ק.נ.א. וועטער ביורא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך גאלדגרוב » מוצ"ש מאי 09, 2020 10:32 pm

יא. אריינגערעכנט ליל שב''ק נאך האלב צוועלף

קעדילעק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך קעדילעק » זונטאג מאי 10, 2020 10:16 am

וויליאמסבורג האט אויך זוכה געווען צו א שפרענקעלע "אייר שניי", שבת נאכמיטאג האט ווירקליך געשנייט, ווי אומגלויבליך ס'האט זיך געשפירט..

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג מאי 10, 2020 12:23 pm

קעדילעק האט געשריבן:וויליאמסבורג האט אויך זוכה געווען צו א שפרענקעלע "אייר שניי", שבת נאכמיטאג האט ווירקליך געשנייט, ווי אומגלויבליך ס'האט זיך געשפירט..

אויך שבת פארטאגס האט געשנייט אין ניו יארק סיטי
אלע ניו יארקע עירפארטס און אויך סענטראל פארק האבן באריכטעט א טרעיס (ווייניגער פון 0.1) שניי
בלויז 1 מאל זינט יאר 1869 למס' (תרכ"ט) איז געפאלן ברעקלעך שניי אין ניו יארק סיטי אינעם מאנאט פון מאי.
דאס איז געווען מאנטאג כ"א אייר שנת תשל"ז (ולמס' מאי 9 1977), דאס מיינט אז לויטן אידישן דאטום איז שוין געפאלן ברעקלעך שניי אין א שפעטערע דאטום פון נעכטן, אבער לויטן למס' דאטום איז עס גענוי די זעלבע (גראדע אין די רעקארדס פון ניו יארק סיטי איז פארצייכענט אז אויך אין מאי 4 1946 למס' איז געפאלן ברעקלעך שניי אין ניו יארק סיטי, אבער דאס איז ווארשיינליך א טעות, ווייל די טעמפראטור יענעם טאג איז געלאפן צווישן 45 און 51, וואס איז אוממעגליך אז ס'זאל פאלן שניי אין אזא טעמפראטור).

אין א געוויסע שטאט אין אפסטעיט ניו יארק איז מען נעכטן נאכמיטאג געגאנגען צו א פרקי אבות שיעור (מיט סאושעל דיסטענינג פארשטייט זיך) בשעת אינדרויסן האט זיך אראפגעלאזט א שטארקע "סנוא סקוואל" (אזוי ווי א טאנדער סטורעם נאר אין שניי), ס'איז געווען גאר קאמיש צו זעהן אריינקומען צו א פרקי אבות שיעור פארשנייטע שטריימלעך, מעיל'ס, רעזשוואלקעס, טיש בעקיטשעס, פיאות, און בערד.

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך Programming » מיטוואך מאי 13, 2020 11:34 am

אין מאנסי איז שבת געווען 43-45 די גראד - עכ"פ לויט די אפיציעלע רעקארדס - בעת עס האט זיך אראפגעלאזט א סנאו סקוואל. סאו אדער קען יא שנייען אין אזא טעמפעראטור (פארשטייט זיך עס לאזט זיך אויף תיכף), אדער מאכט זיך אפשר אז די טעמפעראטור גייט צייטווייליג אראפ פאר א קליינע צייט אן דעם וואס די סענסארס זאלן עס רעגיסטרירן

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך שואלכענין » מיטוואך מאי 13, 2020 10:07 pm

דער הסבר איז, אז אביסל העכער איז דער קלימאט קעלטער, נאר דא אונטן איז ווארימער, צוליב די ווייניגער ווינט און די געדיכטע אטמאספערע.

די שניי ווערט פארפרוירן אויבן, דער טערמאסטאט ווייזט וויאזוי עס איז דא אונטן.

אוועטאר
אלופי אדום
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך אלופי אדום » דאנארשטאג מאי 14, 2020 12:02 pm

וואוו!!! ניטאמאל א וואך פון ווען ס'געווען אונטער 40, גייט מארגן זיין ארום 85.
#משנה עיתים
מיין לופי'לע........

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך לייטער » פרייטאג מאי 15, 2020 9:00 am

א גיטן מועד
סאיז געווען א קורצע ווינטער היי יאר

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג מאי 18, 2020 2:07 pm

שוין ארייינגעלייגט די עיר קאנדישינער ב"ה
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך גאלדגרוב » דינסטאג מאי 19, 2020 3:23 am

אחת ואחת האט געשריבן:שוין ארייינגעלייגט די עיר קאנדישינער ב"ה

וואס איז די יאגעניש? נאכנישט זומער דערווייל . יעצט איז די ריכטיגע אייר/ פריהלינג וועטער, אנדערש ווי די ביז יעצטיגע פארצויגענע ווינטער. אגב מען קען שוין שרייבן די וועטער אויסקוק אויף יו''ט שבועות. מען וועט סייווי לייגן וואסער צו טרינקען אין אלע עקן קרית יואל צוליב די מכלומר'שטע ביטערע היצן... די לעצטע מאל וואס אין שבועות איז געווען העכער ניינציג איז געווען תשע''א. היי יאר קוקט אויס צו זיין אין די הויכע זיבעציגער.

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך Programming » דינסטאג מאי 19, 2020 10:21 am

לעצטע יאר ווען דער ווינטער האט זיך פארצויגן כמעט ביז שבועות האט מען גערעדט אז זיי וועלן אנשטאט קאלטע וואסער לייגן ווארעמע טיי...

היי יאר קענען זיי לייגן רום טעמפעראטור וואסער

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג מאי 19, 2020 11:30 am

Programming האט געשריבן:אין מאנסי איז שבת געווען 43-45 די גראד - עכ"פ לויט די אפיציעלע רעקארדס - בעת עס האט זיך אראפגעלאזט א סנאו סקוואל. סאו אדער קען יא שנייען אין אזא טעמפעראטור (פארשטייט זיך עס לאזט זיך אויף תיכף), אדער מאכט זיך אפשר אז די טעמפעראטור גייט צייטווייליג אראפ פאר א קליינע צייט אן דעם וואס די סענסארס זאלן עס רעגיסטרירן

קען זיין אז פאר א קורצע צייט אינמיטן טאג איז די העכסטע טעמפראטור געשטאנען ביי דעם נומער, אבער בשעת די סנוא סקוואל איז מסתמא נישט געווען 43-45,

די סיבה פארוואס אסאך מאל קען שנייען העכער די פרירונגס פונקט (32), און אסאך מאל פאלט נאסע רעגן טראפן אפילו אונטער 32 גראד (און ווערט הערשט שפעטער איינגעפרוירן אויף די ערד), דאס האט צו טוהן מיט די לופט אטמאספערע העכער די surface (בערך 2000 פיס העכער אונז).

אויב אין אלע לעיערס פון לופט פון די וואלקענעס אראפ ביז ממש העכער surface איז קאלט, דעמאלס אפילו אויב אין די surface אליינס איז העכערן פרירונגס פונקט, אויב אבער איז דא א שטארקע קאלטע ווינט (אזוי ווי שבת אמור), אדער טאמער קומט עס אראפ מיט א שנעלקייט און מיט א פאוער (למשל ביי א סנאו סקוואל), און בעיקר טאמער די לופט איז טרוקן (נידריגע דאו פוינטס), דעמאלס לאזט זיך נישט אויף די שניי אזוי שנעל אין די לופט, און ס'פאלט ווייטער אלס שניי ביז דער ערד, אבער געווענדליך טאמער ס'איז העכער 41 וועט עס שוין יא פאלן אלס רעגן.

די סיבה פארוואס אסאך מאל רעגנט אפילו אונטער 32 גראד, דאס פאסירט אויב ממש העכער די surface איז ווארעם און די שניי אין די לופט איז געווארן אויפגעלאזט, דעריבער פאלט עס אלס רעגן, ס'האט שוין נישט קיין צייט צו ווערן אייז אין די לופט (צוריק ווערן שניי קען עס זיכער נישט, שניי קען זיך נאר פארמירן אין די וואלקענעס אליינס).

טאמער אבער איז די ווארעמע לופט נישט ממש העכער די surface, און ס'האט נאך יא צייט צו ווערן צוריק אייז אין די לופט, פאלט עס אלס האגל.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג מאי 19, 2020 11:36 am

גאלדגרוב האט געשריבן:אגב מען קען שוין שרייבן די וועטער אויסקוק אויף יו''ט שבועות. די לעצטע מאל וואס אין שבועות איז געווען העכער ניינציג איז געווען תשע''א. היי יאר קוקט אויס צו זיין אין די הויכע זיבעציגער.

איך מעג מחולק זיין מיט דיר?
נאך זייער פרי צו וויסן די טעמפראטור פאר שבועות
אפשר פרייטאג אדער מוצאי שבת וועט מען שוין האבן א שטיקל השגה בערך ווי ווארעם אדער קיל ס'וועט זיין.

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4069
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג מאי 19, 2020 11:42 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
גאלדגרוב האט געשריבן:אגב מען קען שוין שרייבן די וועטער אויסקוק אויף יו''ט שבועות. די לעצטע מאל וואס אין שבועות איז געווען העכער ניינציג איז געווען תשע''א. היי יאר קוקט אויס צו זיין אין די הויכע זיבעציגער.

איך מעג מחולק זיין מיט דיר?
נאך זייער פרי צו וויסן די טעמפראטור פאר שבועות
אפשר פרייטאג אדער מוצאי שבת וועט מען שוין האבן א שטיקל השגה בערך ווי ווארעם אדער קיל ס'וועט זיין.

וואס טוצעך מיט דעם סוף וואך?

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג מאי 19, 2020 11:44 am

Programming האט געשריבן:לעצטע יאר ווען דער ווינטער האט זיך פארצויגן כמעט ביז שבועות

לעצטע יאר האט זיך דער ווינטער נישט פארצויגן כמעט ביז שבועות, פון י"א אייר און ווייטער איז אין ניו יארק סיטי יעדן טאג געווען אין די זיבעציגער אדער אין די אכציגער, אין אפסטעיט איז טאקע געווען מיט עטליכע גראד קילער, אבער נישט צו באצייכענען אז "ווינטער" האט זיך פארצויגן כמעט ביז שבועות.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג מאי 19, 2020 11:47 am

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:וואס טוצעך מיט דעם סוף וואך?

וועט בעז"ה אין די זיבעציגער (פרייטאג טרוקן, פון אנהייב פרייטאג צונאכטס ביז מוצאי שבת מעגליך שאוערס אדער טאנדער סטורעמס פון צו צייט צו צייט).

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך Programming » דינסטאג מאי 19, 2020 1:31 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:אין מאנסי איז שבת געווען 43-45 די גראד - עכ"פ לויט די אפיציעלע רעקארדס - בעת עס האט זיך אראפגעלאזט א סנאו סקוואל. סאו אדער קען יא שנייען אין אזא טעמפעראטור (פארשטייט זיך עס לאזט זיך אויף תיכף), אדער מאכט זיך אפשר אז די טעמפעראטור גייט צייטווייליג אראפ פאר א קליינע צייט אן דעם וואס די סענסארס זאלן עס רעגיסטרירן

קען זיין אז פאר א קורצע צייט אינמיטן טאג איז די העכסטע טעמפראטור געשטאנען ביי דעם נומער, אבער בשעת די סנוא סקוואל איז מסתמא נישט געווען 43-45,
.


וועל, דו ביסט דאך דער עקספערט. זוך אויף וואס די אפיציעלע רעקארדס ווייזן וואס דער טעמפעראטור איז געווען.

עס איז אלס דא די מעגליכקייט וואס כ'האב געשריבן, אז די סענסארס זענען נישט אזוי אקוראט און נישט אזוי שנעל אפדעיטעד א.א.וו.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4120
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג מאי 19, 2020 1:32 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:לעצטע יאר ווען דער ווינטער האט זיך פארצויגן כמעט ביז שבועות

לעצטע יאר האט זיך דער ווינטער נישט פארצויגן כמעט ביז שבועות, פון י"א אייר און ווייטער איז אין ניו יארק סיטי יעדן טאג געווען אין די זיבעציגער אדער אין די אכציגער, אין אפסטעיט איז טאקע געווען מיט עטליכע גראד קילער, אבער נישט צו באצייכענען אז "ווינטער" האט זיך פארצויגן כמעט ביז שבועות.

ער מישט לכאורה מיט צוויי יאר צוריק.
----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------- אייוועלט תש"פ שרייבעריי פארמעסט -----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג מאי 19, 2020 1:42 pm

צוויי יאר צוריק איז שוין געווען אין די ניינציגער פאר עטליכע טעג אנפאנג מאי, און שבועות איז געווען מאי 20.
נאר וואס יא?
2 יאר צוריק איז פונקט ערב שבועות געווען א קילע טאג (אין די פופציגער), אבער שבועות אליין איז שוין געווען 75-80.

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך גאלדגרוב » דינסטאג מאי 19, 2020 11:37 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
גאלדגרוב האט געשריבן:אגב מען קען שוין שרייבן די וועטער אויסקוק אויף יו''ט שבועות. די לעצטע מאל וואס אין שבועות איז געווען העכער ניינציג איז געווען תשע''א. היי יאר קוקט אויס צו זיין אין די הויכע זיבעציגער.

איך מעג מחולק זיין מיט דיר?
נאך זייער פרי צו וויסן די טעמפראטור פאר שבועות
אפשר פרייטאג אדער מוצאי שבת וועט מען שוין האבן א שטיקל השגה בערך ווי ווארעם אדער קיל ס'וועט זיין.

איך גיב מיך אונטער פאר אונזער הויכגעשעצטער קנ''א וועטערמאן. 2 און 3 יאר צוריק איז אין מאי פארגעקומען א היץ כוואליע פון עטליכע טעג העכער 90. אבער פאראיאר און האפנטליך היי יאר נישט. יעצט זעט אויס אויף שבועות ארום 80 אדער מער. לאמיר האפן אז נישט. מארגן נאכט וועט אין ק''י אראפגיין צו 36

Haklal
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך Haklal » דינסטאג מאי 19, 2020 11:46 pm

אבער כו"ע מודה אז היי יאר איז קילער ווי געווענטליך, ריכטיג?

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך כא כא כא » מיטוואך מאי 20, 2020 12:18 am

Haklal האט געשריבן:אבער כו"ע מודה אז היי יאר איז קילער ווי געווענטליך, ריכטיג?

אויב איז נישטא קיינער וואס קריגט זיך קען איך עס זיין.........
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4069
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » זונטאג מאי 24, 2020 12:38 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:וואס טוצעך מיט דעם סוף וואך?

וועט בעז"ה אין די זיבעציגער (פרייטאג טרוקן, פון אנהייב פרייטאג צונאכטס ביז מוצאי שבת מעגליך שאוערס אדער טאנדער סטורעמס פון צו צייט צו צייט).

סיז געווען גאנץ בחסד אין אפסטעיט. עכט גערעגנט האט נאר בערך נאר 2 שעה היינט נאכמיטאג. (אפשר ביינאכט אויך איך ווייס נישט).

וואס איז די אויסקוק פאר יו"ט?

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג מאי 25, 2020 11:24 am

וואס איז די אויסקוק פאר יו"ט?
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג מאי 25, 2020 12:18 pm

ערשטע נאכט יו"ט - מערסטנס פארוואלקענט מעגליך אביסל לייכטע רעגן דא דארט, ארום 65-70 גראד
ערשטע טאג יו"ט - א געמיש פון זון און וואלקענעס, נאכמיטאג פארוואלקענט מיט רעגן און טאנדער סטורעמס, ארום 75-80 גראד
צווייטע נאכט יו"ט - פארוואלקענט, רעגן און טאנדער סטורעמס, ארום 65-70 גראד.
צווייטע טאג יו"ט - לעצטערע מאדלס ווייזן א מעגליכקייט פאר א פרישע רונדע פון רעגן, ארום 75-80 גראד.

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4069
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג מאי 25, 2020 12:51 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ערשטע נאכט יו"ט - מערסטנס פארוואלקענט מעגליך אביסל לייכטע רעגן דא דארט, ארום 65-70 גראד
ערשטע טאג יו"ט - א געמיש פון זון און וואלקענעס, נאכמיטאג פארוואלקענט מיט רעגן און טאנדער סטורעמס, ארום 75-80 גראד
צווייטע נאכט יו"ט - פארוואלקענט, רעגן און טאנדער סטורעמס, ארום 65-70 גראד.
צווייטע טאג יו"ט - לעצטערע מאדלס ווייזן א מעגליכקייט פאר א פרישע רונדע פון רעגן, ארום 75-80 גראד.

שערכוח, פאר וועלעכע געגענט איז דאס?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Clm, mini van, Toyota, אלעקסיי דער דריטער, גדל, חלה לכבוד שבת, פרוכט בוים, שיעלע בהמה, שכל טוב און 59 געסט