בלאט 123 פון 336

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 17, 2013 9:27 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
WOW

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 17, 2013 9:29 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
BZUEmS4CQAA6t9O.jpg

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 17, 2013 9:30 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
BZUHGCxIAAAzFNC.jpg

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 17, 2013 9:37 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
80 טארנעידא רעפארטס פארן היינטיגן טאג אין די מידוועסט.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 17, 2013 9:39 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
מערב אפסטעיט נוי יארק און מערב פענסעלוועניע הייבן יעצט אן צו שפירן די שטורעם.

אין די טריי סטעיט געגנט וועט עס זיין אין די פארטאגס שעה'ן אדער אין די אנהייב צופרי שעה'ן - ס'וועט נישט דויערן צו לאנג, אבער בשעת ס'וועט פארבייגיין די געגנט קען זיין שטארקע ווינטן פון איבער 40 מייל א שעה.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 17, 2013 10:16 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די צאל טויטע וועט ווארשיינליך שטייגן העכער.

Local officials are reporting 3 deaths so far in Illinois

צאל טויטע פון די היינטיגע טארנעידאס אויסברוך אין די מידוועסט, איז געשטיגן צו 5.

לויט טייל באריכטן איז די צאל טויטע ארויף צו 6.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 18, 2013 4:21 am
דורך ק.נ.א. וועטער
די שווערע שטורעמעס איז יעצט אין די האדסאן וואלי געגנט, א סעוויער טאנדער סטורעם ווארענונג איז ארויסגעלייגט געווארן פאר אראנזש און ראקלענד און וועסטשעסטער קאונטיס און פאר חלקים פון צפון נוי דזשערזי ביז 4:45 פארטאגס.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 18, 2013 4:42 am
דורך ק.נ.א. וועטער
א סעוויער טאנדער סטורעם ווארענונג איז ארויסגעלייגט געווארן פאר ברוקלין און קווינס און פאר חלקים פון סטעטן איילענד ביז 5:15 פארטאגס.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 18, 2013 4:51 am
דורך ק.נ.א. וועטער
נאך א קורצע ברעיק פון די קעלט, איז ערווארטעט קעלטער ווי געווענדליכע טעמפראטורן אין די קומענדיגע 10 טעג פאר א גרויסע חלק פון אמעריקא, אריינגערעכענט די נארט-איסט ראיאן.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 18, 2013 6:17 am
דורך ק.נ.א. וועטער
די squall line פון די ווילדע שטורעמעס זענען שוין מזרח פון די היימישע געגענטער, אלזא די ריסק פאר שווערע טאנדער סטורעמס און ווילדע ווינטן, איז שוין פארביי.

אביסל לייכטע רעגן פון צייט צו צייט קען נאך אנהאלטן די קומענדיגע שעה צוויי, אבער חוץ מזה וועט רוב טאג זיין זוניג און ווינטיג.

די ערשטע העלפט טאג וועט זיך נאך שפירן היפש מילד, (היות ס'דויערט צייט ביז מ'הייבט אן צו שפירן די עפעקט פונעם קאלטן פראנט - גענוי ווי מ'שפירט נישט תיכף די קאלטע לופט ווען מ'צינד אן די עירקאנדישאן), אבער די צווייטע העלפט טאג וועט שוין זיין אביסל קילער.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 18, 2013 6:55 am
דורך ק.נ.א. וועטער
א דאַלי איז נעבעך צווישן די טויטע נעכטן פון די טארנעידא :lol:

בילד

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 18, 2013 7:47 am
דורך ק.נ.א. וועטער
א ווינט גאסט פון 65 מייל א שעה איז באריכטעט געווארן ביים טאפן זי ברידזש ביי די זייט פון וועסטשעסטער קאונטי, אום 4:27 פארטאגס.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 18, 2013 7:52 am
דורך פליגל
וויפיל איז די ווינט געווען אין שטאט?

צופרי איז נאך געווען רעגענדיג, מ'אט געקענט זען ליידיגע מיסט קאנעס אלל אווער די פלעיס, און סתם שמוץ פארווארפן און קליינע צווייגעלעך צעפלויגן, אבער ב"ה די הימל קלארט זיך שוין אויס.

וואסי די וועטער פאר די איבריגע חלק טאג?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 18, 2013 8:09 am
דורך ק.נ.א. וועטער
פליגל האט געשריבן:וואסי די וועטער פאר די איבריגע חלק טאג?

געשריבן פריער, ביטע קוקט צוריק עטליכע תגובות.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 18, 2013 12:10 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
פליגל האט געשריבן:וויפיל איז די ווינט געווען אין שטאט?

אין דורכשניט צווישן 30 און 40 מייל א שעה.

31 מייל א שעה אין לאגווארדיע לופטפעלד, 32 מייל א שעה אין נוארק לופטפעלד, 43 מייל א שעה אין קענעדי לופטפעלד (סענטראל פארק האט דערווייל נאכנישט רעאליסט די אינפארמאציע).

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 18, 2013 2:40 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
די צאל אומגעקומענע פון די נעכטיגע טארנעידאס אין די מידוועסט, איז געשטיגן צו אכט (8).

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 18, 2013 2:43 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
Swath of tornado damage from Washington, Il

(קליקט אויפן בילד צו זעהן גרעסער)

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 18, 2013 2:48 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:וויפיל איז די ווינט געווען אין שטאט?

אין דורכשניט צווישן 30 און 40 מייל א שעה.

31 מייל א שעה אין לאגווארדיע לופטפעלד, 32 מייל א שעה אין נוארק לופטפעלד, 43 מייל א שעה אין קענעדי לופטפעלד (סענטראל פארק האט דערווייל נאכנישט רעאליסט די אינפארמאציע).

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 18, 2013 3:19 pm
דורך לכתחילה אריבער
סארא וועטער היינט!! קנא קענסט צוריקטוישען דיין אוועטאר......

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 18, 2013 5:41 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:סארא וועטער היינט!! קנא קענסט צוריקטוישען דיין אוועטאר......

אין די קומענדיגע טעג וועסטו זיך בענקן נאכן היינטיגן וועטער, ספעציעל פון קומענדיגן זונטאג.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 18, 2013 7:54 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
טראץ וואס היינט און נעכטן זענען געווען היפש מילד, קען אבער די מאנאט פון נאוועמבער זיך ענדיגן מיט קעלטער ווי געווענדליכע טעמפראטורן אין דורכשניט.

אזוי אויך איז מעגליך אז אין נוי יארק סיטי וועט במשך נאוועמבער 2013 זיין מער טעג מיט א מינומים טעמפראטור פון 32 דעגרי, ווי אין די לעצטע פאר יאר (קען זיין ענדליך צו 2008 אדער גאר איבערשטייגן), אין נאוועמבער פון יאר 2008 איז געווען 6 טעג מיט א מינומים טעמפראטור פון 32 דעגרי.

פאלגענד איז א ליסטע פון MIN 32 OR BELOW טעמפראטורן אין די לעצטע 5 יאר:
ווינטער פון יאר 2009-2008
אקטאבער 0
נאוועמבער 6
דעצעמבער 19
יאנואר 30
פעברואר 20
מערץ 11
אפריל 0
= סך הכל 86 טעג מיט א מינומים טעמפראטור פון 32 דעגרי אדער נידריגער.


ווינטער פון יאר 2010-2009
אקטאבער 0
נאוועמבער 0
דעצעמבער 17
יאנואר 22
פעברואר 22
מערץ 2
אפריל 0
= סך הכל 63 טעג מיט א מינומים טעמפראטור פון 32 דעגרי אדער נידריגער.


ווינטער פון יאר 2011-2010
אקטאבער 0
נאוועמבער 0
דעצעמבער 25
יאנואר 28
פעברואר 20
מערץ 11
אפריל 0
= סך הכל 84 טעג מיט א מינומים טעמפראטור פון 32 דעגרי אדער נידריגער.


ווינטער פון יאר 2012-2011
אקטאבער 0
נאוועמבער 0
דעצעמבער 10
יאנואר 13
פעברואר 10
מערץ 4
אפריל 0
= סך הכל 37 טעג מיט א מינומים טעמפראטור פון 32 דעגרי אדער נידריגער.


ווינטער פון יאר 2013-2012
אקטאבער 0
נאוועמבער 3
דעצעמבער 8
יאנואר 18
פעברואר 17
מערץ 14
אפריל 0
= סך הכל 60 טעג מיט א מינומים טעמפראטור פון 32 דעגרי אדער נידריגער.


ווינטער פון יאר 2014-2013
אקטאבער 0
נאוועמבער (דערווייל) 1 (נעקסטע שאנס ס'זאל פאסירן איז מארגן דינסטאג נאכט, א בעסערע שאנס איז קומענדיגע אנהייב וואך)

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 18, 2013 8:28 pm
דורך מי חכם
זעהט אויס באשטעטיגט וואס איך באמערק שוין לאנג, אז דעצעמבער איז פיל קעלטער ווי מערץ. איז איבעראל אין די גאנצע וועלט אזוי? אויב יא, וואסי פשט אז רוב דעצעמבער איז נישט אין ווינטער און רוב מערץ ווערט יא אנגערופן ווינטער?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 18, 2013 8:47 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
לויט די מעטראליגיסטן איז טאקע דא א אנדערע ווינטער דעיט, פון דעצעמבער 1 ביז מערץ 1.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 18, 2013 8:50 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
נאדיר א שטיקל וויקי (נישט זיך טועה זיין מיט וויכי)

Meteorological winter is the method of measuring the winter season used by meteorologists based on "sensible weather patterns" for record keeping purposes,[1] so the start of meteorological winter can change depending on how far north one lives.[2] Winter is often defined by meteorologists to be the three calendar months with the lowest average temperatures. This corresponds to the months of December, January and February in the Northern Hemisphere, and June, July and August in the Southern Hemisphere. The coldest average temperatures of the season are typically experienced in January in the Northern hemisphere and in June or July in the Southern hemisphere. Nighttime predominates the winter season, and in some regions it has the highest rate of precipitation as well as prolonged dampness because of permanent snow cover or high precipitation rates coupled with low temperatures, precluding evaporation. Blizzards often develop and cause many transportation delays. Diamond dust, also known as ice needles or ice crystals, forms at temperatures approaching −40 °F (−40 °C) due to air with slightly higher moisture from aloft mixing with colder, surface based air.[3] They are made of simple ice crystals that are hexagonal in shape.[4]
Accumulations of snow and ice are commonly associated with winter in the Northern Hemisphere, due to the large land masses there. In the Southern Hemisphere, the more maritime climate and the relative lack of land south of 40°S makes the winters milder; thus, snow and ice are less common in inhabited regions of the Southern Hemisphere. In this region, snow occurs every year in elevated regions such as the Andes, the Great Dividing Range in Australia, and the mountains of New Zealand, and also occurs in the southerly Patagonia region of South America. Snow occurs year-round in Antarctica.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 8:35 am
דורך msp
מוריי ורבותיי
עס זעהט אויס ווי מען איז נישט נתעורר געווארען כדבעי פון דער שטורם אין די פיליפינען
קומט עס נענטער און נענטער!