Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 4:29 pm

590x393_11130103_coldfrnt.jpg

Advertisement

דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 4:38 pm

א ערקלערונג ביטע

דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 4:48 pm

די העכסטע טעמפראטור אין סענטראל פארק נעכטן איז געווען 39, דאקעגן היינט איז שוין געווען 52 דעגרי וואס איז מיט 13 דעגרי מילדער ווי נעכטן, אבער נאך אלס נידריגער מיט עטליכע דעגרי פאר די צייט פון יאר.

דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 4:49 pm

פריילאך האט געשריבן:א ערקלערונג ביטע

שוין ערקלערט אין די פריערדיגע תגובות, די נעקסטע קאלטע לופט מאסע פון קאנאדא איז געסקעדזשולט אנצוקומען אין די מיד אטלאנטיק און נארט איסט סטעיטס קומענדיגן מיטוואך.

דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 7:21 pm

היינט גענומען געווארן אין די קעטסקילס געגענט
עטעטשמענטס
1395320_601999733196136_574774301_n.jpg

פרייטאג נובמבר 15, 2013 3:50 am

געוואלדיג

פרייטאג נובמבר 15, 2013 11:57 am

קוקענדיג מיט א בליק אויף פאראויס, איז דערווייל נישטא אויפן האריזאנט קיין פרישע ווינטער שטורעמס פאר די איסט קאוסט פון אמעריקא, אבער די וועטער קאנדישאן'ס קוקט אויס מער און מער רייפער פאר ווינטער שטורעמס און פאר מער ווינטערדיגע וועטער'ס.

כדי דאס צו פארשטיין געבן דארף מען געבן א שטיקל שיעור אין געוויסע סארט פאקטארן וואס רופן זיך NAO און AO און PNA.

די דריי אויבנדערמאנטע שפילן א גרויסע ראלע אינעם אויווער אלל pattern, די NAO איז די באדייט פון די North Atlantic Oscillation, וואס לויפט פון מיינוס 4 נעגעטיוו ביז פלאס 4 פאזעטיוו, וואס ווערט געמאסטן לויט ווי הויעך אדער נידריג די לופט פרעשור איז העכער די אטלאנטיק, ס'איז א לענגערע אריכות וויאזוי דאס ארבעט, אבער אין קורצן: כדאי ס'זאל זיין א לענגערע פעריאד פון קאלטע וועטער'ס פעלט זיך אויס אז ס'זאל זיין א נעגעטיוו NAO, ווי מער נעגעטיוו אלס בעסער פאר א לענגערע פעריאד פון קאלטע וועטער'ס.

די AO איז די באדייט פון די Arctic Oscillation, דאס איז א מעסטער ווי סאך גאר קאלטע Arctic לופט ס'איז עוועיליבל אראפצוקומען פנעם נארט פאול, ווי מער נעגעטיוו אלס בעסער.

דערנאך איז דא די PNA דאס הייסט די Pacific/North American Pattern, וואס כדי אז די דזשעט סטרים זאל זיין נידריג פאר א לענגערע צייט פעריאד אין די מיד אטלאנטיק און די נארט איסט סטעיטס פארלאנגט זיך אז די PNA זאל זיין פאזעטיוו, ווי מער פאזעטיוו אלס בעסער.

אצינד: אין די לעצטע וואכן איז אלע דריי פאקטארן געווען אינעם פארקערטן ריכטונג וואס ס'פעלט זיך אויס פאר א לענגערע פעריאד פון קאלטע וועטער'ס (ס'קען זיך מאכן אמאל עטליכע קאלטע טעג און אפילו א שניי שטורעם אפילו אין אזא סארט pattern, אבער די קעלט האלט זיך נישט צו לאנג, ס'איז אפ און דאון, אפ און דאון, וכן חוזר חלילה), אין די קומענדיגע וואכן איז אבער ערווארטעט אז ס'זאל געשען א טויש אין אלע דריי פאקטארן, און אויב וועט עס ווייטער אנהאלטן דורכאויס די קומענדיגע חדשים, קען עס מיינען א לענגערע פעריאד פון שנייאיגע און קאלטע וועטער'ס (א שטייגער ווי ס'איז געווען פאר דריי יאר צוריק תשע"א, די ווינטער וואס ס'איז געווען די גרויסע סוף דעצעמבער בליזארד, ווען אלע דריי פאקטארן זענען געווען פאר במשך 8 צו 10 וואכן אין א רייע אויפן גוטן ריכטונג וואס ס'פעלט זיך אויס פאר א קאלטע שנייאיגע ווינטער, און האט זיך ארויסגעשטעלט צו פארנעמען די דריטע אויבנאן ארט פון די שנייאיגסטע ווינטער'ס אין ניו יארק סיטי'ס היסטאריע).

פרייטאג נובמבר 15, 2013 12:03 pm

די NAO טשארט

ווי מ'קען זעהן איז יעצט די NAO פאזעטיוו, און ס'איז ערווארטעט צו גיין נאך אביסעלע העכער מארגן, אבער תיכף דערנאך וועט עס אנהייבן מאכן א רעטוירן צו די נעגעטיווע זייט (די רויטע ליינס מיינט די פארקעסט פון פארשידענע סארט מאדלס צו ס'וועט גיין נעגעטיוו אדער פאזעטיוו, און לויט רוב מאדלס איז ערווארטעט אז ס'זאל אראפגיין צו נעגעטיוו).
עטעטשמענטס
nao.sprd2.gif
לעצט פאראכטן דורך ק.נ.א. וועטער אום פרייטאג נובמבר 15, 2013 12:08 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

פרייטאג נובמבר 15, 2013 12:04 pm

דאס איז די AO טשארט

וואס וועט אויך לויט רוב מאדלס אראפגיין צו שארף נעגעטיוו.
עטעטשמענטס
ao.sprd2.gif

פרייטאג נובמבר 15, 2013 12:05 pm

און דאס איז די PNA טשארט

הגם דערווייל איז די פארקעסט אז ס'וועט ארויפגיין צו נוטראל, און נישט אזוי ווייט פאזעטיוו, אבער ס'איז נאך אלס היפש בעסער ווי די יעצטיגע שארפע נעגעטיווקייט.
עטעטשמענטס
pna.sprd2.gif

פרייטאג נובמבר 15, 2013 12:21 pm

לויט די לעצטע שאצונגען קען די פרישע קאלט לופט מאסע קומענדיגע וואך שוין אנקומען אום דינסטאג.
עטעטשמענטס
650x366_11151652_hd23-1.jpg

פרייטאג נובמבר 15, 2013 12:30 pm

This was the top of Killington Resort in Vermont yesterday. It was 24 degrees and windy
עטעטשמענטס
1461869_634751906568399_899121462_n.jpg

פרייטאג נובמבר 15, 2013 12:47 pm

ישר כח פאר די שיינע הסבר.

שבת נובמבר 16, 2013 7:51 pm

לעצטע קאמפיוטער מאדלס ווייזן אז די קומענדיגע קאלטע לופט מאסע וועט נישט זיין אזוי שארף ווי ס'האט אויסגעקוקט פאריגע וואך, אבער ס'קען נאך אלס אראפברענגען די בייטאג טעמפראטורן צו די נידריגע מיטעלע פערציגער אינעם צווייטן העלפט וואך.

שבת נובמבר 16, 2013 7:55 pm

זונטאג און מאנטאג קען זיין רעגענדיג און היפש מילד, ספעציעל מאנטאג ווען ס'קען זיין אין די נידריגע מיטעלע זעכציגער אין די האדסאן וואלי געגנט, און אין די הויכע זעכציגער אין די סיטי.

זונטאג נובמבר 17, 2013 12:08 pm

א אויסברוך פון שווערע ווילדע שטורעמס און מעגליכע טארנעידאס קען דורכאויס די נאכמיטאג שעות באטרעפן די מידוועסט און די אהייא וואלי און חלקים פון מערב אפסטעיט נוי יארק.

די זעלבע סיסטעם וועט זיך אהערריקן אין די טריי סטעיט געגנט היינט נאכט און מארגן פארמיטאג, ווי ס'קען אויך ברענגן ווינטן און רעגענעס, אבער ווייט נישט אזוי געפערליך ווי אין די מידוועסט.

זונטאג נובמבר 17, 2013 12:11 pm

א טארנעידא וואטש איז ארויסגעלייגט געווארן אויף א גרויסע שטח פון די מידוועסט סטעיטס, און 5 באזונדערע טארנעידא ווארענונגען זענען יעצט אין קראפט.

זונטאג נובמבר 17, 2013 12:14 pm

א 30 פראצענט שאנס פאר טארנעידאס הייסט היפש הויעך, שוין לאנג נישט געווען אזוינס.
עטעטשמענטס
day1probotlk_1630_torn.gif

זונטאג נובמבר 17, 2013 12:24 pm

ס'הייבט זיך אן...

AT 1117 AM CST...A CONFIRMED LARGE AND EXTREMELY DANGEROUS TORNADO
WAS LOCATED NEAR ROANOKE...AND MOVING NORTHEAST AT 65 MPH.

זונטאג נובמבר 17, 2013 12:31 pm

עס האט עפעס מיט אונזער ראיאן?

זונטאג נובמבר 17, 2013 12:43 pm

פליגל האט געשריבן:עס האט עפעס מיט אונזער ראיאן?

ליין די אויבערשטע תגובות.

זונטאג נובמבר 17, 2013 12:45 pm

numerous homes damaged by a large tornado in central IL

זונטאג נובמבר 17, 2013 12:52 pm

BZSoUvpCUAAHFn5.jpg

זונטאג נובמבר 17, 2013 12:53 pm

Tornado Damage In Pekin Illinois
עטעטשמענטס
BZSlCAKCcAAJvUb.jpg

זונטאג נובמבר 17, 2013 12:54 pm

tornado damage Washington, Illinois
עטעטשמענטס
BZSnyj_CEAAWAJe.jpg
שרייב א תגובה

Advertisement