ק.נ.א. וועטער ביורא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » מיטוואך ינואר 16, 2019 12:13 am

גא"מ אז די לעצטע קנא אפדעיט דארף א פירוש
אדער אפשר האבעכעס נישט גוט אפגעלערנט
מ'טאר נישט אויספאפן א חבר, אבער לפנים משורת הדין זאל מען זיך זעלבסט אויך נישט פאפן. קרעדיט: רבי רבי בונם פין פרשיסחא

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 16, 2019 12:15 am

נודניק האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איך האב נישט פארשטאנען קנא׳סנס לעצטע אפדעיט. :cry:

אויב מאכט עס א באו בשלום, דאן וואס זאגט ער אז ס׳איז ערווארטעט א מער קעלטערע שנייאיגע וועטער?


זיין לעצטע אפדעיט איז געווען אז סגייט זיין מער רעגן ווי שניי אין די סיטי, יעצט זאגט ער אז ווי עס זעט יעצט אויס וועט יא זיין מער שניי,


טענקס.

כ׳האב שוין נאכן שיקן אזוי געקלערט, כ׳האב נאר געזעהן שאינו יודע קרעכעצן.

איי געס ער ענדזשויעד נישט קיין שניי.
אויב מיין תגובה געפעלט אייך נישט קענט איר צוריק גיין אהין פון ווי איר קומט.

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1691
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך ינואר 16, 2019 12:16 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איך האב נישט פארשטאנען קנא׳סנס לעצטע אפדעיט. :cry:

אויב מאכט עס א באו בשלום, דאן וואס זאגט ער אז ס׳איז ערווארטעט א מער קעלטערע שנייאיגע וועטער?


טשאדעלע ביי אזאנע תגובות ברענגזשע אויך א קליפטשע. טענקס ווערי מאטש........... :oops:

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2491
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך ינואר 16, 2019 5:22 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
נודניק האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איך האב נישט פארשטאנען קנא׳סנס לעצטע אפדעיט. :cry:

אויב מאכט עס א באו בשלום, דאן וואס זאגט ער אז ס׳איז ערווארטעט א מער קעלטערע שנייאיגע וועטער?


זיין לעצטע אפדעיט איז געווען אז סגייט זיין מער רעגן ווי שניי אין די סיטי, יעצט זאגט ער אז ווי עס זעט יעצט אויס וועט יא זיין מער שניי,


טענקס.

כ׳האב שוין נאכן שיקן אזוי געקלערט, כ׳האב נאר געזעהן שאינו יודע קרעכעצן.

איי געס ער ענדזשויעד נישט קיין שניי.

טשאדעלע. #קנא האט פשוט געוואלט מדוע זיין פארן עולם אז ס'וועט זיין בלויז שניי און ער האט געוואלט אריינלייגן אביסל יומער דיר נאכצומאכן. באט פאקט איז פאקט, בלויע טינט מיט מיט טשאדעלעס מהלך גייט נישט צוזאמען...

#קנא כ'האב נישט געמיינט דיר פערזענליך
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך ינואר 16, 2019 10:03 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איך האב נישט פארשטאנען קנא׳סנס לעצטע אפדעיט. :cry:

אויב מאכט עס א באו בשלום, דאן וואס זאגט ער אז ס׳איז ערווארטעט א מער קעלטערע שנייאיגע וועטער?

פארשטיי איך נישט די תמיהות דא.
ער שרייבט בכלל נישט אז דער שטורעם האט געמאכט א באו בשלום, נאר אז די 'מאדעלס' וועלעכע האבן ביז איצט געוויזן אז עס וועט זיין רעגן, צייגן יעצט שניי
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מיטוואך ינואר 16, 2019 10:17 am

כ'געב מעות קדימה פאר א ספר לפרש דברי הרה"ג הרב קנ"א

כ'האלט ס'העט זיין אפאר 100 בלעטער דיק
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

AMAZON HELP
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 5:45 pm

תגובהדורך AMAZON HELP » מיטוואך ינואר 16, 2019 1:19 pm

Hi I need to be shabbos in larking I’m going from Boro park and back after shabbos does any know what’s gonna be the condition of the roads ?

אוהב לבריות
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 11:28 pm

תגובהדורך אוהב לבריות » מיטוואך ינואר 16, 2019 1:41 pm

מאדעלס שפרינגען נאך אהין און צוריק לגבי שניי/רעגן/אייז,
יעצט קוקט אויס ווי אפסטעיט וועט באקומען מער שניי און די סיטי וועט זיי זיין א געמיש שניי/רעגן/אייז. (סוועט און סקען זיך נאך אסאך טוישן ).
מאנטאג וועט זיין א שטארקע פראסט "בייטאג טעמפרטשער קען זיין נישט מער ווי 7 ד'עגרי.

טוט זיך...?
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » מיטוואך ינואר 16, 2019 1:55 pm

נו וואדע האט געשריבן:כ'געב מעות קדימה פאר א ספר לפרש דברי הרה"ג הרב קנ"א

כ'האלט ס'העט זיין אפאר 100 בלעטער דיק

אל כבוד הרב קנא

אייערע ווערטער זענען אזוי קלאר און דייטליך,

א גרויסן יישר כח!

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך ינואר 16, 2019 2:04 pm

די יורא מאדל וואס איז נארוואס ארויסגעקומען ווייזט אז ניו יארק סיטי וועט בכלל נישט אריבערגיין צו פלעין רעגן.

ס'וועט זיך אנהייבן מיט שניי, און דערנאך טוישט זיך עס צו א מעידזשער אייז שטורעם, וואס קען אויך עפעקטן די האדסאן וואלי ראיאן, וואס וועט אין צוגאב צו שווערע שניי אויך באקומען א גרויסע קוואנטום פון אייז.

געדענקט! דאס איז נישט קיין פארקעסט, אבער דערווייל גייט עס אינעם ריכטונג פון א מעידזשער שניי און אייז שטורעם, און ס'קוקט אויס דערוויל אז ס'וועט זיין אוממעגליך צו דרייוון מוצאי שבת און זונטאג, ספעציעל אין אפסטעיט ווי ס'וועט זיין אסאך ערגער (מער שניי און אייז).
לעצט פאראכטן דורך ק.נ.א. וועטער אום מיטוואך ינואר 16, 2019 2:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך ינואר 16, 2019 2:07 pm

דאנקע שעין
פאר די קלארע באריכטן כסדר
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 16, 2019 2:09 pm

שכח פאר די אפדעיט.

ווייל יאך האב געזען אין פארקיע אז אין פאלמטרי וועט זיין בלויז שניי, און די העכסטע דעגרי בשעת די שטורעם וועט זיין דארט בלויז 27 דעגרי.

האבעך געוואלט וויסן צו זיי חלום'ען, אדער אונזער וועטערמאן זעהט דאס אויך.


בד"וו, דיין פריערדיגע תגובה איז געווען זייער קלאר.

ווער עס האט עס נישט פארשטאנען האט עס ניטאמאל געליינט אויבערפלעכליך, בלויז אפשר דורכגעקוקט.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך ינואר 16, 2019 2:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך ינואר 16, 2019 2:17 pm

בררררררררררררררר

דארף מען שוין לויפן קויפן שטיוול וואס גרייכן באקוועמערהייט די קניען.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1691
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך ינואר 16, 2019 2:48 pm

ישר כח פאר די אפדעיטס.

צל עובר האט געשריבן:
בד"וו, דיין פריערדיגע תגובה איז געווען זייער קלאר.

ווער עס האט עס נישט פארשטאנען האט עס ניטאמאל געליינט אויבערפלעכליך, בלויז אפשר דורכגעקוקט.


לאו דווקא, זיי האבן פשוט אויסגעלאזעט איין תגובה וואס ער האט געשריבן פריער

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » מיטוואך ינואר 16, 2019 2:56 pm

זונטאג יתרו ליל חמשה עשר וועט זען שרעקליך קאלט צוליב די בייסיגע פראסטיגע ווינטן וואס וועט זיך שפירן ווי מיינוס 15 אין די סיטי און מיינוס 23 אין פאלם טרי.
אויך מאנטאג יום חמשה עשר וועט זיין ביטערליך קאלט, אין די סיטי וועט זיך שפירן ווי 5 די גראד, אין אין פאלם טרי ווי 5 אונטער זערא.

אזוי ארום
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:51 am

תגובהדורך אזוי ארום » מיטוואך ינואר 16, 2019 2:59 pm

גאלדגרוב האט געשריבן:זונטאג יתרו ליל חמשה עשר וועט זען שרעקליך קאלט צוליב די בייסיגע פראסטיגע ווינטן וואס וועט זיך שפירן ווי מיינוס 15 אין די סיטי און מיינוס 23 אין פאלם טרי.
אויך מאנטאג יום חמשה עשר וועט זיין ביטערליך קאלט, אין די סיטי וועט זיך שפירן ווי 5 די גראד, אין אין פאלם טרי ווי 5 אונטער זערא.

not just because the winds , but the snow cover is making a big difference in the temps

AMAZON HELP
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 5:45 pm

תגובהדורך AMAZON HELP » מיטוואך ינואר 16, 2019 3:07 pm

שכח ווי אזוי לגבי דרייווען פון לעיקוואד צו ברוקלין מוצי שבת ?? ווי אזוי זעט אויס די שניי פאר Jersey ?

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די יורא מאדל וואס איז

נארוואס ארויסגעקומען ווייזט אז ניו יארק סיטי וועט בכלל נישט אריבערגיין צו פלעין רעגן.

ס'וועט זיך אנהייבן מיט שניי, און דערנאך טוישט זיך עס צו א מעידזשער אייז שטורעם, וואס קען אויך עפעקטן די האדסאן וואלי ראיאן, וואס וועט אין צוגאב צו שווערע שניי אויך באקומען א גרויסע קוואנטום פון אייז.

געדענקט! דאס איז נישט קיין פארקעסט, אבער דערווייל גייט עס אינעם ריכטונג פון א מעידזשער שניי און אייז שטורעם, און ס'קוקט אויס דערוויל אז ס'וועט זיין אוממעגליך צו דרייוון מוצאי שבת און זונטאג, ספעציעל אין אפסטעיט ווי ס'וועט זיין אסאך ערגער (מער שניי און אייז).

שפע רב
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » מיטוואך ינואר 16, 2019 3:15 pm

אויב וועט טאקע זיין א אייז שטורעם וועט עס זיין א געפרליכע סכנה, וועגן זונטאג נאכט קען די טעמפרטשער אראפגיין צו די סינגעלס.

אויף פרייטאג אינדערפרי זאגט מען אויך עפעס שניי, ע'מער ווארטען אויפ'ן וועטערמאן'ס באריכט.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך ינואר 16, 2019 3:20 pm

א קליינע שניי פון ארום א אינטש צוויי פון שפעט דאנערשטאג נאכט ביז פרייטאג פארמיטאג

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5317
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך ינואר 16, 2019 10:57 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כ׳האב שוין נאכן שיקן אזוי געקלערט, כ׳האב נאר געזעהן שאינו יודע קרעכעצן.

איי געס ער ענדזשויעד נישט קיין שניי.



אבסאלוטלי נישט

שוין געהאט א צובראכענע פוס.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11111
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך ינואר 16, 2019 11:10 pm

נו?
אה, מסתמא האסטו נישט געקלעימט דערויף...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך ינואר 16, 2019 11:12 pm

לויט די "יעצטיגע" אויסקוק - איך זאג "יעצטיגע" ווייל ס'איז נאך נישט קיין פיינעל - וועט אנהייבן צו שנייען (אין אלע חרדישע געגענטער, חוץ לעיקוואד ווי ס'וועט ווארשיינליך גלייך אנהייבן אלס רעגן) ארום אינמיטן שלש סעודות צייט/אנפאנג מוצאי שבת - ד.ה. בערך 6:00 - 7:00 צייט.

די שניי וועט אנהאלטן פאר עטליכע שעה אין ניו יארק סיטי, און קען אראפלאזן א שנעלע גוטע פאר אינטשעס (ענליך צו די מיד-נאוועמבער שניי).
שפעטער מוצאי שבת וועט עס אריבערגיין צו א שווערע האגל אין ניו יארק סיטי, בעת וואס אין מאנסי און אין קרית יואל וועט ווייטער פארזעצן צו פאלן א געדעכטע שניי (און אין לעיקוואד א שווערע רעגן).

זונטאג פארטאגס וועט די שניי אין מאנסי און אין קרית יואל זיך אריבערטוישן צו א שווערע האגל - אבער בעפאר די טויש איז ערווארטעט א געדעכטע שניי פון ארום 6 ביז 10 אינטשעס (מאנסי נענטער צו די 6 רעינדזש, און קרית יואל נענטער צו די 10 רעינדזש).
שפעטער אין די אנהייב צופרי שעות וועט זיך עס טוישן אויך אין די האדסאן וואלי ראיאן צו א געמישעכטס פון האגל און פארפרוירענע רעגן, אבער אין ניו יארק סיטי איז דערווייל א ספק צו ס'וועט זיך טוישן צו פלעין רעגן צו ס'וועט בלייבן פארפרוירענע רעגן (די GFS און קענעדיען מאדל ווייזן אז ס'וועט זיך יא טוישן צו פלעין רעגן, בעת וואס די יורא און UK מאדלס ווייזן אז ס'בלייבט פרויזען).

די האגל און פארפרוירענע רעגן וועלן צולייגן א שיכט פון אייז העכער די שניי, און קען מעגליך אראפברענגען שווערע צווייגן פון ביימער און עלעקטעריק ווייערס.
ווי אויך קען עס פאראורזאכן א גאר סכנה'דיגע גליטש!

זונטאג מיטאג צייט וועט די פארפרוירענע רעגן (אדער פלעין רעגן אין ניו יארק סיטי) זיך צוריקטוישן צו שניי אדער האגל (מעגליך אפילו אין לעיקוואד), בעפאר ס'וועט קומען צו א ענדע זונטאג נאכמיטאג.

צווישן מוצאי שבת און זונטאג נאכמיטאג איז נישט ראטזאם צו דרייוון פון ניו יארק סיטי און ארויף, אבער אראפ קיין לעיקוואד וועט נישט זיין אזוי שווער.
אבער היות ס'וועט ווערן גאר קאלט זונטאג נאכמיטאג און ביינאכט, וועלן אלע נאסע און סלאשי ראודס גיך געפרוירן ווערן, דעריבער קען זונטאג נאכט מעגליך זיין בלעק-אייס אלל אויווער די טריי סטעיט געגנט (אויך אין לעיקוואד).

אוועטאר
פעפערקארן
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2013 8:06 am
לאקאציע: אויפן עולם התוהו

תגובהדורך פעפערקארן » מיטוואך ינואר 16, 2019 11:22 pm

א גרויסען שכוח פאר די קלארע באריכט, וואס איז מיט די וועג ארויף קיין מאנטריאל און די אומגעגענט?

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך ינואר 16, 2019 11:28 pm

חלילה נישט פרובירן צו פארן, א גרויס חלק פונעם טראוועי אויפן וועג פון און צו קאנאדא וועט זיין באגראבן צווישן 1 און 2 פיס שניי, און אויך אין מאנטריאל גופא קען זיין א הויכע שניי.

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » מיטוואך ינואר 16, 2019 11:31 pm

א גרויסן יישר כח וועטערמאן פאר די קלארע אפדעיטס און באריכטן.

מיר זענען אייך באמת דאנקבאר.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, א מחי', איגערקע, בראנפן גלעזל, טשיינע רב, מתעניין, שמחהלע קאפשטיק און 77 געסט