ק.נ.א. וועטער ביורא
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14247
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2620
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14247
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am
הכונו! הכונו!
ווינטער איז אויפן וועג!
ווי ס'קוקט אויס וועט דער ריכטיגער ווינטער זיך אנהייבן היי יאר ארום דינסטאג ויצא.
דערווייל איז נישטא קיין שום שניי שטורעמעס אויפן האריזאנט (אפשר אביסל אייז אדער שניי מוצאי שבת אין די האדסאן וואלי ראיאן, אבער נישט ערנסט)
אבער ווי ס'קוקט אויס וועלן ביטערע קעלטן זיך אנהייבן באקוועם מאכן אויפן חלק ערד-קוגל וואס רופט זיך נארט-איסט אמעריקא אנגעהויבן פון ארום דינסטאג ויצא, און קען מעגליך אנהאלטן פאר א לענגערע וויילע, און איינמאל די קעלט איז העיר טו סטעי איז בלויז א קאצן-שפרינג ביזן זעהן כסדר'דיגע שנייען.
געדענקט! דאס איז נישט קיין פיינעל פארקעסט, זאכן קענען זיך נאך טוישן, אבער לעת עתה קוקט אויס אז ס'איז פארבליבן ווייניגער ווי 2 וואכן צום ריכטיגן ווינטער.

- צוקער וואסער
- שר חמש מאות
- תגובות: 509
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm
- טשאדעלע באדעלע
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5989
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 758
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
לייטער האט געשריבן:טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איינער ווייסט פון א סווימינג פול אין די וויליאמסבורג געגענט וואס איז אפן היינט?
א קורצע ווינטער געווען היי יאר
ווען איז סוף זמן אכילת חמץ?
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14247
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am
צוקער וואסער האט געשריבן:פאריאר האבן מיר קימאט נישט געהאט שניי. עס איז דאך געווען קאלט.
קודם כל, ס'איז נישט געווען ממש ווי דו לייגסט עס אראפ "כמעט גארנישט".
ניו יארק סיטי האט פאריאר באקומען 20.5 אינטשעס שניי דורכאויס די ווינטער וואס איז טאקע ווייניגער ווי די עוורידזש, אבער איז נישט אויף א אופן אז מ'זאל עס אנרופן כמעט גארנישט. און דאס זעלבע מאנסי און קרית יואל האבן באקומען אביסל ווייניגער ווי די עוורידזש, אבער נישט גאר אסאך אפגענויגט פונעם עוורידזש.
איך קען פארשטיין פארוואס דו רופסט עס "כמעט גארנישט" ווייל די חלק הארי פון די פאריעריגע שניי איז געקומען גאר פרי אין ווינטער נאוועמבער 15 למספרם ביי די באקאנטע "טשיק פיס שניי שטורעם", און נאכדעם סוף ווינטער צווישן פעברואר 28 און מערץ 4 למספרם, און אינדערצווישן איז געווען גאר ווייניג שניי.
דאס וואס דו טענה'סט "ס'איז דאך געווען קאלט", איז אויך נישט ממש אזוי. הגם ס'איז געווען געציילטע גאר קאלטע טעג האט עס אבער נישט אנגעהאלטן סטעדי.
דעצעמבער פאריאר איז געווען דירעקט "מילד", ס'איז געווען מיט עטליכע גראד ווארעמער ווי די עוורידזש, און ס'איז כמעט גארנישט געפאלן קיין שניי.
די טעמפראטור דורכאויס יאנואר איז געווען עוורידזש, א דאנק 2 גאר פראסטיגע טעג, איינס יאנואר 21 ווען אין ניו יארק סיטי איז די העכסטע בייטאג געווען 14 גראד און די נידריגסטע ביינאכט 4 גראד, און די צווייטע איז געווען די לעצטע טאג פון יאנואר ווען די העכסטע בייטאג איז געווען 16 גראד און די נידריגסטע ביינאכט 2 גראד.
ווען נישט די צוויי איינצעלנע גאר פראסטיגע טעג וואלט די עוורידזש טעמפראטור פון יאנואר אויך געווען העכער ווי געווענדליך.
אזוי אויך פעברואר איז די עוורידזש טעמפראטור געווען ווארעמער ווי געווענדליך, הגם ס'איז אויך געווען עטליכע קאלטע טעג דא דארט.
מערץ איז שוין יא געווען די עוורידזש קעלטער ווי געווענדליך, בעיקר אין די ערשטע וואך פון מערץ, און דעמאלס איז טאקע געווען די שנייאיגסטע פעריאד פונעם גאנצן ווינטער.
עכ"פ ווען איך האב געשריבן אז איינמאל די קעלט קומט אן איז בלויז א קאצן שפרינג ביזן ערשטן ערנסטן שניי, האב איך געמיינט צו זאגן אויף א אופן וואס די קעלט זעצט זיך אריין סטעדי פאר מינומים עטליכע וואכן אין א ציה, און דאס איז וואס ס'קוקט אויס מער און מער אז דאס וועט פאסירן ערגעץ צווישן דעצעמבער 3 און 5, און קען אזוי אנהאלטן פאר א לענגערע וויילע (דאס קען זיך נאך טוישן, ס'איז אבער לעת עתה דא מער שאנסן פאר קאלט ווי פארקערט).
- צוקער וואסער
- שר חמש מאות
- תגובות: 509
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:הכונו! הכונו!
ווינטער איז אויפן וועג!
ווי ס'קוקט אויס וועט דער ריכטיגער ווינטער זיך אנהייבן היי יאר ארום דינסטאג ויצא.
דערווייל איז נישטא קיין שום שניי שטורעמעס אויפן האריזאנט (אפשר אביסל אייז אדער שניי מוצאי שבת אין די האדסאן וואלי ראיאן, אבער נישט ערנסט)
אבער ווי ס'קוקט אויס וועלן ביטערע קעלטן זיך אנהייבן באקוועם מאכן אויפן חלק ערד-קוגל וואס רופט זיך נארט-איסט אמעריקא אנגעהויבן פון ארום דינסטאג ויצא, און קען מעגליך אנהאלטן פאר א לענגערע וויילע, און איינמאל די קעלט איז העיר טו סטעי איז בלויז א קאצן-שפרינג ביזן זעהן כסדר'דיגע שנייען.
געדענקט! דאס איז נישט קיין פיינעל פארקעסט, זאכן קענען זיך נאך טוישן, אבער לעת עתה קוקט אויס אז ס'איז פארבליבן ווייניגער ווי 2 וואכן צום ריכטיגן ווינטער.
מען שטופט און שטופט דעם ווינטער ווייטער און ווייטער, אבער פליז, שטופ עס נישט ביז די קאנטרי....
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14247
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am
מען שטופט נישט גארנישט, פארקערט גאר, מ'ברענגט עס פריער.
צו ווייסט איר אז די קאלטע טעמפראטורן וואס מ'האט שוין געהאט ביז דערווייל זענען אבנארמאל פאר די יעצטיגע צייט פון יאר?
צו ווייסט איר וויפיל רעקארד ברעיקינג נידריגע טעמפראטורן זענען געבראכן געווארן אין די לעצטע 2 וואכן איבער פילע סטעיטס אין אמעריקא אריינגערעכענט דא אינעם היימישן ניו יארק און ניו דזשערזי?
אפיציעל הייבט זיך דער ווינטער אן דעצעמבער 21 למספרם, און די עוורידזש דאטום ווען ניו יארק סיטי זעהט די ערשטע measurable snowfall איז דעצעמבער 14.
צו ווייסט איר אז די קאלטע טעמפראטורן וואס מ'האט שוין געהאט ביז דערווייל זענען אבנארמאל פאר די יעצטיגע צייט פון יאר?
צו ווייסט איר וויפיל רעקארד ברעיקינג נידריגע טעמפראטורן זענען געבראכן געווארן אין די לעצטע 2 וואכן איבער פילע סטעיטס אין אמעריקא אריינגערעכענט דא אינעם היימישן ניו יארק און ניו דזשערזי?
אפיציעל הייבט זיך דער ווינטער אן דעצעמבער 21 למספרם, און די עוורידזש דאטום ווען ניו יארק סיטי זעהט די ערשטע measurable snowfall איז דעצעמבער 14.
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14247
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am
יא! ס'קוקט אויס מער און מער אז די עטליסט די אנהייב פונעם שטורעם - וואס קען אנקומען מוצ"ש אדער זונטאג פארטאגס - וועט זיין שניי מעגליך אפילו פאר ניו יארק סיטי און לעיקוואד.
אין די אפסטעיט געגענטער בעיקר אין קרית יואל, בלומינגבורג, קעטסקילס, איז דא א גוטע שאנס אז ס'וועט בלייבן א גאנצע צייט שניי אדער שניי געמישט מיט האגל.
אין ניו יארק סיטי איז דא א שאנס אז ס'וועט זיך צוריקטוישן צו שניי זונאג נאכט, און לויט טייל קאמפיוטער מאדלס קען עס זיין העווי.
עכ"פ שניי איז אין די פארקעסט פאר קומענדיגן זונטאג און זונטאג נאכט, און מעגליך אריין אין מאנטאג, אבער וויפיל שניי ס'וועט פאלן איז נאך זייער אומקלאר.

- לעכטל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 449
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
- לאקאציע: ביד השי"ת
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:יא! ס'קוקט אויס מער און מער אז די עטליסט די אנהייב פונעם שטורעם - וואס קען אנקומען מוצ"ש אדער זונטאג פארטאגס - וועט זיין שניי מעגליך אפילו פאר ניו יארק סיטי און לעיקוואד.
אין די אפסטעיט געגענטער בעיקר אין קרית יואל, בלומינגבורג, קעטסקילס, איז דא א גוטע שאנס אז ס'וועט בלייבן א גאנצע צייט שניי אדער שניי געמישט מיט האגל.
אין ניו יארק סיטי איז דא א שאנס אז ס'וועט זיך צוריקטוישן צו שניי זונאג נאכט, און לויט טייל קאמפיוטער מאדלס קען עס זיין העווי.
עכ"פ שניי איז אין די פארקעסט פאר קומענדיגן זונטאג און זונטאג נאכט, און מעגליך אריין אין מאנטאג, אבער וויפיל שניי ס'וועט פאלן איז נאך זייער אומקלאר.
מיר ווארטן פאר פרישע אפדעדטס, ווען ס'איז דא.
ייש"כ קנא
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone