Mostly cloudy, with a low around -9. Strong and damaging winds.

Monday Partly sunny, with a high near 12. Strong and damaging winds.

Monday Night A 30 percent chance of snow showers. Mostly cloudy, with a low around 8. Very windy.

Tuesday A 30 percent chance of snow showers. Mostly cloudy, with a high near 20. Very windy.

Tuesday Night A 40 percent chance of snow. Mostly cloudy, with a low around 12. Very windy.

Wednesday A 30 percent chance of snow. Mostly cloudy, with a high near 19. Very windy.

Wednesday Night A 30 percent chance of snow. Mostly cloudy, with a low around 3. Very windy.

Thanksgiving Day Partly sunny and cold, with a high near 10. Very windy.

http://forecast.weather.gov/MapClick.ph ... o5t4NKsg6b

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 21, 2013 3:36 pm
דורך שנאפס
איך בין געווען אין א זייער קלארע טאג, דער דרייווער אונזערער האט דאן געזאגט אז ער געדענקט שוין לאנג נישט אזא קלארע טאג

מיר זענען געווען אויבן בערך א האלבע שעה, עס גייט שוין צוריק אפאר יאר ממילא געדענק איך נישט פונקטליך, לויט ווי איך געדענק איז דא אפאר בנינים דארט, צוויי פאר די טוריסטן, איינס פון די וועטער סטאנציעס, און נאך עטליכע וואס מען טאר נישט צוגיין נאנט.. מען האט געשמועסט אז דאס באלאנגט פאר די מיליטער

אגב, דער וועג אראפ איז אסאך א גרעסערע סכנה ווי דער וועג ארויף, ווייל די רעדער קענען פלוצלינג הייס ווערן פון אזויפיל ברעיקן, און די ברעיקס קענען ח"ו אויפהערן ארבעטן, עס איז טאקע דא אפאר סטאנציעס ווי מען קען זיך אפשטעלן אינמיטן וועג

וואס נאך? זאלצי איז נישט פערצופאל דארט געווען?

נ.ב. איך מיין עס קען נאך אלס בלייבן אין דעם אשכול, נאכדערצו אז איך האב דערמאנט עפעס וועגן וועטער סטאנציעס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 21, 2013 3:46 pm
דורך מאנ-יימער
א בילד פון איינע פון די בנינים אויבן, זעה ווי שטארק די נעפל איז.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 21, 2013 3:57 pm
דורך זארג נישט
שכח פאר די באריכטן
געוואויר געווארן א נייע זאך אז קאני וואוינט דארט אין איינע פון די בנינים - ווערי נייס

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 22, 2013 5:00 am
דורך ק.נ.א. וועטער
לגבי די שטורעם קומענדיגע וואך איז דא א טויש פון נעכטן (צום ריכטונג פון די שניי ליבהאבער), אבער נאך אלס צו פרי עס אנצונעמען ערנסט.

אי"ה זונטאג וועט זיין א פיל קלארערע בילד.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 22, 2013 7:05 am
דורך ק.נ.א. וועטער
קוקענדיג מיט א בליק אויף פאראויס, קוקט דערווייל אויס אז דער ווינטער וועט היי יאר אנקומען גאנץ פרי (אינעם גוי'אישן קאלענדער)... אנגעהויבן פון שבת נאכמיטאג און מוצ"ש ווען א קאלטע לופט מאסע וועט אראפקומען פון קאנאדא, וועט דערנאך ווארשיינליך בלייבן אויף די קעלטערע זייט פאר עטליסט ביז 10 טעג דערויף, און ווארשיינליך פאר פיל לענגער.

אזוי אויך קוקט אויס אז אנגעפאנגען פון אינמיטן די קומענדיגע וואך גייט מען אריין אין א מער שטורעמדיגע וועטער pattern מיט אפטערע טעג פון שניי אדער קאלטע רעגענעס.

*

היינט פרייטאג קען זיין לייכטע רעגענעס פון צייט צו צייט, ס'וועט נישט זיין אזוי קיל, מיט טעמפראטורן אין די מיטעלע הויכע פופציגער.

מארגן שב"ק וועט ווערן ווינטיג ספעציעל אין די נאכמיטאג שעות, ס'וועט זיין קילער מיט טעמפראטורן אין די מיטעלע פערציגער אין די סיטי, און אין די נידריגע פערציגער אין די האדסאן וואלי געגנט.

זונטאג וועט זיין היפש קאלט, באגלייט מיט שטארקע פראסטיגע ווינטן פון ארום 30 צו 40 מייל א שעה, ס'איז אויך דא די מעגליכקייט פאר אביסל שניי פון צייט צו צייט (snow showers).

מאנטאג וועט שוין נישט זיין אזוי ווינטיג און קאלט ווי זונטאג, אבער נאך אלס קאלט, מיט טעמפראטורן צווישן 35 און 40 דעגרי (די נידריגערע טעמפראטורן אין די האדסאן וואלי, און די העכערע אין די סיטי).

דינסטאג וועט זיין מערסטנס פארוואלקענט, בעיקר אין די נאכמיטאג שעות, ס'וועט זיין קיל, מיט טעמפראטורן צווישן 40 און 45 דעגרי.

מיטוואך און מיטוואך נאכט איז ערווארטעט אז א נאראיסטער שטורעם וועט באטרעפן די געגנט, וואס האט די מעגליכקייט צו ברענגן פון אלע סארט: שווערע רעגענעס, פארפלייצונגען, ווילדע ווינטן, הויכע שנייען, אייז און גליטש, אבער פונקטליך וויפיל ס'וועט רעגענען אדער שנייען איז דערווייל נאכנישט קלאר, אבער פאר דערווייל קוקט אויס אז אין די סיטי וועט עס זיין מערסטנס א שווערע רעגן שטורעם וואס קען אריבערגיין צו א שניי מיטוואך נאכט, און פאר די האדסאן וואלי געגנט קוקט דערווייל אויס אז ס'וועט זיך אנהייבן מיט אביסל שניי און דערנאך אריבערגיין צו שווערע רעגן פאר א שטיק צייט אין טאג, און נאכער צוריק צו שווערע שניי מיט ווינטן מיטוואך נאכמיטאג און מיטוואך נאכט (ליל א' דחנוכה), אבער ווי שוין געשריבן עטליכע מאל אין די פריערדיגע טעג דארף מען נאך צווארטן ביז זונטאג צו האבן א בעסערע בליק אויף וואס מ'קען ערווארטן.

ווען די שטורעם וועט פארבייגיין וועט א פרישע גאר קאלטע לופט מאסע אראפקומען פון קאנאדא, פריש אראפברענגענדיג די בייטאג טעמפראטורן צו די נידריגע מיטעלע דרייסיגער אין ניו יארק סיטי און אין די האדסאן וואלי געגנט, און קען "מעגליך" נאכגעפאלגט ווערן מיט א רונדע פון שניי שטורעמס און קאלטע לופט מאסעס איינס נאכן צווייטן.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 22, 2013 8:27 am
דורך געלעגער
דאנק אייך פארן באריכט

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 22, 2013 9:13 am
דורך האלץ האקער
NO WAY.............

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 22, 2013 9:43 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
שערכוח מר. וועטערמאן

איך וואוט יא פאר א גוטן שניי

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 22, 2013 9:55 am
דורך ידיד
מ'קען נאכנישט וואוטן, עבסאנטי בעלאטס קען מען שוין אריינשיקן.

יישר כח ק.נ.א.!

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 22, 2013 10:00 am
דורך שנאפס
געלעגער האט געשריבן:דאנק אייך פארן באריכט

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 22, 2013 10:37 am
דורך מידער
שנאפס האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:דאנק אייך פארן באריכט

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 22, 2013 10:39 am
דורך זארג נישט
מידער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:דאנק אייך פארן באריכט

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 22, 2013 11:27 am
דורך האלץ האקער
שנאפס האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:דאנק אייך פארן באריכט

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 22, 2013 11:33 am
דורך משזר
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:קוקענדיג מיט א בליק אויף פאראויס, קוקט דערווייל אויס אז דער ווינטער וועט היי יאר אנקומען גאנץ פרי (אינעם גוי'אישן קאלענדער)... אנגעהויבן פון שבת נאכמיטאג און מוצ"ש ווען א קאלטע לופט מאסע וועט אראפקומען פון קאנאדא, וועט דערנאך ווארשיינליך בלייבן אויף די קעלטערע זייט פאר עטליסט ביז 10 טעג דערויף, און ווארשיינליך פאר פיל לענגער.

אזוי אויך קוקט אויס אז אנגעפאנגען פון אינמיטן די קומענדיגע וואך גייט מען אריין אין א מער שטורעמדיגע וועטער pattern מיט אפטערע טעג פון שניי אדער קאלטע רעגענעס.

*

היינט פרייטאג קען זיין לייכטע רעגענעס פון צייט צו צייט, ס'וועט נישט זיין אזוי קיל, מיט טעמפראטורן אין די מיטעלע הויכע פופציגער.

מארגן שב"ק וועט ווערן ווינטיג ספעציעל אין די נאכמיטאג שעות, ס'וועט זיין קילער מיט טעמפראטורן אין די מיטעלע פערציגער אין די סיטי, און אין די נידריגע פערציגער אין די האדסאן וואלי געגנט.

זונטאג וועט זיין היפש קאלט, באגלייט מיט שטארקע פראסטיגע ווינטן פון ארום 30 צו 40 מייל א שעה, ס'איז אויך דא די מעגליכקייט פאר אביסל שניי פון צייט צו צייט (snow showers).

מאנטאג וועט שוין נישט זיין אזוי ווינטיג און קאלט ווי זונטאג, אבער נאך אלס קאלט, מיט טעמפראטורן צווישן 35 און 40 דעגרי (די נידריגערע טעמפראטורן אין די האדסאן וואלי, און די העכערע אין די סיטי).

דינסטאג וועט זיין מערסטנס פארוואלקענט, בעיקר אין די נאכמיטאג שעות, ס'וועט זיין קיל, מיט טעמפראטורן צווישן 40 און 45 דעגרי.

מיטוואך און מיטוואך נאכט איז ערווארטעט אז א נאראיסטער שטורעם וועט באטרעפן די געגנט, וואס האט די מעגליכקייט צו ברענגן פון אלע סארט: שווערע רעגענעס, פארפלייצונגען, ווילדע ווינטן, הויכע שנייען, אייז און גליטש, אבער פונקטליך וויפיל ס'וועט רעגענען אדער שנייען איז דערווייל נאכנישט קלאר, אבער פאר דערווייל קוקט אויס אז אין די סיטי וועט עס זיין מערסטנס א שווערע רעגן שטורעם וואס קען אריבערגיין צו א שניי מיטוואך נאכט, און פאר די האדסאן וואלי געגנט קוקט דערווייל אויס אז ס'וועט זיך אנהייבן מיט אביסל שניי און דערנאך אריבערגיין צו שווערע רעגן פאר א שטיק צייט אין טאג, און נאכער צוריק צו שווערע שניי מיט ווינטן מיטוואך נאכמיטאג און מיטוואך נאכט (ליל א' דחנוכה), אבער ווי שוין געשריבן עטליכע מאל אין די פריערדיגע טעג דארף מען נאך צווארטן ביז זונטאג צו האבן א בעסערע בליק אויף וואס מ'קען ערווארטן.

ווען די שטורעם וועט פארבייגיין וועט א פרישע גאר קאלטע לופט מאסע אראפקומען פון קאנאדא, פריש אראפברענגענדיג די בייטאג טעמפראטורן צו די נידריגע מיטעלע דרייסיגער אין ניו יארק סיטי און אין די האדסאן וואלי געגנט, און קען "מעגליך" נאכגעפאלגט ווערן מיט א רונדע פון שניי שטורעמס און קאלטע לופט מאסעס איינס נאכן צווייטן.

דאנק אייך פארן באריכט, האסט עפעס גוטע נייעס אויך?

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 22, 2013 12:26 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
משזר האט געשריבן:האסט עפעס גוטע נייעס אויך?

די גוטע נייעס איז אז ענדליך קומט שוין א גרעסערע רעגן אדער שניי וואס וועט ארויסהעלפן לינדערן די טרוקעניש, און אפשטעלן די ריסק פון ווייטערדיגע בראש פייערן אין די טריי טסעיט געגנט, ווי ס'האט פאסירט צענדליגע אזעלכע פעלער די לעצטע פאר וואכן.

אין רוב געגענטער אין די טריי סטעיט געגנט האט ווייניג גערעגענט די לעצטע 3 חדשים, און ס'הערשט א Moderate Drought אין די געגנט.

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 23, 2013 7:14 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
די snow showers וואס איז געווען ערווארטעט פאר מארגן איז אנגעקומען פריער ווי ערווארטעט אין די האדסאן וואלי געגנט.

קרית יואל האט פריער באקומען די צווייטע לייכטע שניי פונעם סיזאן ווען ס'איז געפאלן ארום 0.2 פון א אינטש שניי.
במשך די קומענדיגע שעות קען מעגליך אנהאלטן נאך אביסל שניי אדער פלאריס פון צייט צו צייט, ס'קען מעגליך זיין פלאריס אויך אין ניו יארק סיטי, אבער ס'איז נישט ערווארטעט קיין ערענסטע זאכן.

---
א שטארקע קאלטע פראנט קומט יעצט אראפ פון קאנאדא, וואס וועט מאכן שפירן ווי כאילו מ'האלט יעצט אינמיטן טיפסטן ווינטער. אין צוגאב צו די קעלט וועט זיין שטארקע ווינטן פון ארום 40 מייל א שעה, וואס וועט גאר אסאך צוגעבן צו שפירן די פראסט.

אין ניו יארק סיטי איז ערווארטעט היינט נאכט אראפצוגיין צו ארום 25 דעגרי
מארגן וועט זיין גאר ווינטיג און זייער קאלט, ס'וועט ווארשיינליך בלייבן אונטער די פרירונגס פונקט א גאנצן טאג, מיט מאקסימום טעמפראטורן ארום 30 - 32 דעגרי
מארגן נאכט קען אראפגיין צו ארום 20 דעגרי
מאנטאג שוין אביסל מילדער און שוין נישט אזוי ווינטיג, אבער נאך אלעס זייער קאלט ספעציעל פאר די צייט פון יאר, מיט טעמפראטורן אין די מיטעלע דרייסיגער


אין די האדסאן וואלי געגנט (מאנסי מאנרא) קען היינט נאכט אראפגיין צו ארום 20 אדער נידריגער ספעציעל אין די קרית יואל געגנט.
מארגן וועט זיין גאר ווינטיג און זייער קאלט, מיט מאקסימום טעמפראטורן אין די מיטעלע צוואנציגער
מארגן נאכט קען אראפגיין צו די נידריגע צענער נומערן ספעציעל אין די קרית יואל געגנט
מאנטאג שוין אביסל מילדער און שוין נישט אזוי ווינטיג, אבער נאך אלעס זייער קאלט ספעציעל פאר די צייט פון יאר, מיט טעמפראטורן אין די נידריגע דרייסיגער

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 23, 2013 7:32 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
לגבי די שטורעם שפעטער אין וואך (דינסטאג נאכט און מיטוואך) וועט אי"ה זיין מארגן א אפדעיט.

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 23, 2013 7:36 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ס'קען מעגליך זיין פלאריס אויך אין ניו יארק סיטי

באריכטן קומען אריין אז ס'שנייט אביסל אין וויליאמסבורג.

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 23, 2013 7:37 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
Central Park reporting light snow with a temp of 36