ק.נ.א. וועטער ביורא

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 03, 2021 1:37 pm

eller האט געשריבן:כ'בין שוין לאנג נייגעריג )קען זיין אז כ'האב שוין געהערט אמאל די ענטפער אבער כ'האב פארגעסן..)
וויאזוי קען זיין אז ס'זאל אויף איינמאל רעגן - שנייען - האגלען ?? (היינט געווען אזוי אין די סיטי..)
מה נפשך איז די לופט צו קאלט דארף דאך אלעס ווערן שניי ? אויב ווערט עס צויר קווארעם דארף אלעס ווערן אזוי....

דאס קען פאסירן ווען ס'איז דא עטליכע לעיארס אין די לופט, למשל ס'קומט פון קאלט, מילד, קאלט, מילד [אונטן איז העכער די פריזינג פונקט], און ס'פאלט העווי PRECIPITATION.
די גרעסערע שניי ברעקלעך סורווייוון צו בלייבן נאסע סלאשי שניי שטיקער א גאנצע צייט, די מיטעלע שניי ברעקלעך האט זיך האלבוועגס אדער אינגאנצן אויפגעלאזט אינמיטן וועג אבער געווארן אינמיטן וועג צוריק אייז און ס'פאלט אזוי העווי אז אפילו אונטן איז שוין העכער פריזינג האט עס נישט געהאט קיין צייט צו ווערן צוריק אויפגעלאזט אלס רעגן, און די קלענערע ברעקלעך וואס דויערט שנעלער צו ווערן אויפגעלאזט קומט יא אראפ אלס רעגן טראפן.
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

אוועטאר
מים חיים
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך מים חיים » זונטאג ינואר 03, 2021 1:43 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
eller האט געשריבן:כ'בין שוין לאנג נייגעריג )קען זיין אז כ'האב שוין געהערט אמאל די ענטפער אבער כ'האב פארגעסן..)
וויאזוי קען זיין אז ס'זאל אויף איינמאל רעגן - שנייען - האגלען ?? (היינט געווען אזוי אין די סיטי..)
מה נפשך איז די לופט צו קאלט דארף דאך אלעס ווערן שניי ? אויב ווערט עס צויר קווארעם דארף אלעס ווערן אזוי....

דאס קען פאסירן ווען ס'איז דא עטליכע לעיארס אין די לופט, למשל ס'קומט פון קאלט, מילד, קאלט, מילד [אונטן איז העכער די פריזינג פונקט], און ס'פאלט העווי PRECIPITATION.
די גרעסערע שניי ברעקלעך סורווייוון צו בלייבן נאסע סלאשי שניי שטיקער א גאנצע צייט, די מיטעלע שניי ברעקלעך האט זיך האלבוועגס אדער אינגאנצן אויפגעלאזט אינמיטן וועג אבער געווארן אינמיטן וועג צוריק אייז און ס'פאלט אזוי העווי אז אפילו אונטן איז שוין העכער פריזינג האט עס נישט געהאט קיין צייט צו ווערן צוריק אויפגעלאזט אלס רעגן, און די קלענערע ברעקלעך וואס דויערט שנעלער צו ווערן אויפגעלאזט קומט יא אראפ אלס רעגן טראפן.

wow זייער קלאר

נ.ב. (נישט בנוגע די תגובה) קנא איך ווער נתפעל פון דיין געדולד מער וואו פון דיין וועטער קענטעניס (וואס איז אויך נישט אוועקצומאכן)

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 03, 2021 1:45 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ווי עס זעהט אויס פון די שארט רעינדזש HRRR מאדל [וואס ווערט געאפדעיט פון שעה צו שעה] איז די יעצטיגע פרימארגן שניי געווען בלויז א שטיקל הקדמה
די נעקסטע פאר שעה קומט א ברעיק... ס'קען אפשר זיין אביסעלע פלאריס אדער סנוא שאוערס דא דארט, אבער נישט ערנסט
בערך 3:00 צייט הייבט נאכאמאל אן צו שנייען געמישט מיט האגל אדער פארפרוירענע רעגן אין אפסטעיט, און רעגן אין די סיטי
בערך 5:00 צייט ווערט עס שטערקער און ס'טוישט זיך צו בלויז שניי אין אפסטעיט, אבער אין די סיטי האלט אן רעגן
העווי שניי האלט אן צו פאלן אין אפסטעיט און העווי רעגן אין די סיטי ביז בערך 9:00 ביינאכט
נאכדעם הייבט שוין אן נאכצולאזן, און ענדיגט זיך בערך ביי חצות הלילה

די HRRR גיט א דורכשניטליכע 2 ביז 4 פרישע אינטשעס פאר אלע היימישע געגענטער פון מאנסי ביז מאנטיסעלא, געציילטע געגענטער קענען באקומען ביז 5 אינטשעס

פרישע אפדעיט פון די HRRR
אין מאנסי און אין קרית יואל וועט די עיקר שניי אקטיוועטי פון די צווייטע פאזע זיך אנהייבן בערך 5:00 צייט, און זיך ענדיגן אין די איבערנאכט שעה'ן ערגעץ צווישן חצות הלילה און 3:00 פארטאגס
נאך אלס א דורכשניטליכע 2 ביז 4 אינטשעס ערווארטעט
די קעטסקילס קען האבן 3 ביז 5 אינטשעס
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 03, 2021 1:47 pm

מים חיים האט געשריבן:wow זייער קלאר

נ.ב. (נישט בנוגע די תגובה) קנא איך ווער נתפעל פון דיין געדולד מער וואו פון דיין וועטער קענטעניס (וואס איז אויך נישט אוועקצומאכן)

יישר כח פאר די דברי חיזוק.
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 03, 2021 1:49 pm

פרישע יורא מאדל גיט א סאליד 3 אינטשעס פאר צפון ראקלענד קאונטי (מאנסי), 4 אינטשעס פאר רוב אראנדזש קאונטי (אריינגערעכענט קרית יואל), און 5 אינטשעס פאר דרום סענטראל סאליווען קאונטי (בלומינגבורג, מאנטיסעלא).
צוגעלייגטע
sn10_acc.us_ne (16).png
sn10_acc.us_ne (16).png (126.27 KiB) געזעהן 1217 מאל
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

אוועטאר
שלג כצמר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך שלג כצמר » זונטאג ינואר 03, 2021 1:52 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:פרישע אפדעיט פון די HRRR
אין מאנסי און אין קרית יואל וועט די עיקר שניי אקטיוועטי פון די צווייטע פאזע זיך אנהייבן בערך 5:00 צייט, און זיך ענדיגן אין די איבערנאכט שעה'ן ערגעץ צווישן חצות הלילה און 3:00 פארטאגס

און וואס איז די סקעדזשול פון די רעגן אין די סיטי?
אויך די צייטן?
דאס אז דו ליידסט נישט דערפון, מיינט נאכנישט אז דער פראבלעם עקזיסטירט נישט - עס מיינט בסך הכל אז דו "קענסט פשוט נישט פארשטיין" די וואס מוטשען זיך נעבעך יא...

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 03, 2021 1:54 pm

שלג כצמר האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:פרישע אפדעיט פון די HRRR
אין מאנסי און אין קרית יואל וועט די עיקר שניי אקטיוועטי פון די צווייטע פאזע זיך אנהייבן בערך 5:00 צייט, און זיך ענדיגן אין די איבערנאכט שעה'ן ערגעץ צווישן חצות הלילה און 3:00 פארטאגס

און וואס איז די סקעדזשול פון די רעגן אין די סיטי?
אויך די צייטן?

מעגליך אביסל פריער, אבער מער ווייניגער די זעלבע
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

אוועטאר
שלג כצמר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך שלג כצמר » זונטאג ינואר 03, 2021 1:55 pm

א שיינעם דאנק!
דאס אז דו ליידסט נישט דערפון, מיינט נאכנישט אז דער פראבלעם עקזיסטירט נישט - עס מיינט בסך הכל אז דו "קענסט פשוט נישט פארשטיין" די וואס מוטשען זיך נעבעך יא...

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 03, 2021 2:04 pm

פרישע יורא טראגט ארויס די סוף וואך שטורעם צום ים
די געים איז אבער נאך נישט אויווער... גאנץ מעגליך אז ס'וועט זיך נאך צוריקריקן נענטער צו מערב (צו די קאוסט)
09.png
09.png (188.69 KiB) געזעהן 1137 מאל


די קומענדיגע וואך שטורעם (דינסטאג) ברענגט די יורא יא גענוג נאנט צום קאוסט צו ברענגן שלג כצמר, דאס מאל נישט נאר פאר אפסטעיט נאר אפילו פאר ברוקלין (אבער כמעט נישט פאר לעיקוואד)
012.png
012.png (194.3 KiB) געזעהן 1137 מאל
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 03, 2021 3:11 pm

לייכטע פריזינג דריזל פאלט יעצט אין טיילן פון אראנדזש און ראקלענד קאונטיס
דאס וועט זיך אבער צוריקטוישן צו בלויז שניי אין ווייניגער ווי 2 שעה פון יעצט
און די שניי איז ערווארטעט אראפצוקומען ביי א ראטע פון א האלבע אינטש צו א אינטש פער שעה

דאס מיינט אז אין די זעלבע צייט וואס די הימל וועט זיך טוישן פון ליכטיג צו טונקל
וועט די צושטאנד אויף די ראודס זיך טוישן פון טונקל צו ליכטיג
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

מרדכי ש
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 2:30 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך מרדכי ש » זונטאג ינואר 03, 2021 3:11 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:פרישע יורא טראגט ארויס די סוף וואך שטורעם צום ים
די געים איז אבער נאך נישט אויווער... גאנץ מעגליך אז ס'וועט זיך נאך צוריקריקן נענטער צו מערב (צו די קאוסט)
09.png


די קומענדיגע וואך שטורעם (דינסטאג) ברענגט די יורא יא גענוג נאנט צום קאוסט צו ברענגן שלג כצמר, דאס מאל נישט נאר פאר אפסטעיט נאר אפילו פאר ברוקלין (אבער כמעט נישט פאר לעיקוואד)
012.png

אין פארשטייט זיך נישט נאר ברענגען די יורא מאדל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 03, 2021 3:12 pm

ספעשל וועטער סטעיטמענט פון די נאציאנאלע וועטער סערוויס

Special Weather Statement
National Weather Service New York NY
248 PM EST Sun Jan 3 2021

CTZ005-006-NJZ002-103-NYZ067>070-032200-
Northern Fairfield-Northern New Haven-Western Passaic-
Western Bergen-Orange-Putnam-Rockland-Northern Westchester-
248 PM EST Sun Jan 3 2021

Patchy freezing drizzle will continue through late this
afternoon. Precipitation should change back to mainly snow late
this afternoon into early evening, ending the threat for freezing
drizzle.

In addition to any snow accumulation, a trace of ice accretion is
possible on untreated and elevated surfaces, making for dangerous
travel. Extra caution should still be used if traveling into
tonight
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

מרדכי ש
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 2:30 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך מרדכי ש » זונטאג ינואר 03, 2021 3:13 pm

דאס מיינט אז אין די זעלבע צייט וואס די הימל וועט זיך טוישן פון ליכטיג צו טונקל
וועט די צושטאנד אויף די ראודס זיך טוישן פון טונקל צו ליכטיג[/color][/quote]
:lol: :lol:

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 03, 2021 3:21 pm

לויט פרישע אינפארמאציע פון די HRRR וועט די טויש צוריק צו שניי פאסירן ערגעץ צווישן 4:00 און 5:00 [בערך א שעה ארום]
5:00 וועט שוין באכענען שניי אין אלע געגענטער צווישן מאנסי און מאנטיסעלא
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג ינואר 03, 2021 5:47 pm

שוין געשיקט א קוויק פעי יעצט...

וואס גייט זיין די וועטער פאר שבת, גייט מען קענען פארן קיין קרית יואל?

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 03, 2021 6:45 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:שוין געשיקט א קוויק פעי יעצט...

וואס גייט זיין די וועטער פאר שבת, גייט מען קענען פארן קיין קרית יואל?

א גרויסן יישר כח!
דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן מיט אלע גוטע השפעות טובות וואס איר וואונטשט זיך נאר.

לעת עתה קוקט אויס אז די וועטער וועט ערלויבן צו פארן קיין קרית יואל אויף שבת.
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 03, 2021 6:49 pm

ס'איז שוין נענטער צו 7:00 און ס'זעהט זיך שוין טאקע אן א פארשטערקערונג מיט גרעסערע שניי פלעיקס
אויך ווערן שוין די ראודס חרוסת'דיג
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 03, 2021 7:02 pm

ווי א שירעם נאך א שניי...
די GFS האט זיך ענדליך אויפגעכאפט פון שלאף
צוגעלייגטע
sn10_acc.us_ne (17).png
sn10_acc.us_ne (17).png (127.01 KiB) געזעהן 1770 מאל
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

אוועטאר
שלג כצמר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך שלג כצמר » זונטאג ינואר 03, 2021 9:11 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ווי א שירעם נאך א שניי...
:grin:
דאס אז דו ליידסט נישט דערפון, מיינט נאכנישט אז דער פראבלעם עקזיסטירט נישט - עס מיינט בסך הכל אז דו "קענסט פשוט נישט פארשטיין" די וואס מוטשען זיך נעבעך יא...

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג ינואר 04, 2021 9:31 am

למעשה האט קרית יואל באקומען בערך 2 אינטשעס שניי

בילד גענומען פון די נאנט זעהט עס אויס מער ווי 2 אינטשעס, אבער באמת איז עס נישט מער ווי צוויי אינטשעס
צוגעלייגטע
noname (8).jpg
noname (8).jpg (482.87 KiB) געזעהן 1317 מאל
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג ינואר 04, 2021 9:38 am

די קרית יואל סיידוואלק שניי שארער טרעקל
צוגעלייגטע
0bf32d891296e258c09ef12e25697df2336f9e28-1.jpg
0bf32d891296e258c09ef12e25697df2336f9e28-1.jpg (562.51 KiB) געזעהן 1291 מאל
e3f4dd431598cce4380fd0188db70150d5f486f5-1.jpg
e3f4dd431598cce4380fd0188db70150d5f486f5-1.jpg (555.81 KiB) געזעהן 1291 מאל
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג ינואר 04, 2021 9:43 am

די הערליכע שניי באצירטע ביימער
צוגעלייגטע
85e35a860444b35dc3a9bf902b7649b9486e85fc-1.jpg
85e35a860444b35dc3a9bf902b7649b9486e85fc-1.jpg (604.67 KiB) געזעהן 1270 מאל
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג ינואר 04, 2021 9:46 am

א ווינטערדיגע פרימארגן אין קרית יואל
[אגב היינטיגן מאנטאג שמות פאר פונקט 25 יאר צוריק שנת תשנ"ו איז געווען די באקאנטע 96 בליזארד]
צוגעלייגטע
ec413b39702addac947267f6244e9b2fb141367e-1.jpg
ec413b39702addac947267f6244e9b2fb141367e-1.jpg (499.61 KiB) געזעהן 1261 מאל
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג ינואר 04, 2021 9:51 am

נויבורג אין אראנדזש קאונטי האט באקומען 3.9 אינטשעס

בעיסיקלי האט אראנדזש קאונטי באקומען א אן עוורידזש פון 2 ביז 4 אינטשעס
שטימט מיט די נאציאנאלע וועטער סערוויס פארשאצונג
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

הגהות והערות על הוועטער אנאליז של קרית יואל יום ביומו

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג ינואר 04, 2021 10:20 am

די אנאליז פון קרית יואל יום ביומו ווערט געשריבן דורך א שרייבער [ידידי וש"ב נ"י] - נישט דורך א וועטער עקספערט - וועל איך מיר ערלויבן צו שרייבן עטליכע הגהות אויף אויסצוקלארן.

ערשטענס: די שניי פון פארלאפענע נאכט איז גענוג צו רופן סתם שניי, שטורעם מאן דכר שמיה.
צווייטנס: מיטוואך וועט נאך אויך זיין א היפשע געמיש פון וואלקענעס, הערשט אויף דאנערשטאג וועט שוין זיין א הערליכע זון.
דריטענס: ס'איז יא דא שפורן פון ארקטיק פרעסטן, ס'איז געסקעדזשולט זיך "אריינצורייסן" קיין ניו יארק ווי דו רופסט עס ערגעץ אין די צווייטע העלפט יאנואר, לאמיר זאגן ארום יאנואר 20 ווי ס'זעהט יעצט אויס.
פערדענס: ס'איז טאקע דא א שטורעם מעגליכקייט קומענדיגע וואך ארום דינסטאג-מיטוואך, אבער די שטורעם מעגליכקייט פאר די וואך שבת קודש איז נאך נישט אראפ פון טיש... הגם יעצט כרגע ווייזן אלע מאדלס אז ס'פארט ארויס צום ים איז עס אבער נאך נישט קיין פיינעל דעסישאן... ס'איז נאך מאנטאג היינט און אסאך קען זיך נאך טוישן ביז שבת [נישט אז ס'גייט זיכער זיין, נאר אויף אזויפיל אז מ'האלט נאך א נאנטע אויג דערויף, די מעגליכקייט איז נאך דא].
צוגעלייגטע
וועטער אנאליז שמות פ''א.jpg
וועטער אנאליז שמות פ''א.jpg (457.78 KiB) געזעהן 1157 מאל
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: tesla, yid101, אבן יקרה, בר דעת, חלה, לא ימושו מפיך, נטה, פימפערנוטער, פלעסטיק, פרישע קוגל און 65 געסט