בלאט 486 פון 490

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2020 10:25 pm
דורך טראק דרייווער
ניין דו האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:איינער געדענקט נאך אז ס׳דא א וועטער בכלל?

אז סאיז א גוטע וועטער קען מען ארויסגיין כאטש נעבן די הייזער עכ"פ אין אפסטעיד
ווי אויך האפט מען אז די זימער זאל אנקומען און די זוהן זאל פארברענען די ווייירוס

לעניית דעתי קוקט נישט אויס ווי דאס גייט העלפן ווייל אין אוסטראליע בוזשעוועט די ווירעס און גרויסן :evil: :-(


און וואס איז די וועטער דארט? אפשר איז שוין דארטן קאלט צוליב דעם אנקומענדיגן ווינטער?

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2020 12:31 am
דורך geek
וויאזוי קוקט אויס צו זיין די וועטער אויף פסח?

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2020 12:41 am
דורך איסר האטלקי
geek האט געשריבן:וויאזוי קוקט אויס צו זיין די וועטער אויף פסח?

אין דיינונג רום היבש ווארים, אין ליווינג רום וועט זיין אביסל בעסער.

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 26, 2020 5:08 pm
דורך ניין דו
טראק דרייווער האט געשריבן:
ניין דו האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:איינער געדענקט נאך אז ס׳דא א וועטער בכלל?

אז סאיז א גוטע וועטער קען מען ארויסגיין כאטש נעבן די הייזער עכ"פ אין אפסטעיד
ווי אויך האפט מען אז די זימער זאל אנקומען און די זוהן זאל פארברענען די ווייירוס

לעניית דעתי קוקט נישט אויס ווי דאס גייט העלפן ווייל אין אוסטראליע בוזשעוועט די ווירעס און גרויסן :evil: :-(


און וואס איז די וועטער דארט? אפשר איז שוין דארטן קאלט צוליב דעם אנקומענדיגן ווינטער?

https://www.accuweather.com/en/au/national/covid-19
די וועטער איז דארט 70-80F און ווי מ'קען זען אויפ'ן לינק איז עס טאקע נישט אזוי פארשפרייט דארט ווי אין US, אבער בעצם קוקט דארט רוב וועלט נישט אויס ווי US.
בקיצור נמרץ איך האף אויך אז עס וועט זיך אויפהערן שנעל (נאך פאר די זוממער), און אדרבא אויב איינער קען אריינקומען קלארער אין דעם ענין זאל ביטע מהנה זיין די עולם.

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מאנטאג אפריל 06, 2020 9:24 am
דורך מאתים
וויאזוי קוקט אויס די וועטער פאר די ערשטע טעג פסח ?
וועט מען קענען מאכן די גאסן מנינים ?

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מאנטאג אפריל 06, 2020 11:47 am
דורך Mister
מאתים האט געשריבן:וויאזוי קוקט אויס די וועטער פאר די ערשטע טעג פסח ?
וועט מען קענען מאכן די גאסן מנינים ?

ערשטע נאכט יו"ט
פארװאלקנט, ארום 50 אין סיטי און 40 אין ק"י
ערשטע טאג יו"ט
קען זיין א שטיקל רעגן שחרית צייט, ארום 60 אין סיטי און 55 אין ק"י
(מעגליך לייכטע רעגן נאכמיטאג)
די צװייטע נאכט יו"ט
פארװאלקנט, ארום 40 אין סיטי און 35 אין ק"י
צװייטע טאג יו"ט
זוניג, ארום 55 אין סיטי און 50 אין ק"י
שבת
בערך די זעלבע װי צװייטע טאג

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2020 3:58 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
"ארויפדרייען די אונינג" אלערט!
"צובינדן די גארבידזש קאנעס" אלערט!

א שווערע רעגן שטורעם (ספירה רעגן-מסוגל לרפואה) איז ערווארטעט פון היינט שפעט ביינאכט (ארום 12:00-1:00) ביז מארגן שפעט נאכמיטאג אדער אנהייב נאכט.
אויסער די עמער'ס רעגן פון 1 ביז 3 א האלב אינטשעס, איז אויך ערווארטעט "מאסיווע ווינטן" וואס קען גרייכן ביי א שטארקייט פון 60-70 מייל פער שעה ביים הויכפונקט מארגן אינמיטן טאג.

לאמיר האפן אז די קאראנע וויירוס וועט אוועקפליען מיטן ווינט, און מיר וועלן פליען קיין ירושלים מיט משיח צדקינו.

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2020 4:06 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
דאס מיינט אז די פאטעטאס וועט ווערן נאס? כאטש נישט אוועקפליען

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2020 5:41 pm
דורך שאהן הענניטי
Thanks

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2020 5:58 pm
דורך nmi
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:דאס מיינט אז די פאטעטאס וועט ווערן נאס?

ניין. אלעס וועא נאס ווערן אחוץ די פעטעטעס.

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2020 6:15 pm
דורך איינפאכער איד
זאג אן דעם "מעילמאן" אז ער לאז נישט לאזן די מעיל ווערן נאס ח"ו, צוליב א חשש חמ... פון "מעיל" און וואסער...

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2020 6:35 pm
דורך ירנן
א שווערע רעגן שטורעם איז ערווארטעט צו באפאלן די טריי סטעיט געגנט אנגעפאנגען פון שפעט היינט ביינאכט
א' שמיני פ'
די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט ארויסגעלייגט א "היי ווינט וואטש" פאר אלע 5 באראס פון ניו יארק סיטי, וועסשטעסטער, ראקלענד, און אראנדזש קאונטיס. און א "היי ווינט ווארענונג" איז ארויסגעלייגט געווארן פאר די מזרח ברעגעס פון ניו דזשערזי און אזוי אויך פאר סענטראל און דרום דזשערזי, אריינגערעכענט די לעיקוואד געגנט. ס'איז ערווארטעט מארגן מאנטאג שווערע שלאקס רעגענעס באגלייט מיט מאכטפולע ווינטן פון 60 ביז 70 מייל פער שעה. שפעטער אין טאג איז דא א מעגליכקייט אז די זון וועט ארויסקומען פאר א קורצע וויילע אין פארשידענע געגענטער, אבער דערנאך קען נאכפאלגן א רונדע פון העפטיגע ווילדע טאנדער סטורעמס.

https://www.yiddish24.com/latestUpdates

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מאנטאג אפריל 13, 2020 2:02 am
דורך טוט זיך...?
וואס איז די פלאן פאר מאנרא/אפסטעיט?

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מאנטאג אפריל 13, 2020 9:30 am
דורך zibala
קוק ארויס פון פענסטער

געשריבן: מאנטאג אפריל 13, 2020 10:58 am
דורך מימוני
אפסטעיט געגענטער קענען זיך גרייטען פאר א מעגליכע בלעקאוט.
ולכל בני ישראל היה אור במושבותם.

Re:

געשריבן: מאנטאג אפריל 13, 2020 1:33 pm
דורך טראק דרייווער
מימוני האט געשריבן:אפסטעיט געגענטער קענען זיך גרייטען פאר א מעגליכע בלעקאוט.
ולכל בני ישראל היה אור במושבותם.


מיין לייט האט זיך שוין געשאקלט עטליכע מאל היינט צופרי, אבער קיין בלעקאוט איז דערווייל ברוך השם נישט געקומען.

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מאנטאג אפריל 13, 2020 1:36 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
די עיקר שטארקע ווינטן קענען מעגליך אנקומען דורכאויס די נעקסטע שעה צוויי בערך
30 מייל דרום פון לאנג איילענד אז שוין באריכטעט געווארן א ווינט גאסט פון 76 מייל א שעה
חבי כמעט רגע עד יעבור זעם

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מאנטאג אפריל 13, 2020 2:40 pm
דורך ישראל_הלוי
Tornado threat for NJ including Lakewood

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מאנטאג אפריל 13, 2020 5:55 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
אין ווילי קלארט זיך שוין אויס ב"ה.

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מאנטאג אפריל 13, 2020 6:03 pm
דורך אלי' מקוה יוד
דא אין אפסטעיט אויכעט ב"ה

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מאנטאג אפריל 13, 2020 6:08 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:דא אין אפסטעיט אויכעט ב"ה

מ'וועט קענען עסן אין די סוכה. וואס?

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מאנטאג אפריל 13, 2020 6:09 pm
דורך אלי' מקוה יוד
די נערוון עטוואס אויפהייטערן

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מאנטאג אפריל 13, 2020 6:15 pm
דורך ברוכאוויטש
היינט האבן מיינע קינדער געקענט גיין חול המועד האלטן אין א "וואסער פארק" (בלאטע פארק) גענצליך בחינם, זיי האבן זיך באמת מחי' געוועהן (זייער מאמע האט זיך נישט אזוי מחי' געוועהן)

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מאנטאג אפריל 13, 2020 7:51 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:די נערוון עטוואס אויפהייטערן

איך ווייס נישט וואס די וועטער אין אפסטעיט איז. אבער דא אין ווילי איז א געשמאקע וועטער ב"ה. א מחי'צו זיצן אויפן פארטש.

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מאנטאג אפריל 13, 2020 7:55 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ב"ה די היימישע געגענטער זענען גאנץ מילד אפגעקומען

ס'איז געווען געגענטער וואס האבן געהאט ווינטן פון 60 -70 מייל פער שעה, און אנדערע געגענטער 70 - 80 מייל פער שעה, מיט פילע שאדנס

א שטייגער ווי:
lanoka harbor, nj וואס האט באקומען ווינטן פון 82 מייל פער שעה
mystic island nj וואס האט באקומען ווינטן פון 81 מייל פער שעה
beach haven, nj וואס האט באקומען ווינטן פון 74 מייל פער שעה
atlantic city, nj וואס האט באקומען ווינטן פון 73 מייל פער שעה
tappan zee (וועסטשעסטער טייל פונעם בריק) 68 מייל פער שעה
ROCK TAVERN ניו יארק (אראנדזש קאונטי) 67 מייל פער שעה
ORIENT ניו יארק (לאנג איילענד) 68 מייל פער שעה
ISLIP ניו יארק (לאנג איילענד) 61 מייל פער שעה