ק.נ.א. וועטער ביורא

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך שואלכענין » מיטוואך ינואר 20, 2021 2:08 pm

וואס ס'האט זיך דא געטוישט לעצטנס איז:
אמאל האט הרב קנא שליט"א בלויז געזאגט זיין אייגענע מיינונג. ער האט אליין דורכגעקוקט אלע מאדלס, און "גע'פסק'נט" לויט זיין כח הכרעה, וואס איז געווענליך געווען זייער אקוראט, און ער איז נישט געבליבן פארשעמט נאכדעם.
למעשה האבן עטליכע ניקס דא אנגעהויבן אליין נאכקוקן מאדלס, און געקומען מיט אייגענע סברות וכו', האט עס אריינגעשלעפט הרב קנא צו די "נאכזאגן" לעוול, דער זאגט אזוי, יענער זאגט אנדערש, און זיין סטאק האט אביסל פארלוירן די ווערד, ווייל אסאך פון די זאכן טוישן זיך נאכדעם, און מען זעט אז עס איז נישט אויסגעקומען אזוי ווי עס איז געשטאנען מיט די בלויע אותיות, טראצדעם וואס ער האט עס סתם נאכגעזאגט.
אויך, מאכט עס אים מיד און אויסגעברענט, אז ער דארף ענטפערן אויף יעדע קליינע זאך וואס סיי וועלכע מאדל זאגט פאראויס א נביאות שקר.
א שאד. מען וואלט געדארפט צוריקגיין צום אמאל, און לאזן הרב קנא אויפברענגען דעם אשכול, בלויז ווען "ער" האלט אז עס קומט עפעס א ספעציעלע וועטער. נישט ווען די מאדלס זאגן אזוי יעדן שני וחמישי.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך ינואר 20, 2021 8:43 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ליסטע פון מאדלס וואס האבן אריינגעטשעקט פאר יא שניי:
קענעדיען
UKMET
ECMWF (יורא)

מ'קען שוין צולייגן:
NAVGEM
ICON

די GFS איז יעצט אן outlier
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

אוועטאר
שלג כצמר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך שלג כצמר » מיטוואך ינואר 20, 2021 9:40 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די GFS איז יעצט אן outlier

אזוי ווי יעדעס מאל לעצטנס.
דאס אז דו ליידסט נישט דערפון, מיינט נאכנישט אז דער פראבלעם עקזיסטירט נישט - עס מיינט בסך הכל אז דו "קענסט פשוט נישט פארשטיין" די וואס מוטשען זיך נעבעך יא...

מרדכי ש
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 2:30 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך מרדכי ש » מיטוואך ינואר 20, 2021 10:44 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ליסטע פון מאדלס וואס האבן אריינגעטשעקט פאר יא שניי:
קענעדיען
UKMET
ECMWF (יורא)

מ'קען שוין צולייגן:
NAVGEM
ICON

די GFS איז יעצט אן outlier

וואס ווייזן זיי פאר א גרויסע שניי אדער א קליינע

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 16694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 2:05 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
שלג כצמר האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער

אזוי ווי דו ביסט איינגעשטעלט ביי אונז... בעט איך דיר בכל לשון של בקשה, נישט צו צעשטערן אונזער נסיעה! ראו הזהרנוכם!

וואס איז די איבערקערעניש?
האסטו נישט געשריבן דא אז די נסיעה איז געפלאנט אויף דינסטאג וַיִתְרוֹ?

טא וואס איז דער פראבלעם מיט א שניי ג' בשלח?

(קרעדיט ויתרו - י. ש. דרעזדנער)

דער דאטום איז נאכנישט זיכער, מעגליך בשלח

די GFS, קענעדיען, און יורא האבן דערהערט די מעסעדזש, און די ג' בשלח שטורעם איז געקענסעלד!

יישר כח גדול! ביסט א צדיק!..
יעצט, אז דו פירסט יא אזוי גוט אויס דיין שליחות, זיי מוחל הייב אן מעלדן דעם וועטער פון אוקריינע ביז נאך די נסיעה רבתי...
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אב לאנדאן, היימישע וויין, ספרעי, שווערע שטופער און 23 געסט