בלאט 124 פון 336
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 9:49 am
דורך ק.נ.א. וועטער
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 10:56 am
דורך זארג נישט
WOW
והחי יתן אל לבו
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 12:45 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
אין נוי העמפשיר איז דא די באקאנטע מאונט וואשינגטאן בארג, וויבאלד ס'איז א בארג איז די וועטער דארט גאר אנדערש ווי די ארומיגע געגענטער.
לעת עתה איז דארט 5 דעגרי אינאיינעם מיט א פאלענדע שניי, מיט א ווינטשיל פון 32 אונטער זירא.
די ווינט בלאזט יעצט מיט א שטארקייט פון 87 מייל א שעה, און גאסטס צו 99 מייל א שעה. די העכסטע ווינט גאסט די לעצטע 24 שעה איז געווען 111 מייל א שעה וואס איז א קאטעגאריע 3 האריקעין שטארקייט.
#אינטערסאנט
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 1:26 pm
דורך לכתחילה אריבער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
#אינטערסאנט
זייער אינטערעסאנט כצ"ל
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 1:59 pm
דורך שנאפס
דארט אויבן איז קאלט א גאנץ יאר, זומער אויך
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 2:07 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
שנאפס האט געשריבן:דארט אויבן איז קאלט א גאנץ יאר, זומער אויך
קיל, אבער נישט קאלט... ס'איז נישט פון די סארט בערג וואס איז איבערגעדעקט א גאנץ יאר מיט שניי.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 2:54 pm
דורך שנאפס
אבער נאך אלס קאלט, איך בין דארט געווען זומער אפאר יאר צוריק, עס איז געווען אין די דרייסיגער
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 3:00 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
שנאפס האט געשריבן:אבער נאך אלס קאלט, איך בין דארט געווען זומער אפאר יאר צוריק, עס איז געווען אין די דרייסיגער
ווען אין זומער ביסטו דארט געווען? מסתמא איז עס געווען צווישן פסח און שבועות, ווייל דורכאויס די זומער חדשים איז דארט די עוורידזש מאקסימום טעמפראטור אין די פופציגער.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 3:14 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
קאמפיוטער מאדלס ווייזן שוין ווייטער א מעגליכע שניי שטורעם, דאס מאל פאר ארום די דאטום פון די טענקסגיווינג חאגא (קומענדיגע סוף וואך), אבער לאמיר ווייטער זיך האלטן צום כלל: "ווילאנג מ'איז נישט אין די 5 טעג פונעם איווענט איז צו פריה עס ערענסט צו נעמען".
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 6:12 am
דורך ק.נ.א. וועטער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ווינטער פון יאר 2014-2013
אקטאבער 0
נאוועמבער (דערווייל) 1 (נעקסטע שאנס ס'זאל פאסירן איז מארגן דינסטאג נאכט, א בעסערע שאנס איז קומענדיגע אנהייב וואך)
קארעקשאן: שוין געווען 2 מאל אונטער די פרירונגס-פונקט דעם נאוועמבער אין ניו יארק סיטי.
די דריטע מאל קען מעגליך זיין יעצט פארטאגס. אצינד איז 33 דעגרי אין ניו יארק סיטי, ס'איז אבער נאך דא די מעגליכקייט אז ס'וועט אראפגיין נאך א דעגרי אין די קומענדיגע שעה.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 6:16 am
דורך ק.נ.א. וועטער
NWS survey crews have now confirmed at least 50 different tornadoes so far in Sunday's outbreak
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 6:24 am
דורך ק.נ.א. וועטער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:קאמפיוטער מאדלס ווייזן שוין ווייטער א מעגליכע שניי שטורעם, דאס מאל פאר ארום די דאטום פון די טענקסגיווינג חאגא (קומענדיגע סוף וואך), אבער לאמיר ווייטער זיך האלטן צום כלל: "ווילאנג מ'איז נישט אין די 5 טעג פונעם איווענט איז צו פריה עס ערענסט צו נעמען".
קאמפיוטער מאדלס האלטן ווייטער אן צו ווייזן די שטורעם, לויט די לעצטערע טרעקס פון אסאך קאמפיוטער מאדלס אריינגערעכענט די יורא מאדל און די GFS מאדל קוקט אויס דערווייל אז אין ניו יארק סיטי וועט עס אראפקומען אלס א רעגן, אבער אין די האדסאן וואלי געגנט איז דא א בעסערע שאנס אז ס'זאל אראפקומען אלס א שניי.
האלטענדיג א וואך בעפאר קען זיך עס נאך אסאך טוישן, אבער דאסמאל איז דא א בעסערע שאנס אז ס'זאל "נישט" ארויספארן צום ים ווי ס'האט פאסירט פאריגע מאל, די שאלה איז נאר צו ס'וועט זיין רעגן אדער שניי.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 6:31 am
דורך ק.נ.א. וועטער
לגבי די פרישע קאלטע לופט מאסע פון קאנאדא קומענדיגן זונטאג און מאנטאג, קוקט אויס אז דאס מאל וועט זיין "קעלטער" ווי די פריערדיגע קאלטע לופט מאסע ווען די היי טעמפראטור אין ניו יארק סיטי איז געווען בלויז 39 דעגרי. דאס מאל קען אראפגיין צו די מיטעלע דרייסיגער פאר די היי טעמפראטור, און ביינאכט אין די מיטעלע צוואנציגער.
אין די האדסאן וואלי געגנט קוקט אויס אז זונטאג און מאנטאג וועט ביידע טעג בלייבן אונטער די פרירונגס-פונקט א גאנצן טאג, און ביינאכט קען אראפגיין צו די צענער נומערן.
ברר......
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 6:33 am
דורך ק.נ.א. וועטער
מיט די קעלט באזאם וועט אויך מיטקומען בייסיגע קאלטע ווינטן ספעציעל אום זונטאג, מיט די ווינט-טשיל אינאיינעם וועט זיך שפירן פיל קעלטער.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 7:09 am
דורך ק.נ.א. וועטער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ווינטער פון יאר 2014-2013
אקטאבער 0
נאוועמבער (דערווייל) 1 (נעקסטע שאנס ס'זאל פאסירן איז מארגן דינסטאג נאכט, א בעסערע שאנס איז קומענדיגע אנהייב וואך)
קארעקשאן: שוין געווען 2 מאל אונטער די פרירונגס-פונקט דעם נאוועמבער אין ניו יארק סיטי.
די דריטע מאל קען מעגליך זיין יעצט פארטאגס. אצינד איז 33 דעגרי אין ניו יארק סיטי, ס'איז אבער נאך דא די מעגליכקייט אז ס'וועט אראפגיין נאך א דעגרי אין די קומענדיגע שעה.
ס'איז פיינעלי 32 דעגרי אין סענטראל פארק, דאס איז די דריטע מאל דעם נאוועמבער וואס די טעמפראטור גרייכט די פרירונגס פונקט אדער נידריגער.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 8:56 am
דורך מי חכם
אויב איז עס א "קאלטע לופט מאסע", פארוואס איז אלץ בייטאג ווארעמער? די זון האט נאך וואס אריין צו רעדן אינעם וועטער בכלל? (איך האבאלץ געוואוסט אז ווינטער איז קאלט ווייל די זון איז ווייט, שיינט נישט דירעקט אויף אונז, א.א.וו. אבער אויב האט דאס באמת מיט די לופט מאסעס, פארוואס מאכט זיך קיינמאל נישט אינמיטן אויגוסט א קאלטע לופט מאסע פון צען דעגרי?)
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 12:07 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 12:12 pm
דורך פער בריסטאו
עס זעט אויס מער ערענסט זע איך
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 12:54 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
פער בריסטאו האט געשריבן:עס זעט אויס מער ערענסט זע איך
דאס מאל איז דא מער שאנסן פאר יא שטורעם ווי נישט שטורעם, און אפילו יא איז די פראגע צו ס'וועט זיין שניי אדער רעגן.
אבער מער שאנסן מיינט נאך נישט אז ס'וועט טאקע פאסירן, בעפאר קומענדיגן זונטאג זאל עס קיינער נישט ערנסט אין באטראכט נעמען...
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 1:21 pm
דורך מאנ-יימער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן:אבער נאך אלס קאלט, איך בין דארט געווען זומער אפאר יאר צוריק, עס איז געווען אין די דרייסיגער
ווען אין זומער ביסטו דארט געווען? מסתמא איז עס געווען צווישן פסח און שבועות, ווייל דורכאויס די זומער חדשים איז דארט די עוורידזש מאקסימום טעמפראטור אין די פופציגער.
גערעכט, דא איז די וועטער וואס איז געווען ווען איך בין דארט געווען דעם פארגאנגענעם זומער, 48 דעגרי מיט ווינטן פון 51 מפ"ש.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 2:00 pm
דורך Alien
כאפ איך נישט. די ווייסע ליין דארף ווערן רויט ווען ס'איז הייס און בלוי ווען קאלט?
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 2:10 pm
דורך מאנ-יימער
די ווייסע ליין דארף זיין ווייס ווען ס'איז אונטער 50 דעגרי (אויך ווען ס'איז מער ווי 50)
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 3:46 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
אפדעיט אין די קעלט קומענדיגע אנהייב וואך:
לויט די לעצטערע שאצונגען קען זיין זונטאג (כ"א כסליו) קעלטער ווי געשאצט ביז איצט, אין ניו יארק סיטי וועט מעגליך נישט ארויפגיין העכער די פרירונגס פונקט אום זונטאג, און אין די האדסאן וואלי געגנט וועט ווארשיינליך די העכסטע בייטאג טעמפראטורן זיין אין די הויכע צוואנציגער.
המשליך קרחו כפיתים...
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 5:19 pm
דורך שנאפס
מאנ-יימער האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן:אבער נאך אלס קאלט, איך בין דארט געווען זומער אפאר יאר צוריק, עס איז געווען אין די דרייסיגער
ווען אין זומער ביסטו דארט געווען? מסתמא איז עס געווען צווישן פסח און שבועות, ווייל דורכאויס די זומער חדשים איז דארט די עוורידזש מאקסימום טעמפראטור אין די פופציגער.
גערעכט, דא איז די וועטער וואס איז געווען ווען איך בין דארט געווען דעם פארגאנגענעם זומער, 48 דעגרי מיט ווינטן פון 51 מפ"ש.
דאס ווערט א ערנסטע סעטומאכע, איך בין דארט געווען שפעט נאכמיטאג, עס איז מעגליך אז שפעטער אין טאג ווערט ווארעמער
אדער האב איך א טעות..
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 5:23 pm
דורך מאנ-יימער
איך בין אויך געווען דארט נאכמיטאג
אגב, די וועג ארויף פארלאנגט זיך א עקסטערע באשרייבונג, כמעט ופרחה נשמתי.