ק.נ.א. וועטער ביורא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לייטער
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

תגובהדורך לייטער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 2:02 pm

לכאורה די לעצטע מאל אין די 80 פערנהייט אין די תש''ע יארן
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14610
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 5:47 am

לייטער האט געשריבן:לכאורה די לעצטע מאל אין די 80 פערנהייט אין די תש''ע יארן

היינט וועט ווידעראמאל זיין אין די מיטעלע אכציגער און ס'איז "נישט" די לעצטע מאל אין די תש"ע יארן...

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14610
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:07 pm

געווען היינט 88 אין סענטראל פארק
91 אין לאגווארדיע
84 אין קענעדי
90 אין קענעדי
84 אין מאנטגאמערי
89 אין נויבורג
86 אין מאנטיסעלא

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:07 pm

און מארגן דאנערשטאג גייט זיין 18 דעגרי קיהלער ווי היינט! אין די הויכע 60'ערס צו ארום 70

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:08 pm

ווי עס קוקט אויס ווי ווייט מען קען פאראויסשאצן וועט מען דעם קומענדיגן סוכות נישט דארפן קיין עירקאנדישן. ראש השנה וועט זיין אין די מיטעלע זיבעציגער.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14610
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:19 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:לכאורה די לעצטע מאל אין די 80 פערנהייט אין די תש''ע יארן

היינט וועט ווידעראמאל זיין אין די מיטעלע אכציגער און ס'איז "נישט" די לעצטע מאל אין די תש"ע יארן...

און היינט איז געווען 89 אין סענטראל פארק, 90 אין לאגווארדיע, 93 אין נוארק
נעכטן איז געווען 86 אין סענטראל פארק

און ס'איז ווארשיינליך נאך אלס נישט די לעצטע אכציג פערנהייט פון די תש"ע יארן.

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:49 pm

נעבעך וואס דער לייטער כאפט אלץ פאר איין אומשולדיגע תגובה
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14610
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:50 pm

גאלדגרוב האט געשריבן:ווי עס קוקט אויס ווי ווייט מען קען פאראויסשאצן וועט מען דעם קומענדיגן סוכות נישט דארפן קיין עירקאנדישן. ראש השנה וועט זיין אין די מיטעלע זיבעציגער.

סוכות אינמיטן אקטובער "מוז" נישט מיינען אז ס'וועט זיין קיל, כאטשיג געווענדליך איז שוין יא מער קילער.

היי יאר געפאלט די 7 טעג סוכות צווישן אקטובער 14 און 20, און דורכאויס די ארום 150 יאר וואס מ'האלט חשבון אין ניו יארק סיטי (סענטראל פארק) האט זיך שוין געטראפן כמה פעמים אז ס'איז געווען אין די אכציגער אין די פעריאד צווישן אקטובער 14 און 20 (כ"ש אין די זיבעציגער וואס האט זיך שוין פיל מער געטראפן).

די סאמע רעקארד העכסטע טעמפראטורן אין דעם פעריאד איז ווי פאלגענד:

אקטובער 14 = 84 גראד
אקטובער 15 = 84 גראד
אקטובער 16 = 87 גראד
אקטובער 17 = 90 גראד
אקטובער 18 = 82 גראד
אקטובער 19 = 85 גראד
אקטובער 20 = 80 גראד

און טאמער וויל מען רעכענען שמ"ע און שמח"ת אויך
אקטובער 21 = 84 גראד
אקטובער 22 = 88 גראד

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:34 pm

די סאמע נידריגסטע פאר שוין יעצט...
סעפטעמבער 23 = 47
סעפטעמבער 24 = 41
סעפטעמבער 25 = 41
סעפטעמבער 26 = 45
סעפטעמבער 27 = 43
סעפטעמבער 28 = 38
סעפטעמבער 29 = 38
סעפטעמבער 30 = 39
אקטובער 1 = 36
אקטובער 2 = 36

(מיין בלויע טינט האט זיך שוין אויסגעניצט)

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:41 pm

געדענק מיר נאך א 10 יאר צוריק בערך איז געווען אין די 70-80'ער ביז טיף אין November
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14610
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:59 pm

nmi האט געשריבן:געדענק מיר נאך א 10 יאר צוריק בערך איז געווען אין די 70-80'ער ביז טיף אין November

דענקסט נישט גוט!
בכלל נישט געווען אזוינס אין די אומגעגנט פון 10 יאר צוריק.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14610
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 7:05 pm

די לעצטע מאל וואס ס'איז געווען 80 אין נאוועמבער איז געווען נאוועמבער 15 1993 - דאס איז בכלל די שפעטסטע 80 אין רעקארד
(און מיינט נישט אז די ווינטער נאכדעם איז געווען ווארעם, 1994 איז געווען דירעקט א געפרוירענע און גאר שנייאיגע ווינטער - פון די צען שנייאיגסטע אין רעקארד, + ציפעדיגע פרעסטן)

פארדעם איז די לעצטע 80 טאג אין נאוועמבער געווען אין יאר 1950 (אנהייב תשי"א).

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 7:14 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די לעצטע מאל וואס ס'איז געווען 80 אין נאוועמבער איז געווען נאוועמבער 15 1993 - דאס איז בכלל די שפעטסטע 80 אין רעקארד
(און מיינט נישט אז די ווינטער נאכדעם איז געווען ווארעם, 1994 איז געווען דירעקט א געפרוירענע און גאר שנייאיגע ווינטער - פון די צען שנייאיגסטע אין רעקארד, + ציפעדיגע פרעסטן)

פארדעם איז די לעצטע 80 טאג אין נאוועמבער געווען אין יאר 1950 (אנהייב תשי"א).

דו קענסט מיר געבן א טשעק אויס ערגעץ אין צווישן 2005 און 2010 איז געווען וואכן לאנג אריין אין די ווינטער ביטער הייסע טעג + יומידעטי כדבעי?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 7:18 pm

געדענק מיר אויכעט October 29 2011 שבת בראשית תשע"ב...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14610
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 9:14 pm

nmi האט געשריבן:דו קענסט מיר געבן א טשעק אויס ערגעץ אין צווישן 2005 און 2010 איז געווען וואכן לאנג אריין אין די ווינטער ביטער הייסע טעג + יומידעטי כדבעי?

נישט געווען אזא זאך! נישט געווען קיין ביטער הייסע טעג מיט יומידעטי.

וואס יא? ווינטער שנת תשס"ז האט זיך אנגעהויבן זייער שפעט
ס'האט געדויערט ביז יאנואר 10 אז ניו יארק סיטי זאל באקומען די ערשטע סנוא פלאריס, און ביז יאנואר 19 צו באקומען 0.3 (אביסל מער ווי א פערטל אינטש), און ביז יאנואר 30 צו באקומען די ערשטע סאליד אינטש.

לגבי טעמפראטור איז גראדע יענעם יאנואר 6 געווען 72 גראד, א טאג פריער 62, און אין די טעג פריער אין די פופציגער.

דעצעמבער בעפאר (דעצעמבער 2006) איז געווען מאוסטלי אין די פערציגער-פופציגער, מיט 1 טאג פון 70 און איין טאג פון 29
נאוועמבער איז געווען א געמיש פון פערציגער-פופציגער-זעכציגער
יא! יענע ווינטער האט זיך אנגעהויבן שפעט און ס'איז געווען מערסטנס אין די פערציגער-פופציגער ביז יאנואר 10
דאס מיינט אבער נישט ביטער הייסע טעג מיט יומידעטי!


אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14610
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 9:17 pm

בעל דמיון האט געשריבן:געדענק מיר אויכעט October 29 2011 שבת בראשית תשע"ב...

שבת נח איז עס געווען, נישט שבת בראשית
א היסטארישע שניי שטורעם, ספעציעל אין אפסטעיט

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:15 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:געדענק מיר אויכעט October 29 2011 שבת בראשית תשע"ב...

שבת נח איז עס געווען, נישט שבת בראשית
א היסטארישע שניי שטורעם, ספעציעל אין אפסטעיט

יאפ! גערעכט, יענע יאר איז געווען דריי טעג יו"ט
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:21 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:געדענק מיר אויכעט October 29 2011 שבת בראשית תשע"ב...

שבת נח איז עס געווען, נישט שבת בראשית
א היסטארישע שניי שטורעם, ספעציעל אין אפסטעיט



יא האבן מיר בילדער דערפין און די ארכיוון. די ביימער האבן נאך געהאט בלעטער. דאס האט גורם געווען אז די שניי האט זיך געכאפט אויף די בלעטער און אסאך צווייגן און אפילו ביימער האבן זיך איבער געבראכן
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:22 am

אז מ'רעדט שוין פון היסטאריע, וועלכע יאר איז געווען די ספעציעל הויכע שניי וואס איך געדענק אלץ אינגל? (מיטעלע 90'ער).

אפשר איז עס למעשה נישט געווען אזוי גרויס, נאר איך בין געווען א קינד?

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3096
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:25 am

96
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
לייטער
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

תגובהדורך לייטער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:37 am

אין די וועלט פון
וואס איז געווען די גרעסטע וועטער שטורעמס און נייעס פון די תשע תקופה.?
צווישן אנדערע
איירין
סענדי( גארביטש טראק )
הייטי פארפלייצונג
נישט אנגקימענע היסטארישע שניי שטורעם
אומגעראכטנע שניי שטורעם לעצטע יאר
( גלובל ווארעמינג )
וואס נאך
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 1:59 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:דו קענסט מיר געבן א טשעק אויס ערגעץ אין צווישן 2005 און 2010 איז געווען וואכן לאנג אריין אין די ווינטער ביטער הייסע טעג + יומידעטי כדבעי?

וואס יא? ווינטער שנת תשס"ז האט זיך אנגעהויבן זייער שפעט
ס'האט געדויערט ביז יאנואר 10 אז ניו יארק סיטי זאל באקומען די ערשטע סנוא פלאריס, און ביז יאנואר 19 צו באקומען 0.3 (אביסל מער ווי א פערטל אינטש), און ביז יאנואר 30 צו באקומען די ערשטע סאליד אינטש.

לגבי טעמפראטור איז גראדע יענעם יאנואר 6 געווען 72 גראד, א טאג פריער 62, און אין די טעג פריער אין די פופציגער.


געווען שב"ק ויחי תשס"ז. איך געדענק מען האט זיך געוויצלט יענעם שבת אז מען קען גיין צום פרקי אבות שיעור...

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 2:02 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
גאלדגרוב האט געשריבן:ווי עס קוקט אויס ווי ווייט מען קען פאראויסשאצן וועט מען דעם קומענדיגן סוכות נישט דארפן קיין עירקאנדישן. ראש השנה וועט זיין אין די מיטעלע זיבעציגער.

סוכות אינמיטן אקטובער "מוז" נישט מיינען אז ס'וועט זיין קיל, כאטשיג געווענדליך איז שוין יא מער קילער.

היי יאר געפאלט די 7 טעג סוכות צווישן אקטובער 14 און 20, און דורכאויס די ארום 150 יאר וואס מ'האלט חשבון אין ניו יארק סיטי (סענטראל פארק) האט זיך שוין געטראפן כמה פעמים אז ס'איז געווען אין די אכציגער אין די פעריאד צווישן אקטובער 14 און 20 (כ"ש אין די זיבעציגער וואס האט זיך שוין פיל מער געטראפן).

די סאמע רעקארד העכסטע טעמפראטורן אין דעם פעריאד איז ווי פאלגענד:

אקטובער 14 = 84 גראד
אקטובער 15 = 84 גראד
אקטובער 16 = 87 גראד
אקטובער 17 = 90 גראד
אקטובער 18 = 82 גראד
אקטובער 19 = 85 גראד
אקטובער 20 = 80 גראד

און טאמער וויל מען רעכענען שמ"ע און שמח"ת אויך
אקטובער 21 = 84 גראד
אקטובער 22 = 88 גראד

קנ"א ביזט הייליג גערעכט. פאראיאר סוכות איז געווען היבש פרי טיף אין סעפטעמבער און עס "נישט" געווען הייס! אנגענעמע וועטער אין די נעכט

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14610
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 2:18 pm

איך האב עס שוין געשריבן דאכט זיך פאריאר אדער פאר צוויי יאר
א פריע סוכות מוז נישט זיין אז ס'וועט זיין ווארעם און א שפעטע סוכות מוז נישט זיין אז ס'וועט זיין קאלט

ס'קען זיין א סוכות אינמיטן סעפטעמבער און ס'איז קיל, און ס'קען זיין א סוכות אינמיטן אקטובער און ס'איז ווארעם

סעקרעטאר
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 11:45 am
לאקאציע: אין אפיס

תגובהדורך סעקרעטאר » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 6:19 pm

גאלדגרוב האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:דו קענסט מיר געבן א טשעק אויס ערגעץ אין צווישן 2005 און 2010 איז געווען וואכן לאנג אריין אין די ווינטער ביטער הייסע טעג + יומידעטי כדבעי?

וואס יא? ווינטער שנת תשס"ז האט זיך אנגעהויבן זייער שפעט
ס'האט געדויערט ביז יאנואר 10 אז ניו יארק סיטי זאל באקומען די ערשטע סנוא פלאריס, און ביז יאנואר 19 צו באקומען 0.3 (אביסל מער ווי א פערטל אינטש), און ביז יאנואר 30 צו באקומען די ערשטע סאליד אינטש.

לגבי טעמפראטור איז גראדע יענעם יאנואר 6 געווען 72 גראד, א טאג פריער 62, און אין די טעג פריער אין די פופציגער.


געווען שב"ק ויחי תשס"ז. איך געדענק מען האט זיך געוויצלט יענעם שבת אז מען קען גיין צום פרקי אבות שיעור...

דאכט זיך מיר אז תשס"ח איז אויך געווען א היפשע ווארעמער ווינטער, ביטע קאנפירמען אויב איך בין ריכטיג


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ads..com, joekj123, Toyota, א חסיד, לא ימושו מפיך, מטעמים, קנעטענע קיגעל, רעים, שופר, שטילער און 48 געסט