ק.נ.א. וועטער ביורא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג ינואר 03, 2020 1:12 am

היסטאריקער האט געשריבן:וואס גייט זיין שב"ק אין קר"י?

עטליכע קדישים :lol: :lol:
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14318
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מוצ"ש ינואר 04, 2020 7:43 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:סאו דערווייל איז די גאנצע רעדע פון אביסל שניי אין די לופט, און עקיו וועטער איז ראנג מיט זייער מאפע.

די מערסטע וואס מקען ערווארטן שפעטער היינט נאכט איז אביסעלע לייכטע פלאריס אין די לופט אין די אפסטעיט געגענטער

ופני עקיו-וועטער חפו :oops:

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מוצ"ש ינואר 04, 2020 7:45 pm

[/center]
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:סאו דערווייל איז די גאנצע רעדע פון אביסל שניי אין די לופט, און עקיו וועטער איז ראנג מיט זייער מאפע.

די מערסטע וואס מקען ערווארטן שפעטער היינט נאכט איז אביסעלע לייכטע פלאריס אין די לופט אין די אפסטעיט געגענטער

ופני עקיו-וועטער חפו :oops:

דינסטאג?

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14318
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מוצ"ש ינואר 04, 2020 7:50 pm

אהבת השם האט געשריבן:דינסטאג?

מאדלס קומען נאך אלס אריין צומישט, אבער אויב עפעס וועט עס זיין ענדערש דינסטאג נאכט אריין אין מיטוואך, נישט דינסטאג בייטאג.

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מוצ"ש ינואר 04, 2020 7:51 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
אהבת השם האט געשריבן:דינסטאג?

מאדלס קומען נאך אלס אריין צומישט, אבער אויב עפעס וועט עס זיין ענדערש דינסטאג נאכט אריין אין מיטוואך, נישט דינסטאג בייטאג.

;l;p-

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14318
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 05, 2020 12:44 pm

א לייכטע שניי איז ערווארטעט היינט ביינאכט - אנגעפאנגען פון ארום 11:00-12:00 צייט אין סאליווען-אראנדזש קאונטיס, און פון ארום 12:00-1:00 אין ראקלענד-וועסטשעסטער קאונטיס, און ניו יארק סיטי.
די לייכטע שניי וועט אנהאלטן ביז מארגן פארטאגס אדער גאנץ פרי, דערנאך וועט ווערן זוניג, און א שיינע וועטער איז ערווארטעט פאר מארגן בייטאג.

א דורכשניטליכע קאדינג ביז א אינטש איז ערווארטעט אין די אפסטעיט געגענטער, מעגליך א קאדינג אין ניו יארק סיטי. לעיקוואד וועט גארנישט באקומען.

*

די דינסטאג נאכט שטורעם איז דערווייל נאך אלס אונטער א פארנעפלטן שלייער, אבער ס'הייבט אן אויסזעהן מער און מער אז ניו יארק סיטי וועט ענדערש באקומען שניי ווי רעגן, היות ס'קוקט אויס לעת עתה אז ס'וועט זיין א קאוסטעל שטורעם, ד.ה. די עיקר שטורעם וועט פארבלייבן אויפן וואסער, און ניו יארק סיטי וועט זיין אויפן קעלטערן זייט פונעם שטורעם.
דאס מיינט אויך אז די אפסטעיט געגענטער וועלן מעגליך באקומען ווייניגער ווי די שטאט, געוואנדן אין וואו נאנט צום קאוסט די לאו פרעשור וועט טרעקן.

אוועטאר
zookeeper
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 13, 2011 12:52 am

תגובהדורך zookeeper » זונטאג ינואר 05, 2020 5:42 pm

דאס מיינט אז דינסטיג וועט נישט זיין קיין שטארם

באדראג-קערעסטיר
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

דינסטאג נאכט שניי מאפע פון accuweather

תגובהדורך באדראג-קערעסטיר » מאנטאג ינואר 06, 2020 9:22 am

SnowMidAtl.jpeg
SnowMidAtl.jpeg (38.28 KiB) געזעהן 2109 מאל

אוועטאר
Mister
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

תגובהדורך Mister » מאנטאג ינואר 06, 2020 9:28 am

נאציאנאלע וועטער סערוויס מעפ

https://www.weather.gov/okx/winter
צוגעלייגטע
nws.png
nws.png (547.13 KiB) געזעהן 2077 מאל

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:10 am

אלעס איין אינטש?

אוועטאר
שפע רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » מאנטאג ינואר 06, 2020 9:56 pm

דער עולם קען קענסלען די טיקעטס קיין פלארידע, עקיו-וועטער זאגט פאר אויף שבת, זונטאג, אין די 60ער

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:34 pm

אין לעיקוואוד וועט זיין שבת 64

סעקרעטאר
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 11:45 am
לאקאציע: אין אפיס

תגובהדורך סעקרעטאר » דינסטאג ינואר 07, 2020 4:37 pm

קומט א שניי למעשה היינט נאכט?

באדראג-קערעסטיר
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

תגובהדורך באדראג-קערעסטיר » דינסטאג ינואר 07, 2020 4:40 pm

נישט קיין גרוסע זאכן

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14318
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך ינואר 08, 2020 6:46 am

קען מען שוין אוועקלייגן די ווינטער בגדים? פרעגן אסאך אירע.

איז אזוי: היינט מיטוואך וועט מען עס יא דארפן נוצן, ס'וועט זיין אין די מיטעלע הויכע דרייסיגער אין אפסטעיט און ארום 40 אין די סיטי, ס'וועט זיין זייער ווינטיג וואס וועט מאכן שפירן פיל קעלטער, און ס'איז אויך ערווארטעט סנוא שאוערס אדער סנוא סקוואלס וואס קען ברענגן א קאדינג ביז א האלבע אינטש אין טייל אפסטעיט געגענטער.

היינט ביינאכט וועט אראפגיין צו די נידריגע מיטעלע צענער נומערן אין די אפסטעיט געגענטער, און אין די נידריגע צוואנציגער אין די סיטי.

מארגן דאנערשטאג בייטאג וועט שוין נישט זיין אזוי ווינטיג, ס'וועט זיין שיין זוניג און קאלט, מיט טעמפראטורן אין די נידריגע מיטעלע דרייסיגער.

עכ"פ היינט און מארגן ברויך מען ווינטער מאנטלען.

פרייטאג וועט די קעלט שוין היפש נאכלאזן ס'וועט ארויפגיין צו די הויכע פערציגער צו די נידריגע פופציגער, און מ'קען אוועקלייגן די מאנטלען אין שאפע פאר א וויילע, אדער עס אריינגעבן צום קלינער סטאר אז ס'פעלט אויס.

שבת וועט זיין נאך מילדער, אין די שטאט און שוין אפגערעדט אין לעיקוואד וועט ארויפגיין צו די נידריגע מיטעלע זעכציגער, און אין די אפסטעיט געגענטער וועט נישט זיין קיין סאך קילער, ס'וועט זיין אין די הויכע פופציגער צו אין די נידריגע זעכציגער (נישט פארגעסן אויסצולעשן די סטים בעפאר שבת).

שפעט מוצאי שבת איז ערווארטעט א רעגן אדער טאנדער סטורעם אין אלע חרדישע געגענטער פון ניו יארק און ניו דזשערזי. אין די זעלבע צייט וועט די זעלבע שטורעם ברענגן א אייז/שניי שטורעם פאר מאנטריאל און טאהש און פאר די העכערע חלקים פון אפסטעיט ניו יארק נענטער צום קאנאדישן גרעניץ - די שטורעם וועט זיך אנפאנגען אין קאנאדא אלס א רעגן דורכאויס שבת נאכמיטאג און וועט זיך שפעטער אריבערטוישן צו אייז און שניי און וועט אנהאלטן דארט ביז זונטאג מיטאג.

זונטאג נאכמיטאג וועט זיין די קלימאקס פון די גאר מילדע טעמפראטורן, ס'איז ערווארטעט טעמפראטורן אין די מיטעלע הויכע זעכציגער! אבער אין קאנאדא וועט אין די זעלבע צייט זיין אין די נידריגע צוואנציגער!

די איבריגע טייל פון קומענדיגע וואך פרשת שמות וועט זיין מערסטענס אין די פערציגער, ביז...

דאנערשטאג נאכמיטאג!

דאנערשטאג נאכמיטאג איז די שפעטסטע צייט אויפצופיקן די מאנטלען פון די קלינער'ס, ס'הייבט אן בלאזן קאלטע ווינטן און די טעמפראטור פאלט...

ליל ששי פ' שמות וועט זיין ווינטיג און ציפעדיג קאלט, די טעמפראטור וועט ווייטער פאלן נידריגער און נידריגער.

פרייטאג שמות וועט די ווארעמסטע טעמפראטור אינמיטן טאג זיין:
לויט די יורא מאדל: 31 אין די סיטי און אין לעיקוואד, 26 אין מאנסי, 25 אין קרית יואל, און 22 אין בלומינגבורג.
לויט די GFS מאדל: 26 אין לעיקוואד, 25 אין ניו יארק סיטי, 20 אין מאנסי, 19 אין קרית יואל, 17 אין בלומינגבורג.
לויט די קענעדיען מאדל: 27 אין לעיקוואד, 26 אין ניו יארק סיטי, 24 אין מאנסי און אין קרית יואל, 23 אין בלומינגבורג.

ס'איז דא אויסזיכטן אז די קעלט וועט אנהאלטן אויך פרשת וארא, וארא וועט דאס יאר זיין א קאלטע וואך, און כדי לקיים מה שנאמר קרח ונפג וזכרי וועט איין טאג אביסל נאכלאזן.

אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » מיטוואך ינואר 08, 2020 8:08 am

יישר כח פאר די באריכט מיט די ספייס אין די זייט.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מיטוואך ינואר 08, 2020 8:20 am

וואף, קומט ער אריין קלאר

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מיטוואך ינואר 08, 2020 8:31 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:(נישט פארגעסן אויסצולעשן די סטים בעפאר שבת).


האב איך מיך אמאל איינגעהאנדלט א מאשין, א נייע ערפינדונג, וואס רופט זיך "טערמאסטאט"... ער כאפט אליין אויף אויב עס איז ווארעם, כדי איך זאל עס נישט דארפן אינזין האבן אויסצולעשן בעפאר שבת...

אגב, איך האב נישט ליב צו באלעסטיגן דעם עולם מיט שרייבן יעדעס מאל א דאנק, אבער אז עס מאכט זיך א געלעגנהייט עפעס צו שרייבן (ווי למשל יעצט, אזא וויכטיגע ידיעה...) נוץ איך אויס די געלעגנהייט זיך צו באדאנקען פאר דיר הרב קנ"א ונוקם שליט"א, פאר דיינע הערליכע און צוטרעפנדע נבואות. יישר כחך.

ארויף
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:06 pm

תגובהדורך ארויף » מיטוואך ינואר 08, 2020 9:35 am

How much is going to snow in kj today?

אוועטאר
צוקער זיס
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:39 pm

תגובהדורך צוקער זיס » מיטוואך ינואר 08, 2020 9:42 am

א גרויסן יישר כח פאר די שיינע און קלארע באריכט
יעדער מאכט פרייליך אין שטוב איינער ווען ער קומט אריין, און איינער ווען ער גייט ארויס

באדראג-קערעסטיר
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

תגובהדורך באדראג-קערעסטיר » מיטוואך ינואר 08, 2020 10:38 am

שכח הרב ק.נ.א.
עס דערמאנט מיך שבת ויחי אדער ויגש שנת תשס"ד אין וויליאמסבורג. ווען דער עולם איז געקימען שפעט צו מנחה ושלש סעודות, ווייל עס איז אויך געווען אין די זעכציגער. אין דער עולם האט שפאצירט אין גרויסען, מיינענדיג אז סאיז די לאנגע שבת נאכמיטאג'ס...

באדראג-קערעסטיר
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

תגובהדורך באדראג-קערעסטיר » מיטוואך ינואר 08, 2020 10:53 am

יעצט נאכגעקוקט די רעקארדס אין (nyc (laguardia airport.
שבת ויגש תשס"ד =57
שבת שמות תשס"ו= 64

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3844
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך ינואר 08, 2020 11:07 am

מזאגט אז די צימישטע וועטערס איז א רעסעפי פאר פארקילעכצער אויב מגעט זיך נישט אכטונג

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מיטוואך ינואר 08, 2020 4:30 pm

משנה עתים ומחליף את הזמנים
שבת צופרי אין לעיקוואוד וועט זיין 65 זוניג
לעיקוואוד אידן זאלן מאכן זיכער אז די עירקאנדישן ארבעט שבת
צוגעלייגטע
20200108_162709.jpg
20200108_162709.jpg (108.64 KiB) געזעהן 433 מאל
לעצט פאראכטן דורך לייטער אום מיטוואך ינואר 08, 2020 4:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מיטוואך ינואר 08, 2020 4:33 pm

ציפעדיג און מאנרא יעצט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבן יקרה, וויכטיג מאכער און 25 געסט