ק.נ.א. וועטער ביורא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 09, 2011 5:22 pm

זונטאג פארנאכט אפדעיט!

א "בליזארד" איז אויפן וועג קיין ניו יארק סיטי און די ארומיגע געגענטער!!!

לעצטערע קאמפיוטער מאדעלס צייגן אז די שניי וועט קומען באגלייט מיט שווערע ווינטן פון 40-35 מייל פער שעה [לעת עתה קוקט אויס אז די ווינטן וועלן נישט זיין אזוי געפערליך ווי פאריגע מאל, אבער וועט דאך זיין גענוג שטארק אנצומאכן בליזארד קאנדישאנס ד.ה. ווינטן פון 35 מייל פער שעה פאר עטליסט 3 שעה אין א צי].

אי"ה מארגן צופרי וועלן מיר האבן א קלארערן באריכט איבער די שניי טאטעלס

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » זונטאג ינואר 09, 2011 6:35 pm

איך האב געהערט אויפן וועג פון סי.בי.עס. אז די שניי גייט זיך אנהייבן דינסטאג ביינאכט, וואס דאס דארף לכאורה (כ'האף אזוי) אנדייטן אז עס וועט נישט אפעקטירן מיין וועג אהיים פון די ארבעט, וואס דאס איז לכאורה מיין גרעסטע פראבלעם מיט די שניי (ווייל טאמער קען מען נישט פארן מיטוואך אינדערפרי, וועל איך לכאורה במילא נישט אריינגיין צו די ארבעט, אבער פאר דינסטאג דארף איך א וועג אנצוקומען אהיים).

ק.נ.א. וועטער ביטע קאנפירם

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » זונטאג ינואר 09, 2011 6:37 pm

און אין איינוועגס וויל איך מיר טאקע באדאנקען פאר ק.נ.א. וועטער פאר די אפדעיטס.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 09, 2011 6:40 pm

דזשעב 012 האט געשריבן:איך האב געהערט אויפן וועג פון סי.בי.עס. אז די שניי גייט זיך אנהייבן דינסטאג ביינאכט, וואס דאס דארף לכאורה (כ'האף אזוי) אנדייטן אז עס וועט נישט אפעקטירן מיין וועג אהיים פון די ארבעט, וואס דאס איז לכאורה מיין גרעסטע פראבלעם מיט די שניי (ווייל טאמער קען מען נישט פארן מיטוואך אינדערפרי, וועל איך לכאורה במילא נישט אריינגיין צו די ארבעט, אבער פאר דינסטאג דארף איך א וועג אנצוקומען אהיים).

ק.נ.א. וועטער ביטע קאנפירם

לויט ווי עס קוקט אויס אצינד וועט נישט זיין קיין מעידזשער פראבלעמ'ס אויף די ראודס דינסטאג נאכמיטאג; באט מיטוואך צופרי שוין איינמאל!!!

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » זונטאג ינואר 09, 2011 7:08 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:לויט ווי עס קוקט אויס אצינד וועט נישט זיין קיין מעידזשער פראבלעמ'ס אויף די ראודס דינסטאג נאכמיטאג; באט מיטוואך צופרי שוין איינמאל!!!


איך האב געזעהן אז סגייט קומען קוים א אינטש

האב איך רעכט?
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 09, 2011 7:09 pm

געזעהן ווי???

נאופס! איר האט נישט רעכט...
לעצט פאראכטן דורך ק.נ.א. וועטער אום זונטאג ינואר 09, 2011 7:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » זונטאג ינואר 09, 2011 7:10 pm

accu weather זאגט 1 צו 3 אינטשעס
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » זונטאג ינואר 09, 2011 7:21 pm

קהת האט געשריבן:איך האב געזעהן אז סגייט קומען קוים א אינטש

קהת האט געשריבן:accu weather זאגט 1 צו 3 אינטשעס

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 09, 2011 7:27 pm

פאר לאקאלע וועטער איז http://www.weather.gov די בעסטע און קראנטסע סייט (נאציאנאלע וועטער סערוויס).

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » זונטאג ינואר 09, 2011 7:34 pm

דזשעב 012 האט געשריבן:
קהת האט געשריבן:איך האב געזעהן אז סגייט קומען קוים א אינטש

קהת האט געשריבן:accu weather זאגט 1 צו 3 אינטשעס


לא קשיא איינס דינסטאג און איינס מיטוואך

שטייסטו??
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » זונטאג ינואר 09, 2011 7:56 pm

קהת האט געשריבן:שטייסטו??

יא

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 09, 2011 9:56 pm

אין די איצטיגע מינוטן האט געענדיגט ראנען די שטארק סאפיסטקירטע NAM מאדעל.

די רעזולטאטן דערפון איז 20-15 אינטשעס פאר די ניו יארק סיטי עריע.

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » זונטאג ינואר 09, 2011 10:06 pm

אייערע באריכטן זענען בעסער ווי גוט.

יישר כחכם און האלט'ס אן, מיר לייענען און זענען אייך דאנקבאר דערפאר.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » זונטאג ינואר 09, 2011 10:07 pm

אפשר געסטו אביסל א לענגערע הסבר איבערן דיין אזוי באניצטע ווארט מאדעל
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 09, 2011 10:49 pm

איך שטעל דא ארויף א בילד פונעם NAM מאדעל, ביים הויכפונקט פונעם שטורעם, און איך וועל עס פרובירן אביסל מסביר צו זיין.

(קליקט אויפן בילד וועט איר עס זעהן פיל גרעסער און קלארער)

nam_slp_060m.gif


די רויטע ליינס מיינט ווארעמע לופט, און די בלויע ליינס קאלטע לופט.

די גרינע און בלויע פלעקן דאס זענען שטורעמס.

די מער לייט גרין מיינט לייכטע רעגן אדער שניי (ווענדט זיך צו עס איז ביי די קאלטע לופט אדער ביי די ווארעמע). און די דארקערע גרין אדער בלוי מיינט העפטיגערע רעגן אדער שניי.

אויב איז די שטורעם ביי די בלויע ליינס מיינט דאס אז עס וועט פאלן שניי, און אויב איז עס ביי די רויטע ליינס מיינט דאס רעגן.

ביי אונזער פאל קענט איר זעהן ווי ביים הויכפונקט פונעם שטורעם איז גאנץ ניו יארק סיטי און רוב ניו דזשערזי און די האדסאן וואלי ראיאן (מאנרא-מאנסי) אונטער א גרויסע בלויע פלעק, וואס דאס מיינט העפטיג, און איז ביי די בלויע ליינס וואס דאס מיינט שניי.


דא קענט איר זעהן וויפיל אינטשעס ליקוואד עס איז ערווארטעט אלעס אינאיינעם

7.jpg


ניו יארק סיטי איז דארק פוירפל, דאס מיינט צווישן 1.5 און 1.75 אינטשעס ליקוואד (זעהט אונטן פונעם בילד).

א אינטש ליקוואד (רעגן וואסער) איז ארום 12-10 אינטשעס שניי (געוואנדן ווי אויפגעבלאזן די שניי איז, און צו עס איז ריין שניי אדער געמישט מיט אביסל האגל).

קומט אויס אז 1.5 אינטש איז עטליסט 15 אינטשעס, און 1.75 אינטש איז עטליסט 17.5 אינטשעס. דאס מיינט אז לויטן NAM מאדעל קען ניו יארק סיטי באקומען ארום 20-15 אינטשעס שניי.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג ינואר 10, 2011 6:11 am

א געוואלדיגן שקויעח ר' קנא וועטער, האלט מיך אפדעיטעד וועגן דעם דינסטאג שניי, עס איז מיר שטארק נוגע, בעיקר ווען ער וועט אנהייבן
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » מאנטאג ינואר 10, 2011 8:30 am

מיינע חברה אויף סי.בי.עס. געבן איבער, אז דינסטאג נאכמיטאג וועט אנהייבן צו פאלן א לייכטע שניי, וואס וועט ווערן געדעכטער ביינאכט און עס וועט פאלן ביז מיטוואך אינדערפרי בערך 9-10 אזייגער, און דאן וועט עס ווערן געטוישט צו פלאריס ביז נאכמיטאג, אבער עס וועט זיין זייער ווינטיג וואס דאס וועט ארומווארפן די שניי.
זיי שאצן פאר די טריי סטעיט עריע, צווישן 6-12 אינטשעס.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג ינואר 10, 2011 10:13 am

ווי מיר האבן שוין געברענגט נעכטן איז די רעזאלטס פון די NAM מאדל געווען אז עס קומט א שניי בליזארד פון בערך 20-15 אינטשעס שניי.

עס פארשטייט אבער יעדער אז מען קען נישט בויען אויף איין ספעציפישע מאדל, ספעציעל אז די NAM מאדל אליין האט אנדערע רעזולטאטן ביי יעדע ראן, דעריבער טוען די וועטער עקספערטן מאכן א סך הכל פון יעדע מאדל באזונדער, און זיי טוען גרונטליך שטודירן די מהלך פון יעדע מאדל, פארוואס דער געוויסער מאדל ווייזט אז דער שטורעם וועט ארויספארן צום ים, און פארוואס דער דאזיגער מאדל ווייזט אז עס וועט יא אנפאלן אויף יבשה, און לויט דעם באשטימט מען די וועטער.

זייער אסאך מאל מאכט מען א בלענד צווישן 2 אדער מער מאדל'ס, און לויט דעם בויעט מען די פארקעסט.

רוב מאל וועט די בלענד זיין פון די GFS און NAM מאדעלן, וואס זענען די 2 שטערקסטע מאדל'ס.

ביים איצטיגן שטורעם איז דא עטליכע מאדעלן וועלכע ווייזן אז עס קומט א בליזארד, ובתוכם די יורעפיען מאדל, און די NAM מאדל, דאגעגן אבער די GFS האט נעכטן במשך די טאג, ווי אויך ביי די ראן היינט פארטאגס, געוויזן אז די "מעין דיש" פונעם שטורעם וועט בלייבן אויפן וואסער, און לויט דעם מאדל קומט אויס [דערווייל] אז עס וועט פאלן נישט מער ווי 8-6 אינטשעס אין די טריי סטעיט געגענט.

ווי אויך די NAM מאדל פון היינט פארטאגס האט שוין געוויזן אביסל ווייניגער שניי פאר די טריי סטעיט עריע - הגם נאך אלס פיל מער ווי די GFS מאדל.

די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט געמאכט א בלענד פון די צוויי מאדעלן און ארויסגעגעבן "ווינטער שטורעם וואטשעס" פאר די טריי סטעיט עריע, מיט די מעגליכקייט פאר 12-6 אינטשעס שניי.

די אמאונטס וועלן זיך גאנץ זיכער טוישן במשך דעם היינטיגן טאג און מארגן, אבער לעת עתה שאצט מען אויף 12-6 אינטשעס מיט לאקעלי העכערע אמאונטס.

ווי נאר עס וועט זיין א טויש וועלן מיר עס דא מעלדן אי"ה

prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

תגובהדורך prowed jew » מאנטאג ינואר 10, 2011 10:32 am

געוואלדיג! זשאסט קיפ איט אפדעטעד
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מאנטאג ינואר 10, 2011 10:48 am

שכוח ק.נ.א. וועטער!
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » מאנטאג ינואר 10, 2011 11:02 am

פונקטליך האט געשריבן:שכוח ק.נ.א. וועטער!

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג ינואר 10, 2011 11:06 am

ברעיקינג:

א הויכער וועטער באאמטער וואס האט איינגעטיילט ווינטער שטורעמס אין 5 קאטאגאריעס דהיינו: שניי ביז א אינטש איז קאטאגאריע 1; פון 1 ביז 4 אינטשעס איז קאטאגאריע 2; פון 5 ביז 12 אינטשעס איז קאטאגאריע 3; פון 13 ביז 24 אינטשעס איז קאטאגאריע 4; פון 24 אינטשעס און העכער איז קאטאגאריע 5; - האט דזשאסט געטשעינדזשט זיין אלערט פון א קאטאגאריע 3 שטורעם צו א קאטאגאריע 4 שטורעם, וואס דאס מיינט 13 ביז 24 אינטשעס שניי.

נעכטן ווי אויך היינט צופרי איז זיין אלערט געווען אויף א קאטאגאריע 3 שטורעם, פאר די גאנצע נארט-איסט ראיאן, אצינד אבער האט ער געטוישט צו א קאטאגאריע 4 פאר א גרויסן חלק פונעם נארט-איסט ראיאן.

ניו יארק סיטי און די ארומיגע סובארס זענען נאך דערווייל אין די קאטאגאריע 3 רעינדזש, אבער סענטראל לאנג איילענד איז שוין אין די קאטאגאריע 4 רעינדזש; ד.מ. אז ניו יארק סיטי וועט ווארשיינליך זיין נענטער צו די 12 אינטש אמאונט ווי די 6 אינטש אמאונט.

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מאנטאג ינואר 10, 2011 11:27 am

זיי שרייבן אז די עיקר העווי שניי וועט פאלן פון 3:00 ביז 6:00 מיטוואך פארטאגס


16646_4.jpg
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך קעכער » מאנטאג ינואר 10, 2011 12:00 pm

א גרויסען דאנק 'ק.נ.א. וועטער' פאר די וועטער באריכטן, ווי אויך פאר די אינטערעסאנטע אינפארמאציע וויאזוי מ'זאגט פאר א שניי.

קיפ איט אָפּ..

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג ינואר 10, 2011 3:02 pm

פשיהא. איך האב נישט געוויסט אז מיר האבן דא איינגעהאנדעלט אן ערענסטן וועטער עקספערט. ער שרייבט נישט בלויז נאך וואס סי.בי.עס., קול מבשר און טעל-מי זאגן, ער קען די סיסטעם!

יישר כח פארן מעלדן דא אלע אפדעיט'ס. האלט'ס אן. און א עקסטערע יישר כח פארן מיטטיילן מיטן עולם די אלע אינפארמאציע אין די מהלך החשבונות.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט