ק.נ.א. וועטער ביורא

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איך ווייס נישט
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 24, 2010 1:40 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך איך ווייס נישט » מיטוואך פאברואר 24, 2021 1:50 pm

גאלדגרוב האט געשריבן:היינט איז די ווארימסטע טאג זינט פארלאפענעם דעצעמבער. א נחת צו קוקן ווי די שניי צולאזט זיך

55F יעצט אין וויליאמסבורג און בארא פארק
איך ווייס נישט, איך האב נישט קיין אהנונג, איך האב נישט קיין קלוי (clue), איך ווייס אזוי ווייט איז איך ווייס נישט וואס איך ווייס אין וואס איך ווייס נישט, אבער איין זאך איז זיכער, איך ווייס נישט!

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2254
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך א גולם » דאנארשטאג פאברואר 25, 2021 1:33 pm

וואס די וועטער אויף יום הפורים?

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 17098
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג פאברואר 25, 2021 1:40 pm

זעה דא
צוגעלייגטע
11249.png
11249.png (41.28 KiB) געזעהן 3189 מאל
10950.png
10950.png (38.2 KiB) געזעהן 3189 מאל
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4873
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג פאברואר 25, 2021 2:07 pm

וועט לכאורה ניש איבערבלייבן קיין זכר אדער זכר פון די שניי ביז פורים.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15424
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג פאברואר 28, 2021 11:12 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:GFS ווארנט:
לייג נאך נישט אוועק די ווארעמע ווינטער בגדים!

דאס איז פאר נעקסטן דינסטאג צופרי ח"י אדר

אלע מאדלס האבן זיך צוגעשטעלט צום GFS'ס ווארענונג

מארגן נאכט וועט ווערן זייער ווינטיג, ס'קען זיין 50 מייל א שעה ווינטן און אפשר אפילו מער, און די טעמפראטור וועט פאלן צו די צענער און סינגל נומערן.
דינסטאג גאנץ פרי וועט אינאיינעם מיטן ווינט זיך שפירן היפש אונטער 0...

גוטע נייעס איז אז די פראסט וועט זיין א קאם ענד גאו!
מיטוואך וועט מען שוין כמעט נישט דענקן אז א טאג פריער איז געווען געפרוירן קאלט.
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15424
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג פאברואר 28, 2021 11:18 am

די MJO (א לענגערע אריכות מסביר צו זיין וואס דאס איז, ולא העת להאריך כעת) איז געפארקעסט אריינצוגיין אין פעיס 8 (כנ"ל ס'איז אן אריכות גדול מסביר צו זיין גענוי וואס דאס איז)
אבער פשוט עברי טייטש מיינט עס אז אויב שטעלט זיך עס ארויס צו זיין ריכטיג, וועט שפעטער אין מערץ דער ווינטער צוריקקומען מיטן גאנצן קנאק (קעלט און מעידזשער איסט קאוסט שניי שטורעמס).
צוגעלייגטע
ensplume_small.gif
ensplume_small.gif (30.21 KiB) געזעהן 2668 מאל
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

מרדכי ש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 2:30 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך מרדכי ש » זונטאג פאברואר 28, 2021 11:58 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די MJO (א לענגערע אריכות מסביר צו זיין וואס דאס איז, ולא העת להאריך כעת) איז געפארקעסט אריינצוגיין אין פעיס 8 (כנ"ל ס'איז אן אריכות גדול מסביר צו זיין גענוי וואס דאס איז)
אבער פשוט עברי טייטש מיינט עס אז אויב שטעלט זיך עס ארויס צו זיין ריכטיג, וועט שפעטער אין מערץ דער ווינטער צוריקקומען מיטן גאנצן קנאק (קעלט און מעידזשער איסט קאוסט שניי שטורעמס).

נא וועי ס שוין גענוג געווען

שרויפקאפ
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 9:08 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך שרויפקאפ » זונטאג פאברואר 28, 2021 12:00 pm

אנטשולדיגט פארן פרעגן, וואס מיינט ק.נ.א. ?

אוועטאר
KEWL
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא
פארבינד זיך:

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך KEWL » זונטאג פאברואר 28, 2021 12:01 pm

שרויפקאפ האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן פרעגן, וואס מיינט ק.נ.א. ?

קרעטשמע נייעס אגענטור

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג פאברואר 28, 2021 12:53 pm

שרויפקאפ האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן פרעגן, וואס מיינט ק.נ.א. ?

קוק קנ"אס אוועטאר

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג פאברואר 28, 2021 12:54 pm

איך האב אזא איסתפקתא,
וואס טוט מער צולאזן די שניי, די ווארעמע וועטער אדער די זון?
למשל א טאג וואס איז 40 אבער פארוואלקנט וועט צולאזן מער שניי ווי א טאג 34 שטארק זוניג? אדער איפכא מסתברא?
למאי נפק"מ? איך וויל וויסן אויף וואס צו בעטן..........

אוועטאר
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך יישר כח » זונטאג פאברואר 28, 2021 1:04 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך האב אזא איסתפקתא,
וואס טוט מער צולאזן די שניי, די ווארעמע וועטער אדער די זון?
למשל א טאג וואס איז 40 אבער פארוואלקנט וועט צולאזן מער שניי ווי א טאג 34 שטארק זוניג? אדער איפכא מסתברא?
למאי נפק"מ? איך וויל וויסן אויף וואס צו בעטן..........


בעט אויף העכער 40 מיט א זון


אויב דאס איז די איינציגע נפק"מ

בן אחיך
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 8:06 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך בן אחיך » זונטאג פאברואר 28, 2021 8:55 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך האב אזא איסתפקתא,
וואס טוט מער צולאזן די שניי, די ווארעמע וועטער אדער די זון?
למשל א טאג וואס איז 40 אבער פארוואלקנט וועט צולאזן מער שניי ווי א טאג 34 שטארק זוניג? אדער איפכא מסתברא?
למאי נפק"מ? איך וויל וויסן אויף וואס צו בעטן..........


נאך א מזל די האסט נישט קיין איסתפקתא וואס צולאזט מער רעגן אדער זון
וואלסט נאך מתפלל געווען אז עס זאל רעגנען
(וואלסט געזאגט ביים דאווענען מוריד הגשם)

Programming
שר האלף
תגובות: 1997
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך Programming » זונטאג פאברואר 28, 2021 9:18 pm

זון צולאזט אפילו אין די שטארקע קעלטן אויך. סתם פארוואלקנטע וועטער אן רעגן און זון צולאזט ווייניגער.

אוועטאר
גפת
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 02, 2019 4:41 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך גפת » מאנטאג מארטש 01, 2021 3:07 am

Programming האט געשריבן:זון צולאזט אפילו אין די שטארקע קעלטן אויך. סתם פארוואלקנטע וועטער אן רעגן און זון צולאזט ווייניגער.

פון ווי ווייסטע?

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג מארטש 01, 2021 10:24 am

יישר כח האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך האב אזא איסתפקתא,
וואס טוט מער צולאזן די שניי, די ווארעמע וועטער אדער די זון?
למשל א טאג וואס איז 40 אבער פארוואלקנט וועט צולאזן מער שניי ווי א טאג 34 שטארק זוניג? אדער איפכא מסתברא?
למאי נפק"מ? איך וויל וויסן אויף וואס צו בעטן..........


בעט אויף העכער 40 מיט א זון


אויב דאס איז די איינציגע נפק"מ

בן אחיך האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך האב אזא איסתפקתא,
וואס טוט מער צולאזן די שניי, די ווארעמע וועטער אדער די זון?
למשל א טאג וואס איז 40 אבער פארוואלקנט וועט צולאזן מער שניי ווי א טאג 34 שטארק זוניג? אדער איפכא מסתברא?
למאי נפק"מ? איך וויל וויסן אויף וואס צו בעטן..........


נאך א מזל די האסט נישט קיין איסתפקתא וואס צולאזט מער רעגן אדער זון
וואלסט נאך מתפלל געווען אז עס זאל רעגנען
(וואלסט געזאגט ביים דאווענען מוריד הגשם)

איך האב נאר געמאכט א וויץ מיט די למאי נפק"מ, באמת וויל איך סתם אזוי וויסן!

בן אחיך
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 8:06 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך בן אחיך » מאנטאג מארטש 01, 2021 11:10 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
בן אחיך האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך האב אזא איסתפקתא,
וואס טוט מער צולאזן די שניי, די ווארעמע וועטער אדער די זון?
למשל א טאג וואס איז 40 אבער פארוואלקנט וועט צולאזן מער שניי ווי א טאג 34 שטארק זוניג? אדער איפכא מסתברא?
למאי נפק"מ? איך וויל וויסן אויף וואס צו בעטן..........


נאך א מזל די האסט נישט קיין איסתפקתא וואס צולאזט מער רעגן אדער זון
וואלסט נאך מתפלל געווען אז עס זאל רעגנען
(וואלסט געזאגט ביים דאווענען מוריד הגשם)

איך האב נאר געמאכט א וויץ מיט די למאי נפק"מ, באמת וויל איך סתם אזוי וויסן!


אבער וויבאלד עס איז נאך א ספק אין מעגליך אז די רעגן צולאזט די שניי
זאלסטע ביז די צווייטע טאג פסח בעטן אז עס זאל רעגענען
אפילו אסאך מאל שטערט עס פאר די עוברים ושבים

אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך אלופי אדום » מאנטאג מארטש 01, 2021 11:15 am

געווען א וואונדערפאול וועטער פארגאנגענעם פרייטאג יום הפורים,
אויב מאך איך נישט קיין טעות איז לכה"פ די לעצטע צוויי יאר געווען רעגענדיג,
היי יאר א הערליכע זון געשמאקע טעמפראטורן נישט קאלט און נישט הייס
איך דאנק דיר באשעפער
מיין לופי'לע........

אוועטאר
מאנסי'ייט
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 11, 2020 4:52 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך מאנסי'ייט » מאנטאג מארטש 01, 2021 11:16 am

די זון צעלאזט נישט אזוי שטארק די שניי, ווייל די ווייסע קאליר שטויסט אפ די זון שטראלן. האבער אמאל טאקע געהער אז דאס איז טאקע די סיבה פארוואס דער אויבירשטער האט מאכט די שניי ווייס, ווייל ווען נישט וואלט זייער שנעל נישט געבליבן קיין זכר דערפון, און שניי איז זייער וויכטיג פאר די פעלדער. די גמרא זאגט אויף א פלאץ, אז איין שניי איז אזוי גוט ווי פינעף רעגנס. (די בארכעס זענען גוט געווען פורים? דאנק דעם אויבירשטן פאר די שניי.)

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 17098
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג מארטש 01, 2021 11:53 am

וואס גייט זיין די וועטער פסח?
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.

באדראג-קערעסטיר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך באדראג-קערעסטיר » מאנטאג מארטש 01, 2021 11:56 am

מאנסי'ייט האט געשריבן:די זון צעלאזט נישט אזוי שטארק די שניי, ווייל די ווייסע קאליר שטויסט אפ די זון שטראלן. האבער אמאל טאקע געהער אז דאס איז טאקע די סיבה פארוואס דער אויבירשטער האט מאכט די שניי ווייס, ווייל ווען נישט וואלט זייער שנעל נישט געבליבן קיין זכר דערפון, און שניי איז זייער וויכטיג פאר די פעלדער. די גמרא זאגט אויף א פלאץ, אז איין שניי איז אזוי גוט ווי פינעף רעגנס. (די בארכעס זענען גוט געווען פורים? דאנק דעם אויבירשטן פאר די שניי.)

אין שטאט קען מען נישט זעהן א חילוק אבער אין לעיקוואד אין אין מאנסי זעט מען קלארק אז די זייט פון די גאס וואס האט מער זוהן ווערט שנעלער צולאזט

גאלדגרוב
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך גאלדגרוב » מאנטאג מארטש 01, 2021 12:37 pm

היינט נאכט גייט זיין מערדערליך קאלט צוליב די שטארקע ווינטן וואס וועט זיך אראפלאזן שפעטער נאכמיטאג און ביינאכט וואס וועט מאכן שפירן ווי 11 אונטער זערא אין קרית יואל! און ווי 4 אונטער זערא אין די סיטי.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15621
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מארטש 01, 2021 1:05 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די MJO (א לענגערע אריכות מסביר צו זיין וואס דאס איז, ולא העת להאריך כעת) איז געפארקעסט אריינצוגיין אין פעיס 8 (כנ"ל ס'איז אן אריכות גדול מסביר צו זיין גענוי וואס דאס איז)
אבער פשוט עברי טייטש מיינט עס אז אויב שטעלט זיך עס ארויס צו זיין ריכטיג, וועט שפעטער אין מערץ דער ווינטער צוריקקומען מיטן גאנצן קנאק (קעלט און מעידזשער איסט קאוסט שניי שטורעמס).

איך בעהט נישט אויף יעצט, אבער לעתיד וואלט איך געווען זייער דאנקבאר אויב מען וועט עס יא אויסשמועסן, עס קוקט אויס זייער אינטערעסאנט.

--------

לויט ווי איך זעה צולאזט די זון יא די שניי, אביסל אפילו ווען עס איז היפש אונטער דעם פרירונגס פוינט.

גפת האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:זון צולאזט אפילו אין די שטארקע קעלטן אויך. סתם פארוואלקנטע וועטער אן רעגן און זון צולאזט ווייניגער.

פון ווי ווייסטע?

איך ווייס עס ווייל אין אפסטעיט זעהט מען עס קלאר.

די זון - נאכדערצו יעצט ווען עס ווערט שוין שטערקער - רייסט שטיקער פון די שניי אפילו ווען עס איז אין די צוואנציגערס.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4639
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג מארטש 01, 2021 1:17 pm

גפת האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:זון צולאזט אפילו אין די שטארקע קעלטן אויך. סתם פארוואלקנטע וועטער אן רעגן און זון צולאזט ווייניגער.

פון ווי ווייסטע?

איך זעה עס פאר א פאקט נאך יעדע שניי אפילו סיז קאלט

אוועטאר
מאנסי'ייט
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 11, 2020 4:52 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך מאנסי'ייט » מאנטאג מארטש 01, 2021 2:45 pm

זיכער האט די זון אן השפעה, אבער נישט אזוי שטארק. אין די זומער, פראביר צו אנרירן א ווייסע קאר און א שווארצע קאר, וועסטע אליין זיך איבערצייגן די מורא'דיג חילוק. אבער שטייצעך אז די ווייסע קאר וועט אויך זיין עטוואס ווארעם.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, Ban Mazel, Google [Bot], winner, א חסיד, אויפן שפיץ גאפל, בלינצע, יש ברירה, כאפצעם, משה צימערינג, ר' זעקל, שתקן און 69 געסט