ק.נ.א. וועטער ביורא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מוצ"ש נובעמבער 17, 2018 9:05 pm

זע איך אז אויף מאנטיג איז ווידער דא א טשענס פאר א שניי!!
גרייטס ענק אן טשיקפיז...

לכאורה לפי וויפיל ס'רעגנט שוין זייט מ'האט געפענט די ק''י פייפליין, און דערווייל קוקט נאך נישט אויס אז ס'קומט א טריקעניש... קומט לכאורה א פעסטע ווינטער.
זייט סוכות איז דאכטצעך נאך נישט דורך דריי גאנצע טעג אן רעגן.

האנדעלט אייך ווי שנעלער איין ווינטער רעדער מיט א זאק טשיקפיז..
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

nmi
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מוצ"ש נובעמבער 17, 2018 9:09 pm


אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1842
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג נובעמבער 18, 2018 3:24 am

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן וואס עס האט זיך אפגעטון אויפן באס 12 שעה פון 3 נאכמיטאג ביז 3 פארטאגס.
קול מבשר האט נאר אינטערוויוס מיט פרייוואטע דרייווערס.
וואס איז די אינצידענט מיט די טשיקפיעס?

My son was on the bus he admires of all the most how cool the driver was it made everybody relax he was sitting over there like he just started his shift l

Who was the driver?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

רעסטאראנט
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:24 am

maybeeynot האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן וואס עס האט זיך אפגעטון אויפן באס 12 שעה פון 3 נאכמיטאג ביז 3 פארטאגס.
קול מבשר האט נאר אינטערוויוס מיט פרייוואטע דרייווערס.
וואס איז די אינצידענט מיט די טשיקפיעס?

My son was on the bus he admires of all the most how cool the driver was it made everybody relax he was sitting over there like he just started his shift l

Who was the driver?


יושע גליק

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג נובעמבער 18, 2018 7:53 am

די נעם און גפס האבען עטליכע אינטשעס שניי פאר מאנסי מאנטאג נאכט דינסטאג צופרי.
עס איז נישט דא תמימות דעים אויף די מאדעלן.
עס וועט זיך פארמירען א קאוסטעל און די היי אין קוויבעק וועט גיבען די קעלט. עס קען נאך טרענדירן קעלטער.

האסט פארשטאנען איין ווארט?

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג נובעמבער 18, 2018 7:55 am

דאנערשטאג און פרייטאג קוקט אויס צו זיין פארפרוירענע אינדיג לכבוד החאגע. עס וועט זיין גאר קאלט. סאך קעלטער ווי ינואר דארף צו זיין.
מאכט זיכער אייערע קינדער זענען מסודר.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5877
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג נובעמבער 18, 2018 8:57 am

למעשה איז דא עפעס ערנסטע שניי פאר מארגן מאנטאג?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
איצל פיצל
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג נובעמבער 18, 2018 9:03 am

איך וויל אפשר פארן קיין מאנטריאל דינסטאג נאכט. קען איינער זאגן קלאר וואס איך קען ערווארטן?

מקשה זהב
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 6:02 pm

תגובהדורך מקשה זהב » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:02 pm

איך ווייס נישט וועמען עס קומט זיך די קלעפ. קאומא, דעבלאזיא צו א דריטער. נישט קיין חילוק. אזא היסטארישע אומדערהערטע טראפיק דיזעסטער האט נא עקסקיוזעס.

מיין רבי האט געזאגט "איך וויל נישט הערן קיין תירוצים". תירוצים וועסטו האבן אבער אן עם-הארץ וועסטו בלייבן. זייער שיין גענטפערט, ערשטע שניי, נישט געקענט צוקומען, GWB עקסידענט בלא בלא בלא. אזוינס איז אן-היערד-אוו. און אויב האסטו נישט קיין פלען בי און סי און די פאר אזא טראפיק דיזעסטער זיי מוחל גיי ארבעט ערגעץ אנדערש.

קאנסטרוקטיוו קריטיק: פארוואס האט נישט די סטעיט-סיטי פלענער וויאזוי צו קענען רעספאנדן צו עקסידענטן אין א שניי דורך העליקאפטערס?! פארוואס האבן זיי נישט א סיסטעם צו הייבן די צאל פאליסלייט אין צייט פון א שניי?! צו רעספאנדן לויט די ערנסטקייט פונעם טראפיק-דיזעסטער?! צו אפשפארן הייוועיס צו קענען אויסדרייען דעם אנגעלייגטן עולם פון איין זייט?! וכו' וכו' וכו'.

#נא עקסקיוזעס.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:05 pm

100 פארצענט, איך געדענק נאך ווי מיט עטלעכע יאר צוריק איז געווען בילדער אין די צייטונגען ווי אזוי אין עפעס א דריטע וועלט לאנד איז מען געשטאנען אין טרעפיק 15 שעה, אבער אין אמעריקא? מיט אזא געלוגענע פרעזידענט?, און קיינער אנטשולדיגט זיך ניטאמאל! איז דאס נארמאל?.
אגב, אז די רעדסט וועם צו באשילדיגן קענסטו צולייגן טראמפ צום ליסטע.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:07 pm

דער וואס איז געווען אויפן ראוד דארנאשטאג נאכט פארשטייט לכאורה אז ס'איז קיין סאך נישט געווען וואס צו טוען בדרך כלל
די ראודס זענען געווען פיל מיט וויקלס נישט געווען קיין מעגלעכקייט צו שארן. + געווען נישט נארמאל גליטשיג
מען האט געקענט זען בערך יעדע האלבע מייל א עקסידענט אדער א אויסגעלאשענע וויקל

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:08 pm

וועלקאם טו הארטע, פאָרמאַלע, גאווערמענט, יוניאן, סיטי, סטעיט, קאונטי ביוראקראיע.

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:08 pm

ואגב האב איך שוין געדאנקט דעם אייבערשטן אז די זאווארוכע איז נישט פארגעקומען מיט פינקט 10 שעה שפעטער, ערב שבת

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1460
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:13 pm

ניס קראכער האט געשריבן:ואגב האב איך שוין געדאנקט דעם אייבערשטן אז די זאווארוכע איז נישט פארגעקומען מיט פינקט 10 שעה שפעטער, ערב שבת

איי געס משום חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטוב. וואס וואלט דאן געווען?

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:15 pm

וועלטניק האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:ואגב האב איך שוין געדאנקט דעם אייבערשטן אז די זאווארוכע איז נישט פארגעקומען מיט פינקט 10 שעה שפעטער, ערב שבת

איי געס משום חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטוב. וואס וואלט דאן געווען?

א שנעלע סורטש זאגט מיר אז מען וואלט זיך מיכן געווען צום דאווענען שבת אינדערפרי מיט זכר באנדלעך...

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:23 pm

עכט היימיש האט געשריבן:100 פארצענט, איך געדענק נאך ווי מיט עטלעכע יאר צוריק איז געווען בילדער אין די צייטונגען ווי אזוי אין עפעס א דריטע וועלט לאנד איז מען געשטאנען אין טרעפיק 15 שעה, אבער אין אמעריקא? מיט אזא געלוגענע פרעזידענט?, און קיינער אנטשולדיגט זיך ניטאמאל! איז דאס נארמאל?.
אגב, אז די רעדסט וועם צו באשילדיגן קענסטו צולייגן טראמפ צום ליסטע.

וואס עפעס טראמפ? איך האלט פוטין האט אנגעדרייט די גאנצע זאך.
איינער געדענקט נאך 2010? ביי די באוויסטע בלומבערג שניי, האבן אלע מידיע נעצן באשולדיגט אבאמא אינעם גרויסן חורבן, איא?
צו באשולדיגן א פרעזידענט און א לאקאלע אישו ברויך מען האבן ווייניגער איי-קיו ווי דער דורכשניטליכער אמעריקאנער, אדער סתם בלינד געטריבענע האס,
וואס (כ'האף) אין אונזער פאל איז לכאורה די צווייטע די סיבה.
לעצט פאראכטן דורך איש האשכולות אום זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מקשה זהב
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 6:02 pm

תגובהדורך מקשה זהב » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:24 pm

דזשאסט טו סעט די רעקארדס סטרעיט: איך בין יא געווען אויף די ראודס דאנערשטאג נאכמיטאג/ביינאכט. (איך ווער נישט אזוי שנעל גערעגט פון יענעמ'ס צרות...). און טאקע זייענדיג אויף די ראודס האב איך געזעהן וויפיל מען קען ווען - מיט אביסל פרי-פלענינג - דיסאלוון אזא דיזעסטער.

מונאוויטש: אוי ווי גערעכט!

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:25 pm

איש האשכולות האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:100 פארצענט, איך געדענק נאך ווי מיט עטלעכע יאר צוריק איז געווען בילדער אין די צייטונגען ווי אזוי אין עפעס א דריטע וועלט לאנד איז מען געשטאנען אין טרעפיק 15 שעה, אבער אין אמעריקא? מיט אזא געלוגענע פרעזידענט?, און קיינער אנטשולדיגט זיך ניטאמאל! איז דאס נארמאל?.
אגב, אז די רעדסט וועם צו באשילדיגן קענסטו צולייגן טראמפ צום ליסטע.

וואס עפעס טראמפ? איך האלט פוטין האט אנגעדרייט די גאנצע זאך.
איינער געדענקט נאך 2010? ביי די באוויסטע בלומבערג שניי, האבן אלע מידיע נעצן באשולדיגט אבאמא אינעם גרויסן חורבן, איא?
צו באשולדיגן א פרעזידענט און א לאקאלע אישו ברויך מען האבן ווייניגער איי-קיו ווי דער דורכשניטליכער אמעריקאנער, אדער סתם בלינד געטריבענע האס,
וואס אין אונזער פאל איז לכאורה (כ'האף אזוי) די צווייטע די סיבה.

נעם נישט יעדע ווערטל אזוי ערנסט.
פאסט נישט פאר מענטש מיט אזא הויכע איי-קיו ווי אייך נישט צו כאפן קיין ווערטל.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

מקשה זהב
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 6:02 pm

תגובהדורך מקשה זהב » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:36 pm

אגב, אביסל נייעס.

לויט די וועטער מומחים וועט זיין אן אינטערעסאנטער ווינטער אין אמעריקע. אויף מזרח (איסט-קאוסט, ניו יארק וגו') וועט זיין קעלטער ווי דורכשניטליך און אויף מערב (קאליפארניע ואביזרי') וועט זיין ווארימער ווי געווענליך.

דאס האט עפעס צו טוהן מיטן דזשעט סטריעם וואס איז אביסל פארפארן - א פאקטאר וואס וועט אויך עפעס ארויסהעלפן לעשן די קאליפארניע פייערן גאר בקרוב.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3301
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » זונטאג נובעמבער 18, 2018 2:18 pm

מקשה זהב האט געשריבן:איך ווייס נישט וועמען עס קומט זיך די קלעפ. קאומא, דעבלאזיא צו א דריטער. נישט קיין חילוק. אזא היסטארישע אומדערהערטע טראפיק דיזעסטער האט נא עקסקיוזעס.

מיין רבי האט געזאגט "איך וויל נישט הערן קיין תירוצים". תירוצים וועסטו האבן אבער אן עם-הארץ וועסטו בלייבן. זייער שיין גענטפערט, ערשטע שניי, נישט געקענט צוקומען, GWB עקסידענט בלא בלא בלא. אזוינס איז אן-היערד-אוו. און אויב האסטו נישט קיין פלען בי און סי און די פאר אזא טראפיק דיזעסטער זיי מוחל גיי ארבעט ערגעץ אנדערש.

קאנסטרוקטיוו קריטיק: פארוואס האט נישט די סטעיט-סיטי פלענער וויאזוי צו קענען רעספאנדן צו עקסידענטן אין א שניי דורך העליקאפטערס?! פארוואס האבן זיי נישט א סיסטעם צו הייבן די צאל פאליסלייט אין צייט פון א שניי?! צו רעספאנדן לויט די ערנסטקייט פונעם טראפיק-דיזעסטער?! צו אפשפארן הייוועיס צו קענען אויסדרייען דעם אנגעלייגטן עולם פון איין זייט?! וכו' וכו' וכו'.

#נא עקסקיוזעס.

איך און אסאך האב שוין געשריבן וואס איך האלט איז געשען וואס האט אנגעמאכט די גאנצע זאך, וואס איך וויל נאר צולייגען וואס די שרייבסט פארוואס סיז נישט דא א סיסטעם צו הייבן די צאל פאליסלייט אין א צייט פון א שניי, וויל איך דיר זאגן אז סיז יא דא אזא סיסטעם און די NYPD הייוועי פאטראל האט פאריגע וואך אזוי ביי יעדע גרויסע שטורעם רעגן צו שניי געהאט סאך מער אפיצירן אויף די שטאטישע הייוועי'ס און זיי האבן זייער שווער געארבעט וויפיל זיי האבן געקענט צו האלטן די הייוועיס אפען, אזש עטליכע אפיצירן האבן (כמעט) געהיידזשעקט זאלץ טראקס און זיי געצווינגען זיי נאכצופארן ווי אנדערע הייוועי פאטראל אפיצירן האבן זיך געבעטן פאר הילף, די טרעפיק מענעדזשמענט וואס איז אין טשארדזש אויף די הייוועיס האבן נישט געקענט נאכקומען די נאכאנאנדע ריפן צו קומען זאלצן די הייוועיס, און דאס אלעס איז פאר די סיבה וואס איך האב שוין געשריבן פאריגע וואך,

אוועטאר
וזרח השמש
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 11, 2018 9:39 pm
לאקאציע: הוידא נאנאש

תגובהדורך וזרח השמש » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:31 pm

הער איך אז קומענדיגע מאנטאג נאכט קומט נאך א 3 אינטשעס שניי. רבותי גרייט אייך צו ווייל מען קען שוין נישט וויסן היינט מיט די דריי אינטשעס, אזוי ווי מ'האמער אלע געזעהן פארגאנגענעם דאנערשטאג!. #זכר בונדלעך.
לעצט פאראכטן דורך וזרח השמש אום זונטאג נובעמבער 18, 2018 5:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
בעסער א פאלטשע שמחה ווי אן אמת'ער עצבות (בשם מגידים)!.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:47 pm

די זכר באנדלען האבן זיך פיין אויסגעצאלט..
אזא גוטע מארקעטינג פלאטפארעם פאר אזא פרייז האט נאך קיינער נישט ערפינדן
#א עושר האט מזל

רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » זונטאג נובעמבער 18, 2018 7:16 pm

וזרח השמש האט געשריבן:הער איך אז קומענדיגע מאנטאג נאכט קומט נאך א 3 אינטשעס שניי. רבותי גרייט אייך צו ווייל מען קען שוין נישט וויסן היינט מיט די דריי אינטשעס, אזוי ווי מ'האמער אלע געזעהן פארגאנגענעם דאנערשטאג!. #זכר בונדלעך.

ווילאנג קנא און גראף פאטאצקי (ווער געדענקט...) זענען נישט דא צוריק, קען מען נישט גלייבן די נייעס אגענטורן נישט לחומרא און נישט לקולא...
כנלפענ"ד

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:54 pm

וזרח השמש האט געשריבן:הער איך אז קומענדיגע מאנטאג נאכט קומט נאך א 3 אינטשעס שניי. רבותי גרייט אייך צו ווייל מען קען שוין נישט וויסן היינט מיט די דריי אינטשעס, אזוי ווי מ'האמער אלע געזעהן פארגאנגענעם דאנערשטאג!. #זכר בונדלעך.

וואו האט איר דאס געהערט?
איך האב געהערט (געזעהן) אז ס'קומט היינט נאכט א לייכטע רעגן!

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7011
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:55 pm

ברוך הבא, א דאנק פאר דיין באריכט.
וואו איז דָוִי?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: oh vei, rogers, פארקלאצט, רעסטאראנט און 52 געסט