ק.נ.א. וועטער ביורא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:57 pm

קליינקעפיק האט געשריבן:
פרישוואסער האט געשריבן:
קליינקעפיק האט געשריבן:
פרישוואסער האט געשריבן:ביים אראפקראצען די אייז איז צו מיין מזל מיטגעקומען די Door Edge Guard Molding Trim (קוק אויפען בילד...)

ווייסט איינער וויאזוי מען לייגט אזאנס צוריק????

ווארט עס זאל ווערן ווארעמער פשוט סזאל דיר זיין גרינגער עס צו טון
און קליק עס צוריק ארויף
קוק נאך אויף די אנדערע טיר בערך וואו עס קומט
ביי מיר איזה עס אראפ געקומען איין טאג ווען איך האב מיך איינגעהאנקערט דערין, ס'האט זיך צובויגן, אבער כ'האב עס געקענט אריינקליקן צוריק


שכויעך

ער ברויך נישט קיין Glue?

sorry for the delay
i have a 2017 sienna
i didn't put any glue


שכויעך

היינט איז געניג ווארעם אים צוריק צולייגען

נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 1:45 pm

ווער ס'איז נישט פארקילט זאל ביטע אויפהייבן די האנט

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 2:19 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:ווער ס'איז נישט פארקילט זאל ביטע אויפהייבן די האנט

יעצט נישט ב"ה, שוין געהאט מיין חלק דריי וואכן צוריק

אוועטאר
שפיגליצקי
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 2:27 pm

o-h?e
דריי מיר איבער וועסטו זעהן איך האב אויפגעהויבן ביידע הענט...
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

אוועטאר
טאטלע
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 10:47 pm

תגובהדורך טאטלע » מוצ"ש ינואר 26, 2019 10:48 pm

It's not over
צוגעלייגטע
20190126_224801.png
20190126_224801.png (38.57 KiB) געזעהן 3269 מאל
דריקט דא צו מאכן גרינג געלט!!
Cash Flow

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מוצ"ש ינואר 26, 2019 11:05 pm

טאטלע האט געשריבן:It's not over


וועלכע געגנט איז דאס?

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מוצ"ש ינואר 26, 2019 11:07 pm

איך מיין אז פאר דערווייל קען מען זאגן אז דער יאר איז דא א ווינטיגער ווינטער, אזאנע ווינטען וואך איין וואך אויס
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מוצ"ש ינואר 26, 2019 11:17 pm

טאטלע האט געשריבן:It's not over

Monroe

אוועטאר
וזרח השמש
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 11, 2018 9:39 pm
לאקאציע: הוידא נאנאש

תגובהדורך וזרח השמש » מאנטאג ינואר 28, 2019 9:15 am

א שטיקל שניי אויף דינסטאג/מיטוואך
Tuesday
Snow likely before 3pm, then rain. High near 37. Wind chill values between 15 and 25. Southeast wind 5 to 10 mph. Chance of precipitation is 100%. New snow accumulation of 1 to 2 inches possible.
Tuesday Night
Rain before 9pm, then snow. Low around 16. Wind chill values between 10 and 15. South wind 6 to 11 mph becoming northwest after midnight. Winds could gust as high as 21 mph. Chance of precipitation is 100%. New snow accumulation of 2 to 4 inches possible.
Wednesday
A chance of snow before 7am, then scattered snow showers after 11am. The snow could be heavy at times. Increasing clouds and cold, with a temperature rising to near 19 by noon, then falling to around 14 during the remainder of the day. West wind 8 to 18 mph, with gusts as high as 30 mph. Chance of precipitation is 30%.
בעסער א פאלטשע שמחה ווי אן אמת'ער עצבות (בשם מגידים)!.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14082
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג ינואר 28, 2019 11:16 am

שששששש!!! ביטע נישט מאכן קיין מצב :wink:

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג ינואר 28, 2019 11:37 am

[size=]מ'בעט דו עולם צו שרייבן נאר מיט פיצעלע אותיות און אויף א לייט קאלער. ס'זאל נישט פאטן קיין עין הרע[/size]

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » מאנטאג ינואר 28, 2019 2:25 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:שששששש!!! ביטע נישט מאכן קיין מצב :wink:

:lol: :lol:
שרייב פאר די חברה וואס ווארטן אויף אפדעיטס
ארויס פין בבל

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2412
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מאנטאג ינואר 28, 2019 5:50 pm

די נאציאנאלע וועטער סערוויס זאגט פאר ווי פאלגענד:

ברוקלין:

דינסטאג איבערן טאג וועט זיין א געמיש פון שניי און רעגן, מעגליך א לייכטע coating שניי
דינסטאג נאכט קען זיין א האלבע אינטש שניי

מאנסי:

דינסטאג איבערן טאג וועט זיין א געמיש פון שניי און רעגן, מעגליך א אינטש שניי אדער ווייניגער
דינסטאג נאכט וועט שנייען און זיך אנקלעבן פון איינס ביז דריי אינטשעס

קרית יואל:

דינסטאג איבערן טאג וועט שנייען פון איינס ביז צוויי אינטשעס
דינסטאג נאכט וועט שנייען און זיך אנקלעבן פון איינס ביז דריי אינטשעס

--

פון מיטוואך ביז פרייטאג וועט זיך אראפלאזן ציפעדיגע פרעסטן אומעטום, אין ברוקלין וועט זיין אין די סינגעל דיזשיטס און אין אפסטעיט אונטער 0

#במקום שאין איש
לעצט פאראכטן דורך פארבינדן אום מאנטאג ינואר 28, 2019 5:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פאר קריטיק דריקט דא

רעסטאראנט
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג ינואר 28, 2019 5:52 pm

מארגן דינסטאג 12 אזייגער אין מיטן טאג אין די מאונטענס געגענט וואס איז די וועטער ערווארטעט?

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2412
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מאנטאג ינואר 28, 2019 5:59 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:מארגן דינסטאג 12 אזייגער אין מיטן טאג אין די מאונטענס געגענט וואס איז די וועטער ערווארטעט?

די נעשאנעל וועטער סערוויס שרייבט 5 אינטשעס אין מאנטיסעלאו דורכאויס די טאג, און עקיו וועטער טענה'ט עס וועט שנייען ביז 9 פארמיטאג , אינמיטן טאג בלויז פלאריס און שפעטער אכטע ביינאכט וועט אנהייבן שטערקער שנייען
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 748
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » דינסטאג ינואר 29, 2019 8:19 am

גוט מארגען , עס איז גאנץ קאלט היינט צופרי מיט 20׳ערס אין שטאט און ארום 15 אין קרית יואל. די שניי / רעגן וועט זיך נישט אנהויבען ביז שפעטער פון מיטאג אפסטעיט און נאכמיטאג אין שטאט. דאס מיינט עס וועט שוין זיין מילד געניג פאר רעגן אין שטאט און קיין שניי איז נישט ערווארט היינט. אפסטעיט, אין מאנסי וועט זיך אנהויבען ווי שניי אבער מעגליך טוישען צו רעגן שפעט נאכמיטאג . אין קרית יואל וועט עס בלייבען שניי און עס פאלען אפאר אינטשעס דורך די טאג היינט.
https://t.me/YiddisheWeather

פריינד
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובהדורך פריינד » דינסטאג ינואר 29, 2019 8:34 am

מאנרא וואדבערי סקול דיסטריקט. איז געשפארט היינט צוליב די ערווארטעטע וועטער.

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » דינסטאג ינואר 29, 2019 9:08 am

אין אפסטעיט שנייט פעסט
ארויס פין בבל

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דינסטאג ינואר 29, 2019 9:03 pm

ק.נ.א. פארוואס קמסטו נישט אריין מיט דיינע באריכטן?
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
וזרח השמש
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 11, 2018 9:39 pm
לאקאציע: הוידא נאנאש

C/p אידישע וועטער באריכט

תגובהדורך וזרח השמש » דינסטאג ינואר 29, 2019 9:07 pm

*וועטערבאַריכט פאר ג’ משפטים תשע"ט*

רעגן אין שטאט, און א געמיש אדער שניי אפסטעיט, וועט זיך ענדיגן ווי שניי איבעראל איבערנאכט. עס קען פאלן ביז איין אינטש אין שטאט, 2-3 אין מאנסי און 4-6 אין קרית יואל. די פראבלעם איז אז די קאלטע לופט קומט שנעל אריין, און אפילו אין פלעצער ווי עס רעגנט יעצט קען עס לאזן א שיכט פון אייז אונטער די שניי און גליטשיג ראודס מארגן צופרי.

מארגן הייבט זיך אן קאלט אבער טייל זוניג, אבער א שטארקע ארטיק קאלטע פראנט קומט אן נאכמיטאג, מיט מעגליכע שניי שויערס - טייל פון זיי סקוואלס - מיט שווערע שניי און הויכע ווינטן. דאס קען אראפלייגן א פרישע שיכט פון שניי. דערנאך קראכען די טעמפּעראַטורן, און מיטוואך נאכט וועט זיין נאנט צו 5 אין שטאט און אונטער זערא אפסטעיט. די ווינט וועט בוזשעווען און עס וועט זיך שפּירן נאך קעלטער.

די גוטע נייעס איז אבער, אז די שארפע קעלט וועט נישט דויערן זייער לאנג, און ביי פרייטאג וועט אנהויבן צו ווערן בעסער. עס קומט א זוניגע און קאלטע שבת, מיט מילדערע וועטער פאר זונטאג, און רעגנדיגע און נאך מער מילדע וועטערן מאנטאג און דינסטאג.
בעסער א פאלטשע שמחה ווי אן אמת'ער עצבות (בשם מגידים)!.

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2412
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מיטוואך ינואר 30, 2019 12:27 pm

ציפעדיגע פרעסטן ערווארטערט אין די טריי-סטעיט פון מיטוואך נאכט ביז פרייטאג!

ברוקלין:

היינט מיטוואך, קעלט קומט צוביסלעך אריין אינאיינעם מיט שטארקע ווינטן, שפעטער פארנאכטס וועט זיך שוין שפירן צווישן 10-15 דעגרי, א לייכטע שניי מעגליך צווישן 2:00 - 3:00 נאכמיטאג און קען קלעבן א האלבע אינטש
היינט מיטוואך נאכט, ציפעדיג קאלט מיט אפיציעלע בלויז 5 דעגרי און מיט די ווינטן וועט עס שפירן 5- ביז 10-

מארגן דאנערשטאג, וועט די שטארקע קעלט ווייטער אנהאלטן מיט נישט מער ווי 16 דעגרי איבערן טאג און 10 דעגרי ביינאכט,און פארשטייט זיך מיט די ווינטן וועט זיך עס שפירן אסאך קעלטער

פרייטאג וועט די קעלט שוין אנהייבן עטוואס צו נאכלאזן מיט בייטאג טעמפרוטארן פון 21 דעגרי, און שב"ק וועט זיין 35 דעגרי

קרית יואל - מאנסי:

היינט מיטוואך, קעלט קומט אריין אינאיינעם מיט שטארקע ווינטן, שפעטער נאכמיטאג וועט זיך שוין שפירן צווישן 2-10 דעגרי, א לייכטע שניי מעגליך נאכמיטאג און קען קלעבן א האלבע אינטש אדער ווייניגער
היינט מיטוואך נאכט, ברוטאל פרעסטיג קאלט מיט אפיציעלע בלויז -3 דעגרי און מיט די ווינטן וועט עס שפירן 10- ביז 20-

מארגן דאנערשטאג, וועט די שטארקע קעלט ווייטער אנהאלטן מיט נישט מער ווי 12 דעגרי איבערן טאג און 1- דעגרי ביינאכט,און פארשטייט זיך מיט די ווינטן וועט זיך עס שפיר אסאך קעלטער

פרייטאג וועט ווייטער זיין גוט קאלט מיט בייטאג טעמפרוטאר פון 17 דעגרי און פרייטאג צונאכטס 9 דעגרי, שב"ק וועט די קעלט נאכלאזן זיין און וועט זיין 32 דעגרי
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
שפיגליצקי
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך ינואר 30, 2019 1:29 pm

ברררררררררררררררררררררררר

אויפן דעקל פון די צייטונג איז באריכטעט אז אין די מידוועסט שטאטן וועט זיין דאכצעך -20 און אראפצי, אלזא, איך ווער ווארעם נאר טראכטנדיג פון זייערע פרעסטן.
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:01 pm

סיז דא געוויסע פלעצער דארט אין די מיד-וועסט ווי מיט די ווינט זאגן זיי וועט פילן ווי אזויפיל ווי -65,

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20541
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך ינואר 30, 2019 3:03 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:סיז דא געוויסע פלעצער דארט אין די מיד-וועסט ווי מיט די ווינט זאגן זיי וועט פילן ווי אזויפיל ווי -65,

מיינס "נישט" פילן..
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » מיטוואך ינואר 30, 2019 3:43 pm

סשנייט אין גרויסן..... ברוקלין


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גראסערי מאן, קרייסלער און 48 געסט